רבונו של עולם הריני מוחל

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
צו געזונט
שר האלף
תגובות: 1997
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

רבונו של עולם הריני מוחל

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג יולי 17, 2017 11:10 pm

הריני מוחל לכל מי...

מן הסתם קאן יעדער די אימרא, אויסער די רבי שמעלקא און רבי פנחס סטיל אידען, וואס גייען פשוט נישט שלאפען.
צו ווייסט מען וואס מען זאגט, און אז יא, צו מיינט מען עס ערנסט. לאמיר אפילו טיפער אריינגיין דערינען. צו ווייל מען איז יענעם מוחל אויפן אקט, צו וועט מען טאקע מער גארנישט האבען א שווער הארץ אדער עפעס פאראיבל אויף יענעם וואס דו האסט נארוואס מוחל געווען?
וואס איז דאס מחילה? אז מען פערגעבט יענעם. צו גייט די ווייטאג גענצליך אוועק?
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
כא כא כא
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » דינסטאג יולי 18, 2017 12:04 am

יוי נאר פון די שטיקל רעד נישט דאס כיפערט מען דאך אפ שנעל און שטיל נאר ווייל מ'דארף עס זאגן ביי דעם שטיקל טראכט מען נישט וואס מ'זאגט אפי' ביי די לעצטע שורה פון והגיון לבי לפניך....
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

שעמעדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 15, 2013 12:40 pm

תגובהדורך שעמעדיגער » דינסטאג יולי 18, 2017 12:26 am

איך דענק נישט פונקטליך די לשון אבער כוועל זאגן פון זיכרון ארויס
די הייליגע קאמארנער זאגט אין נתיב מצוותיך נתיב אמונה ערגעץ אינדערמיט אז ווען א איד גלייבט אז ווען איינער האט דיך מצער געווען איז דאס געווען פון אויבן, און דער איד פערזענליך האט דיך גארנישט געטוהן, און די האסט נישט קיין שווער הארץ אויף די איד, ווערט די צער פארעכנט ווי אלפי אלפים תעניות (א מיליאן!)
ולראי' בעה"ח ביום הנ"ל ובמקום הנ"ל

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » דינסטאג יולי 18, 2017 2:12 am

אז מ'גיבט נאר א טראכט דערוועגן איז שוין אויך כדאי.
חזר'ן דעם אמת

סאמעטוכע
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 12:58 am

תגובהדורך סאמעטוכע » דינסטאג יולי 18, 2017 11:58 am

בדידי הוי עובדא פעם אחד .. כהאב יענע טאג געזאגט הרינו רוצה למחול....

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18852
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג יולי 18, 2017 12:01 pm

דאס איז דאך די הקדמה צום יהי רצון, יעדער בר-דעת וואס קלערט אריין וואס ער רעדט איז געוויס מוחל.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » דינסטאג יולי 18, 2017 12:05 pm

ווייס איך פון אן אדם גדול וואס האט געזאגט פאר איינעם, אויב מיינט מען עס נישט אמת'דיג זאל מען עס ענדערש אויסלאזן, ווי זיין אחד בפה ואחד בלב
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

סאיזגוטבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 21, 2015 11:46 pm

אויף וועם זענט איר אנגעווייטאגט

תגובהדורך סאיזגוטבה » דינסטאג יולי 18, 2017 9:21 pm

וואס איז די פראבלעם צו זאגן געהעריג מיט די שם המלכות? אויף וועם זענט איר אזוי אנגעווייטאגט? יענער איז א פיינע מענטש ער האט גארנישט געמיינט, די האסט קיימאל נישט וויי געטון בטעות???
האסט שוין אמאל געבליבן שטיל ווען איינער האט דיך אריינגעפליקט, אפי' האסט געהאט א גוטס אויף צריק?
מאך זיכער אז די האסט די עפפ

מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

תגובהדורך מלה בסלע ודי לחכימא » דינסטאג יולי 18, 2017 10:48 pm

הרינו מוחל לכל העולם כולו... בין בגופי בין בממוני....
אפילו דער וואס האט מיך באגנב׳ט צענדיגלער אלפים, און אפילו דער חי׳ בצורת אדם וואס איך האב אים אזא טובה געטוען און ער האט מיך שטארק בעול׳ט.
ווייסט פארוואס? ווייל זיי זענען דאך אזעליכע רחמנות׳ן איך דאנק דעם באשעפער אז איך בין נישט ווי זיי, וואס וועל איך האבן פון זיי נישט מוחל זיין? גארנישט.
איר ווייסט וואס איך פארדיען מיט דעם וואס איך בין זיי יא מוחל? דער באשעפער איז מיר האפענטלעך אויך מוחל (כידוע מספה״ק), אפילו איך האב אים אזוי פיל מאל בעול׳ט ווען ער האט מיך אזוי פיל גוט׳ס געטוען.
זארגט אייך נישט איך גיי זיי עס נישט זאגן, ווייל איך האף נאך מיט׳ן אויבערשטענס הילף צוריקצובאקומען מיין געלט, אבער איין באשעפער ווייסט און ווי אויך אייוועלט ליינער וואס גלייבן מיך (אויב ס׳איז דא), אז איך בין מוחל א יעדער איד אין דער וועלט בלב שלום, והעיקר איז אז איך האב א געשמאקע רואיגע לעבן איך טראג נישט קיין שווער הארץ אויף קיינעם.
ובדרך אגב איך ווייס נישט אויב עס העלפט, אבער איך פשוטע איד האב געמאכט א גילוי דעת אז אויב איך בין תובע געלט פון איינער וואס איז מיך שולדיג זאל דער הרינו מוחל נישט האבן געארבעט למפרע.

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2502
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דינסטאג יולי 18, 2017 10:56 pm

סאיזגוטבה האט געשריבן:וואס איז די פראבלעם צו זאגן געהעריג מיט די שם המלכות? אויף וועם זענט איר אזוי אנגעווייטאגט? יענער איז א פיינע מענטש ער האט גארנישט געמיינט, די האסט קיימאל נישט וויי געטון בטעות???


ולא לחינם אתה נקרא "סאיז-גוט-ב"ה"....
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1073
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך יולי 19, 2017 9:25 am

געהערט יארן צוריק א מוראדיגע מעשה אויף הגה"ק ר' אברהם לייטנער מ'מאנטיווידעא זצ"ל,

די מעשה איז מן הסתם באקאנט צווישן די מאנטיווידעא חסידים

וגופא דעובדא הכי הוה, איין יאר איז זיין בעל תפילה קבוע אויף די ימים נוראים (גאר א חשובער געהויבענער איד שליט"א) צוגעקומען צו איהם און געזאגט אז היי יאר קאָן ער נישט דאווענען פארן עמוד ווייל ער איז אנגעווייטאגט אויף א געוויסער מתפלל ביהמ״ד און אין שו"ע (סימן תקפ"א סעי' א') שטייט אז אויב האט די ש"ץ א שונא וועמען ער וויל נישט מוציא זיין דאן איז ער נישט מוציא אפי' זיינע אוהבים.

האט איהם די מאנטיווידעא רב געפרעגט וואס הייסט? איהר זאגט נישט קיין רבונו של עולם הרינו מוחל יעדן אויפדערנאכט??

האט איהם די איד געענטפערט אז ניין ער קען יענעם איד נישט אזוי שנעל מוחל זיין,

זאגט איהם די מאנטיווידעא רב הער אויס, ווייסטעך אז ביי די פרשה מיטן *** *** *** האט מיר ר' *** *** מבזה געוועזן אויף א שרעקליכען אופן (ואכמ"ל) יענע טעג האביך מיך נישט געקענט צוזאמנעמען צו זאגן רבונו של עולם הריני מוחל וכו', כ'האב איהם נישט געקענט אזוי שנעל מוחל זיין,
עטליכע טעג שפעטער האביך אריינגעטראכט אזוי, הלמאי צוליב איהם וועל איך נישט זאגן קיין רבונו של עולם??!!! די פריערדיגע האבן דאך דאס מתקן געווען (המקור לזה הוא נוסח מר זוטרא -מגילה כח. ועי' משנ"ב סי' רל"ט ס"ק ט') זאל איך דאס נישט זאגן??!!??
האב'ך אפגעמאכט ביי מיר אז כ'האב די אלע אידן פאַרפּאַקט און כ'בין זיי מוחל!!! און אזוי האב איך צוריק אנגעהויבן זאגן רבונו של עולם!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1774
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מיטוואך יולי 19, 2017 9:53 am

מען דארף נאר וואטשען אז מען זאל זיך נישט נארען און זיך אליין איינרעדען אז מען האט יענעם מוחל געווען ווען עס איז נישט אמת
.If at first you don’t succeed, call it version 1.0

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1073
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך יולי 19, 2017 10:28 am

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:מען דארף נאר וואטשען אז מען זאל זיך נישט נארען און זיך אליין איינרעדען אז מען האט יענעם מוחל געווען ווען עס איז נישט אמת

הידברות תשובת ר' יצחק זילבערשטיין בענין זה שאינו מוחל חבירו בלב שלם.


אויך ברענגט ער דארטן א מעשה מיט הרה"ק מסקולעני זצ"ל ענליך צו די פריערדיגע עובדה מיט הגה"ק מ'מאנטיווידעא זצ"ל
הידברות האט געשריבן:האדמו"ר לא ישן לפני שמחל ליהודי...
האדמו"ר מסקולען הזקן זצ"ל היה איש קדוש, שעסק כל ימי חייו במצוות פדיון שבויים, ובהצלת יהדות רומניה. כשהגיע לאמריקה, אסף כספים רבים עבור מצוה זו. כדי להוציא יהודי מבית הסוהר ברומניה היה דרוש סכום עתק של עשרים וחמש אלף דולר, שבימים ההם ערכם היה גבוה ביותר. האדמו"ר בחכמתו ובפקחותו, היה מעביר בדרך לא דרך את הסכומים הללו לרומניה. פעולות ההצלה נעשו מתוך סיכון רב. בדרך זו הציל הרבי רבים ממוות לחיים.

באחד הימים נודע לרבי, שאחד השלוחים מעל בשליחותו, וגנב את הכסף לעצמו. במחשבתו של הרבי גאתה הדאגה ליהודי המסכן שנותר בבית הסוהר, מכיוון שכסף השחרור שהיה מיועד עבורו לא הגיע לתעודתו. הוא היה מזועזע מאוד משפל המדרגה שאליו הגיע השליח היהודי, ובנוסף לכך העיקה עליו מצוקתו של היהודי היושב מאחורי סורג ובריח ונאנק ביסוריו. הדבר פגע בו עד כדי כך שנזקק לטיפול רפואי.

בלילה, בעת חוליו, נותר עימו בנו כדי להשגיח על מצב בריאותו. והנה, הבן שומע את אביו בשעה מאוחרת בלילה מהלך אנה ואנה בחדרו. ניגש הבן לאביו ושאל: 'אבא מדוע אינך הולך לנוח מעט?', השיב הרבי: 'אינני מסוגל לומר קריאת שמע על המיטה'. 'מדוע?!' תמה הבן. ענה הרבי: 'אני מתחיל לומר הריני מוחל וסולח לכל מי שהכעיס וכו', ובלבי פנימה אני מרגיש, כי אינני מוחל ליהודי זה. אינני מסוגל למחול לו. ואם כן, איך אוציא דבר שקר מפי?! מאידך, לישון בלי לומר הריני מוחל, אי אפשר...'

וכך נותר הרבי ער, עד שהרגיש כי הוא מסוגל למחול לו.

לישון מבלי לומר "הריני מוחל", לא עלה על דעתו, שהרי כל יהודי מפקיד את נשמתו בידי הקב"ה, כמו שנאמר "בידך אפקיד רוחי". יתכן שחלילה הוא לא יקום בבוקר, ואין זה טוב לנשמה העולה למעלה, אם יש לה טענות נגד בני אדם, ואם בני אדם יענשו על ידה. על כן מתחנן האדם קודם לכתו לישון שלא יענש שום אדם בסיבתו. (ספר "פרקי מחשבה").
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1397
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך יולי 19, 2017 10:37 am

פאראינטערסירט האט געשריבן:געהערט יארן צוריק א מוראדיגע מעשה אויף הגה"ק ר' אברהם לייטנער מ'מאנטיווידעא זצ"ל,

די מעשה איז מן הסתם באקאנט צווישן די מאנטיווידעא חסידים

וגופא דעובדא הכי הוה, איין יאר איז זיין בעל תפילה קבוע אויף די ימים נוראים (גאר א חשובער געהויבענער איד שליט"א) צוגעקומען צו איהם און געזאגט אז היי יאר קאָן ער נישט דאווענען פארן עמוד ווייל ער איז אנגעווייטאגט אויף א געוויסער מתפלל ביהמ״ד און אין שו"ע (סימן תקפ"א סעי' א') שטייט אז אויב האט די ש"ץ א שונא וועמען ער וויל נישט מוציא זיין דאן איז ער נישט מוציא אפי' זיינע אוהבים.

האט איהם די מאנטיווידעא רב געפרעגט וואס הייסט? איהר זאגט נישט קיין רבונו של עולם הרינו מוחל יעדן אויפדערנאכט??

האט איהם די איד געענטפערט אז ניין ער קען יענעם איד נישט אזוי שנעל מוחל זיין,

זאגט איהם די מאנטיווידעא רב הער אויס, ווייסטעך אז ביי די פרשה מיטן *** *** *** האט מיר ר' *** *** מבזה געוועזן אויף א שרעקליכען אופן (ואכמ"ל) יענע טעג האביך מיך נישט געקענט צוזאמנעמען צו זאגן רבונו של עולם הריני מוחל וכו', כ'האב איהם נישט געקענט אזוי שנעל מוחל זיין,
עטליכע טעג שפעטער האביך אריינגעטראכט אזוי, הלמאי צוליב איהם וועל איך נישט זאגן קיין רבונו של עולם??!!! די פריערדיגע האבן דאך דאס מתקן געווען (המקור לזה הוא נוסח מר זוטרא -מגילה כח. ועי' משנ"ב סי' רל"ט ס"ק ט') זאל איך דאס נישט זאגן??!!??
האב'ך אפגעמאכט ביי מיר אז כ'האב די אלע אידן פאַרפּאַקט און כ'בין זיי מוחל!!! און אזוי האב איך צוריק אנגעהויבן זאגן רבונו של עולם!


מונח בזכרוני דער מעשה מיט א קליינע שינוי.

דער ביזוי ברבים האט פאסירט אין א געוויסן יומא דפגרא און ווען די שמועה איז אנגעקומען צו זיינע אויערן האט דאס אים זייער וויי געטוהן און ער האט אויסגעלאזט א נאכט שלאף (נאך א שווערן טאג) כדי נישט צו דארפן זאגן דעם הרינו מוחל.

סאיזגוטבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 21, 2015 11:46 pm

תגובהדורך סאיזגוטבה » מיטוואך יולי 19, 2017 3:44 pm

אבער ווען מ'טראכט טאקע אז זיי זענען נישט שלעכט נאר בטעות, נישט געכאפט, נישט באמערקט וכד', אזוי ווי וואלסט דיך פארענפערט, מיין איך ( כ'ווייס נישט צו כ'בין געניג גרויס צו זאגן "אני הקטן") אז מ'וואלט נישט געווען אזוי אנגעווייטאגט עכ"פ צוויי וואכן נאכדעם. ר' אלימלך זאגט נאך, אז אזוי ווי מ'קען טרעפן א פשט אויף יעדע שווערע רמב"ם [אפי' בדוחק] קען מען טרעפן אויף יעדע איד.

גרינג צו שרייבן, אבער...
האסט שוין אמאל געבליבן שטיל ווען איינער האט דיך אריינגעפליקט, אפי' האסט געהאט א גוטס אויף צריק?
מאך זיכער אז די האסט די עפפ

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: אויפ'ן וועג צום רבי'ן

תגובהדורך בערל קראקאווער » דאנארשטאג יולי 20, 2017 12:10 pm

אגב ווייסט איינער פון א מקור איבער נישט זאגן רבוש''ע הרינו מוחל וכו' מוצש''ק ?
ראש הקהל
הויפט געווינער פון שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
וואס האט מען צו זארגן וואס וועט זיין מארגן, בעסער פאררעכטן וואס איז געווען נעכטן...

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18852
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יולי 20, 2017 12:16 pm

פאר חצות.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

ידיעות שונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך אפריל 11, 2018 5:57 pm

הלשון האט געשריבן:ווייס איך פון אן אדם גדול וואס האט געזאגט פאר איינעם, אויב מיינט מען עס נישט אמת'דיג זאל מען עס ענדערש אויסלאזן, ווי זיין אחד בפה ואחד בלב


ידוע לי בברירות אז ביי אסאך צדיקים איז געווען אנגענומען למנהג קבוע "נישט" צו זאגן דעם הרינו מוחל. וטעמם ונימוקם עמם שלא יהא אחד בפה ואחד בלב, ודובר שקרים לא יכון נגד עיני.
איך וויל נישט אנדייטען קיין נעמען פאר אביסל מעהר נאכקוקן דעם ענין, אבער ס'איז זיכער דא וואס האבן אזוי געהאלטן, און אסאך פירן זיך אזוי למעשה.

