צעטיל קטן

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » פרייטאג מארטש 29, 2019 4:40 pm

SPUSMN האט געשריבן:ס'גראדע מיין איך געזונט אז א בחור'ל וויל זיין פרום, אבער מען דארף זייער אכטונג געבען אז ער זאל נישט משוגע ווערען ווי א סאך כאפען דער OCD קרענק. וועגען דעם זענען דאך דא משפיעים אין ישיבה צו שטעלען א בחור גראד ווען ער גייט פארקרומט.

איז טאקע דא אין אלע ישיבות די פאסיגע מענטש פאר די סארט זאכן?
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
איינס
שר האלף
תגובות: 1996
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג אפריל 01, 2019 9:23 am

אדער יא האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:י
יִזָהֵר מְאוֹד בְּהַתְמָדַת הַלִימוּד שִׁיעוּרִין כְּסִדְרָן תֵּיכֶּף וּמִיַד אַחַר קוּמוֹ מִשִׁינָתוֹ וְאַחַר אָמְרוֹ תִּיקוּן חֲצוֹת וְהַצֶעטִיל קָטֹן לֹא יָזוּז מֵהַסֵפֶר שֶׁלוֹמֵד בּוֹ אֲפִילוּ שָׁעָה אַחַת, בְּכָל פַּעַם שֶׁיֵּשֵׁב אֶת עַצְמוֹ לִלְמוֹד

שוין לאנג נישט קלאר ווי אזוי מזעצט די ווערטער

א.
1. וְאַחַר אָמְרוֹ תִּיקוּן חֲצוֹת (זאל ער לערנען זיינע שיעורים) 2. וְהַצֶעטִיל קָטֹן לֹא יָזוּז מֵהַסֵפֶר שֶׁלוֹמֵד בּוֹ אֲפִילוּ שָׁעָה אַחַת ?) בְּכָל פַּעַם שֶׁיֵּשֵׁב אֶת עַצְמוֹ לִלְמוֹד
לויט דעם וואס פשט בכל פעם שישב עצמו ללמוד? זאל ער זאגן תיקון חוצות? זאל ער זאגן צעטיל קטן? זאל ער נישט אוועק נעמען דעם צעטיל קטן

ב.
וְאַחַר אָמְרוֹ תִּיקוּן חֲצוֹת וְהַצֶעטִיל קָטֹן (זאל ער לערנען זיינע שיעורים) 2. (ו)לֹא יָזוּז מֵהַסֵפֶר שֶׁלוֹמֵד בּוֹ אֲפִילוּ שָׁעָה אַחַת בְּכָל פַּעַם שֶׁיֵּשֵׁב אֶת עַצְמוֹ לִלְמוֹד
דהיינו די ערשטע זאך איז אז ער זאל זאגן תיקון חצות און לערנען צעטיל קטן פאר די שיעורים
און די צווייטע זאך איז אז בְּכָל פַּעַם שֶׁיֵּשֵׁב אֶת עַצְמוֹ לִלְמוֹד לֹא יָזוּז מֵהַסֵפֶר שֶׁלוֹמֵד בּוֹ אֲפִילוּ שָׁעָה אַחַת

יִזָהֵר מְאוֹד בְּהַתְמָדַת הַלִימוּד שִׁיעוּרִין כְּסִדְרָן תֵּיכֶּף וּמִיַד אַחַר קוּמוֹ מִשִׁינָתוֹ.
נישט מאכן קיין שהיית פונעם אויפשטיין ביזן לערנען

וְאַחַר אָמְרוֹ תִּיקוּן חֲצוֹת וְהַצֶעטִיל קָטֹן לֹא יָזוּז מֵהַסֵפֶר שֶׁלוֹמֵד בּוֹ אֲפִילוּ שָׁעָה אַחַת.

בעפארן לערנען זאגט מען תיקון חצות און צעטיל קטן, און דערנאך זאל ער זיך נישט רורן פונעם ספר אפי' שעה אחת. דהיינו לערנען ברציפות

נמצא:
א - תיכף ומיד זיך זעצן לערנען.
ב - זיך נישט רורן פונעם ספר, אפי' פאר א שעה.


נאכן איבער קוקן נאכאמאל זעהט מיר אויס אז די ריכטיגע וועג איז אזוי:
1. יִזָהֵר מְאוֹד בְּהַתְמָדַת הַלִימוּד שִׁיעוּרִין כְּסִדְרָן תֵּיכֶּף וּמִיַד אַחַר קוּמוֹ מִשִׁינָתוֹ וְאַחַר אָמְרוֹ תִּיקוּן חֲצוֹת
לערנען די שיעורים נאך תיקון חצות

2. וְהַצֶעטִיל קָטֹן לֹא יָזוּז מֵהַסֵפֶר שֶׁלוֹמֵד בּוֹ אֲפִילוּ שָׁעָה אַחַת
די צעטיל קטן זאל זיין פאר זיינע אויגן ווען ער לערנט און ווי ער שרייבט גלייך נאך דעם המאור שבה יחזירנו למוטב

3. בְּכָל פַּעַם שֶׁיֵּשֵׁב אֶת עַצְמוֹ לִלְמוֹד וְאַחַר שֶׁיֹאמַר תְּפִלַת הַשָׁב וכו' יִרְאֶה בְּכָל כֹּחוֹ שֶׁלֹּא לַעֲשׂוֹת שׁוּם הֶפְסֵק אֲפִילוּ בְּמַחְשָׁבָה אַחֶרֶת זוּלַת מַחְשָׁבַת הַלִימוּד וּמַחְשָׁבַת הַצֶעטִיל קָטֹן שֶׁהוּא לִפְנֵי עֵינָיו כִּי הַמָאוֹר שֶׁבָּהּ יַחְזִירֶנוּ לְמוּטָב.
יעדן מאל ווען ער גייט לערנען זא ער זאגן תפלת השב און נישט מאכן נאכדעם קיין שום הפסק אויסער מחשבת הלימוד ומחשבת הצעטיל קטן

דאס שטומט די בעסטע מיט זעצן די ווערטער וביותר ווייל אין סעיף יד שרייבט ער יִזָהֵר מְאוֹד וּמְאוֹד וּמְאוֹד לַחֲזוֹר לִפְעָמִים בְּכָל מֵעֵת לְעֵת זֶה הַצֶעטִיל קָטֹן
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג אפריל 01, 2019 12:57 pm

נודה לך האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:ס'גראדע מיין איך געזונט אז א בחור'ל וויל זיין פרום, אבער מען דארף זייער אכטונג געבען אז ער זאל נישט משוגע ווערען ווי א סאך כאפען דער OCD קרענק. וועגען דעם זענען דאך דא משפיעים אין ישיבה צו שטעלען א בחור גראד ווען ער גייט פארקרומט.

איז טאקע דא אין אלע ישיבות די פאסיגע מענטש פאר די סארט זאכן?

און א סאך ישיבות יא, והכל תלוי ב[שלא]מזל. אין מיינע צייטען איז געווען זייער ווייניג משפיעים וואס האבען פארשטאנען צו א בחור; א פרומע בחור איז געווען ממש אויף דער וואסער אן א לייף סעיווער; טייל האבען זיך אויס געלאזט גוט, און טייל נישט אזוי (א ביסל פאריקט און נאך ערגער).

היינט מיין איך גייט מען שוין אווערבארד און מען קומט שוין צו פיל צו הילף, אבער בעסער אזוי.

(טאמער מען וויל ממשיך זיין דער שמועס, שרייבט דא (ווייל מען האט שוין אנגעהויבען דא), אבער כ'וועל בעטען אז מען זאל עס מאכען פאר א עקסטערע אשכול ווייל עס באלאנגט נישט עכט דא.

אבער דער שמועס פון צעטיל קטן פאר בחורים באלאנגט יא דא, און אלע וואס האבען באמערקונגען איבער דעם זאלען זיך לאזען הערען דא.)
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » מאנטאג אפריל 01, 2019 1:43 pm

SPUSMN האט געשריבן:
אבער דער שמועס פון צעטיל קטן פאר בחורים באלאנגט יא דא, און אלע וואס האבען באמערקונגען איבער דעם זאלען זיך לאזען הערען דא.)


אז עס שטייט פון צדיקים איז עס זיכער גוט
מען קען אבער נישט געבן פאר קינדער א tool וואס ער ווייסט נישט וויאזוי צו ניצן
סאיז וויכטיג צו וויסן אז דברי תורה עניים במקום אחד ועשירים במקום אחר, צעטיל קטן איז נישט קיין קאמפליעט גייד

ס'איז דעפיניטעלי דא קינדער וואס סוועט נישט אויסמאכן כאשר בא כן ילך.
OCD איז אויך נישט געפערליך ווייל עס איז אין רוב פעלער אבוויעס און מען קען קומען צו הילף
די שווערסטע איז, די חכמתו מרובה ממעשיו, ווען מען האט די רצונות אבער נישט רעאליסטיש איבער די שוועריקייטן, די דעפרעשאן וואס עס ברענגט, מען קען אסאך מאל טרעפן א קלוג קינד וואס מען ברעכט זיך קאפ פארוואס ער האט פארלוירן די דרייוו, יונגעלייט און די צוואנציגער יארן וואס מוטשען זיך (אינערליך) צו פארשטיין דעם מה חובתו בעולמו, סאיז ארום גענומען מיט א נעפל, און מען כאפט זיך נישט אז מען האט זיי קיינמאל געלערנט פראקטיק, א וועג צו שטייגן צוביסלעך און דיעלן מיט די נעטראל אינסטינקט, קאנסיסטענסי, ענד סא אן,

עניות דעתי אויפן שפיץ גאפל

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מאנטאג אפריל 01, 2019 8:45 pm

אוי זאגט ער גוט הרב יוד אלף.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט