בעאבאכטער האט געשריבן:אויך שווער, ווייל וואס מען וועט נאר זאגן פשט אין מנחת כהן, (איך וויל נישט איצט אריין גיין אין דעם) איז קלאר בדבריו אז ער איז בא לאפוקי דעם זייגער, כלומר מדידת זמן, אי מפני ווייל מיר זאגן אז אויב זעט מען די כוכבים איז א ראי' אז טעה בחשבונו, אי משום ווייל האופק אינו שווה בכל מקום, ממילא האבן מיר נישט קיין מדידת זמן אזוי ר"ת במקורו (אין א"י און אין בבל כדאיירינן בסוגיות הגמ').
קומען זאגן מדידת זמן (זייגע"ר בלע"ז) בדברי מנח"כ? לכאורה היפוך דבריו.
בר מן דין, ווייס איך נישט ווי ווייט איז געועהן די דברי המנח"כ מקובל בין הפוסקים, דער ביה"ל אין רצ"ג ברענגט אים כהסבר מדוע נקט המחבר לשון כוכבים דלא כבסימן רס"א.
וויסט איר ווער פון די גדולי הפוסקים האבן געברענגט דעם מנחת כהן כמהלך אליבא דהלכתא אליבא ר"ת?
אגב, דער גר"א שטעלט צו צו דעם מחבר רצ"ג את דברי הר"ן בשם הרמב"ן, אז די כוכבים הרצופים הנדרש במוצש"ק איז מדין תוס' שבת, ומקורו בירושלמי.
ווער נישט??
דער מג''א אין סי' של''א... און דער חת''ס אין סי' פ' ביידע נעמען אן דעם מנחת כהן להלכה... וכן ראיתי בשו''ת ריב''א סי' ט''ו ... אז ס'איז ניטאמאל געווען א הוא אמינא שיטת ר''ת 72 מינוט! וכן היה מנהג כמעט כל הקהלות פולין ואונגארן אז ביי ג' כוכבים איז געווען נאכט אפי' למוצש''ק... דו''ק ותשכח