אוועטאר
נעגלוואסער
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: ביים טאטן און וויינגארטן

תגובהדורך נעגלוואסער » דאנארשטאג אפריל 12, 2018 11:28 am

געהערט אמאל פון איינעם אז א טאג וואס ער קען איינעם נישט מוחל זיין זאגט ער
ריבונו של ..... הרינו מוחל דא לייגט ער צו אבער לכל מי שהכעיס אותי והקניט אותי בין איך נישט מקנא!!!!
צו מאכן געלט דריקט דא
https://www.vitalcard.com/u/FEF
פאר קריטיק דריקט דא
http://c0026106.cdn1.cloudfiles.rackspa ... le-001.mp3

אוועטאר
אדער יא
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: צווישן פרומע ערליכע אייוועלט אידן

תגובהדורך אדער יא » דאנארשטאג אפריל 12, 2018 11:34 am

ידיעות שונות האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:ווייס איך פון אן אדם גדול וואס האט געזאגט פאר איינעם, אויב מיינט מען עס נישט אמת'דיג זאל מען עס ענדערש אויסלאזן, ווי זיין אחד בפה ואחד בלב


ידוע לי בברירות אז ביי אסאך צדיקים איז געווען אנגענומען למנהג קבוע "נישט" צו זאגן דעם הרינו מוחל. וטעמם ונימוקם עמם שלא יהא אחד בפה ואחד בלב, ודובר שקרים לא יכון נגד עיני.
איך וויל נישט אנדייטען קיין נעמען פאר אביסל מעהר נאכקוקן דעם ענין, אבער ס'איז זיכער דא וואס האבן אזוי געהאלטן, און אסאך פירן זיך אזוי למעשה.

מ'קען אבער זאגן דעם מורא'דיגן יהי רצון שלא אחטא עוד וכו'

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18852
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אפריל 12, 2018 11:39 am

סתם בעטן ומה שחטאתי לפניך מחוק אן צו טאן דאס מינדעסטע ריר, תנועה אדער כאטש מחשבה אין די דירעקציע?

גראדע, דאס "נישט" זאגן דעם "הריני מוחל" איז א גרעסערער שקר פי כמה ווי דאס יא זאגן, והבן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

ידיעות שונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דאנארשטאג אפריל 12, 2018 1:26 pm

farshlufen האט געשריבן:
גראדע, דאס "נישט" זאגן דעם "הריני מוחל" איז א גרעסערער שקר פי כמה ווי דאס יא זאגן, והבן.

ברחמיך נא להרחיב הדיבור שאוכל להבין דבריך הנאמרים בטוב טעם ובלשון קצרה, ולא ירדתי לעומקה

אוועטאר
ירושליימער ייד
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 28, 2011 8:48 pm
לאקאציע: ירושלים עיה"ק תובב"א

תגובהדורך ירושליימער ייד » דאנארשטאג אפריל 12, 2018 1:40 pm

כתב הפלא יועץ ערך תשובה דפ"ב ע"ב וז"ל ומנהג העולם שאומרים בכל לילה הריני מוחל וסולח לכל מי שחטא כנגדי וכו', ולא סגי בהכי דנהי דמועיל הרבה אבל על כל פנים חיובא רמיא עליה דאיניש לעשות את מה שמוטל עליו ולרצות את חבירו וכו', ומה גם שאין אדם יודע אם מחל לו חבירו דעל פי רוב האומרים הנוסח הריני מוחל וסולח וכו' אין פיהם ולבם שוה ויש דלא ידע מאי קאמר, והראיה שביום שלאחריו הקפידה במקומה עומדת ביתר שאת עכ"ל. וע"ז כתב הגאון רי"ח סופר וז"ל א"ה לא הבנתי היטב דמה בכך, כי יש לומר שדי בכך במה שמחל בפיו אף שבלבו הקפידה נמצאת ודברים שבלב אינם דברים ועיין עכ"ל.
רבון כל העולמים גלוי וידוע לפניך שרצוני לעשות רצונך אבל שאור שבעיסה מעכב.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט