משלחנו של הרה''צ רבי אלימלך בידערמאן

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2135
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

משלחנו של הרה''צ רבי אלימלך בידערמאן

תגובהדורך גאלדענע פעדער » זונטאג אפריל 09, 2017 1:36 am

ס'איז העכסט צייט ס'זאל זיין דא א באזונדערע אשכול איבער דעם באוויסטען מגיד און משפיע הרה''צ רבי אלימלך בידערמאן.


דערפאר שטעל איך דא אוועק דעם מקום מיוחד פאר זיינע: דרשות/גליונות/ספרים/מעשות/און ענינים.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

ביטע אריין ווארפען לכבודי סיי וועלכע סכום פאר די קינדערלעך פון לינדען ניו דזשערסי אז זיי זאלן האבן א נארמאלע חדר בנין ווי צי לערנען תורה ביטע דריקט
דא

גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2135
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

רבי אלימלך זאגט: טויזענטע יודן ווערען געהאלפען ליל הסדר ביי ונצעק!

תגובהדורך גאלדענע פעדער » זונטאג אפריל 09, 2017 1:37 am

ס'איז יודע אז הרה''צ רבי אלימלך בידערמאן קאכט זיך שטארק ארום אז יודן זעהן ישועות גדולות למעלה מדרך הטבע יעדען יאר ליל הסדר ביי "ונצעק". פון טייל צדיקים איז מקבל אז ביי די מה נשתנה ווען מען זאגט כאן הבן שואל איז מסוגל צי געהאלפען ווערען. אבער רבי אלימלך זאגט נאך פון די שרף פון מאגלניצא זי''ע אז ס'איז מקובל דווקה ביי ונצעק צו שרייען מתפלל זיין און בעהטען מפנימיות הלב. איז דעמאלטס א געוואלדיגע עת רצון און א זמן מסוגל צי געהאלפען ווערען.


דאס איז דער לשון פון רבי אלימלך'ס הגדה באר החיים:
ויש סיפורי ניסים כאלו למאות ולאלפים מאנשים שנושעו על ידי שקיימו בנפשותם "ונצעק" בליל הסדר. ולא ליזול כי רוכלא לפרט את כולם. וחדא מינייהו וכו' און ער פירט אויס: אך הצד השווה שבהם שצריך להשתדל לבטל כל הסיבות המטרידות אותו ולשפוך שיחו לפני קונו וכו' והקב''ה יקבל תפילתנו לרחמים ולרצון. נאכדעם שרייבט ער ווייטער: ובפה מלא בידיע להעיד שמדי שנה בשנה ניגשים אלי כמה וכמה שהיו זקוקים לישועה בכל התחומים ובליל הסדר קיימו בנפשותם "ונצעק אל השם אלוקינו" וזכו להינצל ממצבם הדחוק וביודעי ומכירי קאמינא איש איש מנגעי לבו ומכאובו.


פארוואס איך בין נתעורר געווארען צי שרייבן וועגען דעם איז ווייל ממש לעצטענס האט חתונה געהאט א עלטערער בחור וואס איך קען. און אן אריין גיין אין אלע פרטים האט איינער וואס איז דארט געווען פאריאר ביי די סדר מיר אליינס דערציילט, אז יענער האט פאריאר פסח ליל הסדר ביי ונצעק געטיען אט די סגולה. און ער און אלע מסובים האבן ציזאמען געבעהטען און מתפלל געווען בקול גדול ביי ונצעק. און ברוך השם איז שוין יענער יעצט נאכן טרעפען זיין באשערטע.


אז איר ווייסט א מעשה פון א באקאנטע ביטע דא פארציילען.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

ביטע אריין ווארפען לכבודי סיי וועלכע סכום פאר די קינדערלעך פון לינדען ניו דזשערסי אז זיי זאלן האבן א נארמאלע חדר בנין ווי צי לערנען תורה ביטע דריקט
דא

סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

תגובהדורך סתם אזוי » זונטאג אפריל 09, 2017 5:40 pm

צוויי שמועסן (עברית און אידיש) אויף חג הפסח תשע"ז
http://www.jdn.co.il/video/823508

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1275
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » זונטאג אפריל 09, 2017 6:53 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:ס'איז יודע אז הרה''צ רבי אלימלך בידערמאן קאכט זיך שטארק ארום אז יודן זעהן ישועות גדולות למעלה מדרך הטבע יעדען יאר ליל הסדר ביי "ונצעק". פון טייל צדיקים איז מקבל אז ביי די מה נשתנה ווען מען זאגט כאן הבן שואל איז מסוגל צי געהאלפען ווערען. אבער רבי אלימלך זאגט נאך פון די שרף פון מאגלניצא זי''ע אז ס'איז מקובל דווקה ביי ונצעק צו שרייען מתפלל זיין און בעהטען מפנימיות הלב. איז דעמאלטס א געוואלדיגע עת רצון און א זמן מסוגל צי געהאלפען ווערען.


דאס איז דער לשון פון רבי אלימלך'ס הגדה באר החיים:
ויש סיפורי ניסים כאלו למאות ולאלפים מאנשים שנושעו על ידי שקיימו בנפשותם "ונצעק" בליל הסדר. ולא ליזול כי רוכלא לפרט את כולם. וחדא מינייהו וכו' און ער פירט אויס: אך הצד השווה שבהם שצריך להשתדל לבטל כל הסיבות המטרידות אותו ולשפוך שיחו לפני קונו וכו' והקב''ה יקבל תפילתנו לרחמים ולרצון. נאכדעם שרייבט ער ווייטער: ובפה מלא בידיע להעיד שמדי שנה בשנה ניגשים אלי כמה וכמה שהיו זקוקים לישועה בכל התחומים ובליל הסדר קיימו בנפשותם "ונצעק אל השם אלוקינו" וזכו להינצל ממצבם הדחוק וביודעי ומכירי קאמינא איש איש מנגעי לבו ומכאובו.


פארוואס איך בין נתעורר געווארען צי שרייבן וועגען דעם איז ווייל ממש לעצטענס האט חתונה געהאט א עלטערער בחור וואס איך קען. און אן אריין גיין אין אלע פרטים האט איינער וואס איז דארט געווען פאריאר ביי די סדר מיר אליינס דערציילט, אז יענער האט פאריאר פסח ליל הסדר ביי ונצעק געטיען אט די סגולה. און ער און אלע מסובים האבן ציזאמען געבעהטען און מתפלל געווען בקול גדול ביי ונצעק. און ברוך השם איז שוין יענער יעצט נאכן טרעפען זיין באשערטע.


אז איר ווייסט א מעשה פון א באקאנטע ביטע דא פארציילען.


הרב בידערמאן פארציילט באריכות די מעשה אין די היי יעריגע שיעור לחג הפסח.

א 28 (?) יעריגע בחור מיט גאנץ שוואכע אויסזיכטן צו טוהן א שידוך, האט געהאט א אידישע הגדה ביים סדר. און פאר ונצעק שטייט דארט די מעשה פונעם אוהב ישראל, אז א קרעטשמער האט נישט געהאט צו באצאלן די מאנאטליכע שכירות פארן פריץ, און ווען דער לעצטער האט געסטראשעט מיטן ערגסטן, איז ער געפארן צום אוהב ישראל, אבער פארשטייט זיך קומענדיג אזוי אפגעריסן און אפגעשליסן האבן אים די גבאים נישט אריינגעלאזט ווייל דער רבי האט וויכטיגערס אויפן קאפ (עטס מיינטס טאקע אז די מעשיות האבן זיך אנגעהויבן נאכן רבינס סטראוק?...). נישט האבענדיג קיין ברירה, איז ער געקומען צום שבת הגדול דרשה, דארט האט דער אפטער רב נאכגעזאגט פון ....... אז ביי ונצעק קען זיך א אידס מזל טוישן לטובה, און מ'קען פועלן אין הימל ביי ונצעק דורך שרייען. דער דארפסמאן האט שוין באקומען זיין הוראה... ס'קומט צום סדר ער מיט זיין פלונית האבן געמאכט א ריזיגן ונצעק.... און זיי הערן ווי איינער קלאפט אויפן טיר, ער עפנט אויף, און דארט שטייט א גוי פון דער שכינות מיט 2 גרויסע קאסטענס אנגעפולט מיט מטבעות, און ער מוז אנטלויפן ווייל ער האט זיך נארוואס צושלאגן מיט איינעם, און ער געטרויעט מאניש מיט זיין פארמעגן, און זאגט אים, אז ווען ער קומט צוריק, וועט ער קענען האלטן איין קאסטן אלץ שכר שמירה, און אויב קומט ער נישט צוריק קען ער האלטן ביידע.... פארשטייט זיך אז דער איד האט שוין געהאט גענוג און גענאך אויף צו באצאלן דעם פריץ.
דער אלטער בחור מאכט שטיל אינמיטן סדר (עטס מיינטס אז נאר אויף אייוועלט איז ער א מאן דאמר?...) און ער הייבט אן שרייען מאניש קען שוין נישט מער! מאניש דארף שוין ווערן א חתן!, און ער האט נישט נאכגעלאזט ווילאנג אלע מסובין די ביאלאגישע ווי די נישט-ביאלאגישע צוגלייך האבן זיך אלע משתתף געווען אין דעם גראנדיעזן ונצעק.... נו? פארטיג? אזוי מיינסטו! אבער נישט מאניש! ער פרעגט וואס וועט זיין מיט יאנקעלע? אויך שוין א בן ששה ועשרים! און אודך... דער גאנצער עולם האט אויפן באפעל פון מאניש נאכאמאל אנגעהויבן שרייען, יאנקעלע דארף שוין א חתן ווערן! יאנקעלע קען שוין נישט מער!.

נישט מער און נישט ווייניגער דעם ערשטן און 2טן טאג חוה"מ האבן שוין ביידע פארטיילט לולקע'ס....

אוועטאר
מים שלנו
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

תגובהדורך מים שלנו » מאנטאג נובעמבער 13, 2017 10:18 pm

ר' אלימלך זאגט פאריגע וואך:
א איד איז אריין צום פני מנחם אז ער האלט נאך א שידוך און ער האט ספיקות, אפשר האט ער געדארפט טוען א אנדערען שידוך, האט ער אים מסביר געווען אז ווען דער אייבישטער וויל א שידוך נעמט ער אוועק פונעם מענטש דעם שכל און פירט עס אויס, יעצט נאכן שידוך האט ער דיר עס צוריק געגעבן און די קימסט מיט טענות, האסט געוואלט בלייבן אנא שכל?!?!?
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2656
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מאנטאג נובעמבער 13, 2017 10:24 pm

בענין הנ"ל שמעתי ממנו כמ"פ בהחבורות שבתנ"ך כתוב ג"פ מה' יצא הדבר
1. שידוך של יצחק 2. שידוך של שמשון הגיבור 3. איני זוכר אבל משה בענין כסף. ופירש דאנשים חושבים שבשלשה דברים הולכים שידוכים זע"ז, 1. יחוס און יחוס, משו"ה מגלה לנו התורה לא אלא מה' יצא הדבר הכתוב אצל יצחק. 2. יופי עם יופי [דא פלעגט ער שפייען] ומשו"ה מגלה לנו התורה דלא כמ"ש אצל שמשון. 3. ואותו דבר אצל כסף עם כסף.

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2656
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מאנטאג נובעמבער 13, 2017 10:25 pm

עוד אמר בשמו של הבריסקער רב זצ"ל דאעפ"י דבהרבה ענינים גשמיים יש ענין/חיוב של השתדלות, אבל בשידוכים אין שום חיוב השתדלות, ואת"ל למה אני עושה השתדלות? דאס איז נאר פאר די נערווען...

פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

תגובהדורך פסיקתא » מיטוואך נובעמבער 15, 2017 9:12 am

אימטרעסאנטע זאך האב איך געזען פין הנגיד ר משה רייכמאן עליו השלום , וואס א אייניקל האט ארויסגגעבען א קובץ חידושים פין א כולל לעילו נשמתו שרייבט ער דארט
דברי הערכה אויף ר משה ווי ערליך ער איז געוועזען בתוך הדברים זאגט ער ווען א קינד איז געגאנגען פרעגן וועגען שידוכים , האט ער געזאגט מען דארף זיך לאזען פירען ,
איך מיין פאר א באלעבאס איז עס א שטארק ווארט
פשט איז אמאל ווארט מען לאנג ווייל פאר מיין משפחה
דארף איך טרעפן עפעס שענערס,אדער וועגען מיין געלונגענע בחור אדער טאכטער, דארף איך עפעס שענערס, אין אמאל קען מען נעבעך ווארטען,אין דיין בחור ליידט וועגען דיין יוחס אדער דיין בחור׳ס יוחס
דארף מען זיך לאזען פירען וואס דער ביישעפער שיקט צי

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

דרשה של הרה״ג המשפיע רבי אלימלך בידערמאן שליט״א - תשעה באב תשע״ח

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג יולי 22, 2018 2:11 am

בענין גודל כח התפילה להשי״ת

https://www.dropbox.com/sh/9xhqbtr3oh6w ... CGkva?dl=0
סטעי טונד!

לייבעלע הירש
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

תגובהדורך לייבעלע הירש » פרייטאג יולי 27, 2018 2:20 am

H
דער באשעפער איז נישט דיין זיידע... ער איז דיין טאטע!

גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2135
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

פונעם שיעור פרשת חיי שרה (תשע״ט)

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 5:19 pm

אריינפור: איך פראביר יעדע וואך צו הערן די שיעור פון רבי אלימלך, אמאל קום איך אן דערצו פריער אין די וואך (מיטוואך) און אמאל הערשט שפעטער (דאנערשטאג צו הערשט ערב שבת). הכלל, איך גיי פראבירן אז ווען איך וועל הערן די שיעור גענוג פרי אין די וואך, וועל איך בל״נ פראבירן דא צו ברענגען א שטיקל אדער צוויי אויף די סדרה פון די וואך, אזוי אז יודן זאלן האבן וואס איבער צו זאגן אין שטוב, שבת ביים טיש והיה זה שכרי.

רבי מיילעך שטעלט זיך די וואך אויף די באקאנטע חז״ל וואס רש"י ברענגט צו די וואך אויף די פסוק, ״ואבא היום אל העין ואמר ה' אלקי אדני אברהם אם ישך נא מצליח דרכי אשר אנכי הלך עליה״, ברענגט רש"י צו די וואס חז״ל לערנען אונז אז, ״יפה שיחתן של עבדי אבות יותר מתורתן של בנים״ אין דערפאר ווערט די מעשה איבער גע׳חזר׳ט א צווייטע מאל עיי״ש. שטעלט זיך די קשיא, וואס איז פשט פון דעם אז כביכול ״די שמועס פון די אבות הקדושים״ איז מער חשוב פון די תורה פון זייער קינדער, די תורה איז דאך די הייליגסטע וואס אונז פארמאג מיר דאך?

איז רבי מיילעך מסביר, אז רוב מענטשען ווען ס׳קומט צו טוהן א שידוך מיט זייערס א קינד, טאמער ווייסט ער אז ער האט ער דעם בעסטען בחור פון די ישיבה דאווענט ער ווייניגער פאר א גוטע שידוך פאר זיין קינד ווייל ער פילט זיך פארזיכערט אז די שדכנים וועלן איהם שוין נאכלויפען ווייל ער האט דאך דעם בעסטען בחור. וואס טוט זיך טאמער האט ער אין באנק א צען מיליון דאלער, דאווענט ער אויך ווייניגער צום אייבערשטען פאר א גוטן שידוך פאר זיינס א קינד וויסענדיג אז די שדכנים וועלן איהם שוין נאכלויפן ווייל ער האט דאך געלט און מענטשען וועלן זיך וועלן מיט איהם משדך זיין... אבער וואס טוט זיך א מענטש וואס האט סיי דעם בעסטען בחור און סיי א גוטע צען מליון דאלער אין באנק? אזא איינער פילט זיך שוין צוויי מאל פארזעכערט... וויסענדיג אז איהם וועלען שוין אלע שדכנים און די גאנצע וועלט נאכלויפן כדי צו באקומען דעם בעסטען בחור און מיט געלט אויכט. און אזא איינער דאווענט שוין נאך ווייניגער צום אייבערשטען מיינענדיג אז ער איז הודערט פראצענט פארזיכערט.

אליעזר עבד אברהם איז דא געגאנגען ברענגען א שידוך פאר יצחק, האט ער געהאט די ביידע זאכן, דעם בעסטען בחור, יצחק אבינו, און אויך א ריזיגען עשירות ווי ס׳שטייט אין פסוק וכל טוב אדוניו בידו. דאך איז אליעזר עבד אברהם געשטאנען און זיך געבעהטן ביים אייבערשטען כאולי ער האט נישט גארנישט, און ער שטייט און וויינט און בעהט זיך צום אייבערשטען ״ה' אל'קי אדני אברהם, די באשעפער פון אברהם, אם ישך נא מצליח דרכי אשר אנכי הלך עליה, איך בעהט דיך זיי מצליח מיין וועג, ווי כאילו ער קומט מיט גארנישט, און פארשטייט אז ער קען נאר געהאלפען ווערן דורך דעם אייבערשטען אליין, אויב אזוי, זאגט רש"י זייער גוט, אז דאס איז פשט, אז אזא לימוד ווי דאס איז שוין איינמאל אסאך חשוב׳ער פון תורתן של בנים, אז א יוד זאל אייביג וויסן און געדענקען אז אלעס קומט נאר פונעם אייבערשטען אליינס און נאר צו איהם אייביג מתפלל זיין.


וויל איך דא צו ברענגען אויך א מעשה איבער דעם וואס רבי אלימלך האט דערציילט פאריגע וואך ביים שיעור, אז אמאל איז הרב דעסלער אריין געקומען צום חזון איש און איהם געזאגט ער וויל פרעגן א קשיא, אונז ווייס מיר דאך אז די סדר פון שמונה עשרה גייט אזוי, קודם קומט די ברכות פון סלח לנו און השיבנו און הערשט שפעטער קומט די ברכות פון רפאנו און ברך עלינו, קומט אויס אז קודם בעהט מען פאר מחילות עונות און תורה, און הערשט נאכדעם בעהט מען פאר געזונט און פרנסה, אונז ווייס מיר דאך אבער אז די כלל איז, אז מעלין בקודש ולא מורידין, נו, אויב אזוי וואלט דאך געדארפט זיין די סדר התפילות פונקט פארקערט, קודם וואלט מען געדארפט בעהטען רפאנו - פאר געזונט, און ברך עלינו - פאר פרנסה, וואס דאס זענען גשמיות׳דיגע ברכות, און נאר דערנאך זאלן קומען די ברכות פון סלח לנו און השיבנו, וואס די זענען ברכות פון רוחניות - מחילות עונות און תורה?

האט זיך די חזון איש אנגעריפן צו הרב דעסלער, נו, וואס קלערט איר? האט הרב דעסלער גענטפערט אז ער האט געטראכט אז די ברכות פון רפאנו און ברך עלינו זענען אויך ברכות פון רחניות ווייל אז אידישע קינדער בעהטען פאר געזונט און פרנסה איז דאך דאס אלעס כדי אז יודן זאלן האבען כוח צו קענען דינען דעם אייבערשטן און טוהן זיין רצון. איז ממילא אלע ברכות כל כולו רחניות.

האט זיך די חזון איש אנגערופן צו הרב דעסלער, זייער גוט, אבער איך וועל אייך ענטפערן נאך פשוט׳ער, אז דאס אליינס אז א יוד שטעלט זיך דאווענען צום אייבערשטען און ער זאגט רפאנו און ער זאגט ברך עלינו און ער זאגט און ער בעהט און ער איז מתפלל צום אייבערשטען פאר געזונט און פרנסה, וואס זאגט ער? ער זאגט, באשעפער איינציגער, איך ווייס און איך גלייב אז נאר דו באשעפער קענסט מיר געבן פרנסה! און נאר דו באשעפער קענסט מיר געבן געזונט! נישט מיין בעה״ב און נישט דעם גרויסען דאקטאר פון מאנהעטען, נאר דו אייבערשטער אליין ביסט דער וואס געבט געזונט און פרנסה, אזא תפילה איז אסאך א העכערע תפילה פון בעטן סלח לנו און השיבנו, וואס אוודאי צו וועם דען זאל מען בעטן די זאכן, איז ממילא, האט די חזון איש אויסגעפירט, איז פונקט פארקערט, נאר נאך דעם וואס א יוד טוט תשובה - סלח לנו, און נאר נאכדעם וואס א יוד בעהט פאר תורה - השיבנו לתורתך, נאר נאכדעם קען ער צו קומען צו די מדריגה פון זיך פארלאזן נאר אויפ'ן אייבערשטן פאר געזונט און פרנסה, און ממילא איז די נוסח התפילה גאר מדיוק! סיי ס׳איז מעלין בקודש, און סיי ס׳איז דווקא אויף דעם סדר!
לעצט פאראכטן דורך גאלדענע פעדער אום דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 9:33 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

ביטע אריין ווארפען לכבודי סיי וועלכע סכום פאר די קינדערלעך פון לינדען ניו דזשערסי אז זיי זאלן האבן א נארמאלע חדר בנין ווי צי לערנען תורה ביטע דריקט
דא

שמחה ונחת
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובהדורך שמחה ונחת » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 5:37 pm

יישר כח!!
ווי קען מען הערן די וועכענטליכע שיעורים?

זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 1:03 am

מען קען הערן די שיערים אויף 17189066444
הצלחה
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2135
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מיטוואך נובעמבער 20, 2019 11:22 pm

וואיל געשריבן דא פאריאר אויף פרשת חיי שרה. (הלוואי ווען איך קען ווען שרייבן א יעדע וואך פון דעם מעיין המתגבר.)
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

ביטע אריין ווארפען לכבודי סיי וועלכע סכום פאר די קינדערלעך פון לינדען ניו דזשערסי אז זיי זאלן האבן א נארמאלע חדר בנין ווי צי לערנען תורה ביטע דריקט
דא

שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3529
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג נובעמבער 21, 2019 12:54 am

גאלדענע פעדער האט געשריבן:וואיל געשריבן דא פאריאר אויף פרשת חיי שרה. (הלוואי ווען איך קען ווען שרייבן א יעדע וואך פון דעם מעיין המתגבר.)

מ'קען באקומען די שיעורים אפגעטייפט און אויסגעשטעלט, פון באר האמונה וועכנטליך אין אפאר שפראכן
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: משלחנו של הרה''צ רבי אלימלך בידערמאן

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך יולי 29, 2020 10:45 pm

ויקרא ה' אלהים צבאות ביום ההוא לבכי ולמספד.

יערליכע שיעור במדרש איכה דורך הגאון המשפיע רבי אלימלך בידערמאן שליט״א. ליל תשעה באב תש״פ.

https://www.dropbox.com/sh/9gd6xz4yk4zm ... NcfFa?dl=0
סטעי טונד!

צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 535
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: משלחנו של הרה''צ רבי אלימלך בידערמאן

תגובהדורך צדיק בן צדיק » דאנארשטאג יולי 30, 2020 12:26 am

איך הער שוין פאר באלד א שעה. ווי לאנג דארף נעמען אזא דרשה? רעדט ער לעיבעדיג?

גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2135
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

פונעם שיעור פון פרשת תולדות תשע״ז

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 5:31 pm

אויסגעהערט א שיעור פון פרשת תולדות תשע״ז.


שטייט אין פסוק די וואך ואחרי כן יצא אחיו וידו אחזת בעקב עשו ויקרא שמו יעקב.

ווער איז געווען דער וואס האט אנגעריפן יעקב׳ס נאמען יעקב ווייל ער האט אנגעכאפט אין די פוס פון עשו?

שטייט נישט אין פסוק ווער, ברענגט רשי׳ אויפן פלאץ צוויי פשטים די ערשטע פשט זאגט רשי׳ הקב״ה האט איהם א נאמען געגעבן יעקב. און די צווייטע פשט זאגט רשי׳ יצחק. אכ״פ אויב ס׳געווען דער אייבערשטער איז גאר שווער צי פארשטיין אז די אייבערשטער זאל געבן א נאמען פאר יעקב די נאמען יעקב ווייל ער האט אנגעכאפט אין די פוס פון עשו?

נאך שטעלט זיך רבי מיילעך אז רשי׳ זאגט אזוי, כשהיתה עוברת על פתחי תורה של שם ועבר, יעקב רץ ומפרכס לצאת, עוברת על פתחי ע״ז עשו מפרכס לצאת, איז דאך אויב אזוי לכאורה פשט אז יעקב איז געבוירען געווארען כל כולו טוב, און עשו כל כולו רע, איז ווי איז געווען די בחירה?

נאר זאגט רבי מיילעך נאך פון די ישמח משה א מורא׳דיגע דערהער, אז בעצם וואלט יעקב אבינו געבוירען געווארען אינגאנצען טוב אן קיין שום יצר הרע און נסיון צו טוען שלעכטס, דא האט אבער די הייליגע יעקב אבינו געוויסט און פארשטאנען אז אויב ער וועט נישט האבן קיין נסיונות און קיין שום נטיה אויף שלעכטס וועט זיין עבדות השם נישט זיין אויף די ריכטיגע פארנעם, ווייל די גאנצע תכלית אויף די וועלט איז זיך צו צובראכען פארן אייבערשטען און גיין קעגן די טבע, ממילא זאגט די הייליגע ישמח משה אז פארדעם האט יעקב אנגעכאפט די פוס פון עשו, כדי אויכעט צו האבן עפעס רע ער זאל האבן אויף וואס זיך צי שטארקען און האבן נסיונות אויך וואס צי ארבייטן אויף דעם ווילט צי טוהן רצון השם.

און דאס איז די ישמח משה מסביר אז דורך דעם וואס יעקב האט אנגעכאפט ביי די פוס פון עשו, איז דעמאלטס געשעהן צוויי זאכן: איינס אז יעקב האט באקומען דעמאלטס אביסעל רע, און צווייטענס אז עשו האט דעמאלטס באקומען אביסעל טוב, לפי זה האט זיך טאקע נישט פארלאנגט די זעלבע עבודת השם פון עשו ווי פון יעקב, ווייל עשו האט געהאט אסאך מער נטיות צי רע ווי יעקב, אבער אכ״פ פארשטייט מען שוין אז בחירה געווען.

און ממילא פארשטייט מען שוין אויכעט זייער גוט פארוואס די באשעפער (לויט יענעם פשט פון רשי׳) ריפט אן יעקב אויף דעם נאמען יעקב, פון וועגן יעקב האט אנגעכאפט אן אין די עקב פון עשו, פארוואס? ווייל יא. דאס אז יעקב פארשטייט אז עבודת השם מיינט דווקה זיך שטארקען אויף נסיונות ווען ס׳גייט שווער און מען דארף זיך שלאגען און זיך שטארקען א קעגן דען יצר הרע, און ממילא אפי׳ אז ער ווערט געבוירען אן א נטיה לרע וויל ער און ער בעהט דערפאר און ער נעמט עס זיך אליינס, צי האבן אין זיך אריינגעבויעט א שטיקעל פון עשו, וואס דאס איז די נטיה רע, אה פארדעם זאגט די באשעפער וועל איך איהם א נאמען געבן יעקב! יא פארדעם פארן טוהן אזא זאך, און נעמען אליינס א נטיה לרע זיך צי קענען דעראויף שטארקען, קומט איהם א נאמען צי געבן על שם דעם הייליגע עבודה וואס ער נעמט אויף זיך אין עבודת השם!

דא לייגט רבי מיילך צי א הערליכע געוואלדיגע הוספה לפי וואס מיין רעדט, שפעטער אין די פרשה ווען יעקב גייט צי כאפען די ברכות פון עשו פרעגט איהם יצחק מי אתה? ענפערט איהם יעקב אנכי עשו בכורך, אלע שטעלן זיך אויף דעם, אז ווי קען זיין אז יעקב זאגט ליגענט? רשי׳ ענפערט א שטיקעל דוחק אז איך בין ווער איך בין, און עשו איז דיין בכור.

אבער לפי דברינו שטומט דאך הערליך, יצחק גרייט זיך צי געבן ברכות, טראכט ער צי זיך וועם קומט אז איך זאל בענטשן, יעקב? פארוואס עפעס? ער איז א תם יושב אוהלים, ער איז געבוירען מיט גרינגע נאטורען, איהם קומט זיך נישט קיין עקסטערע ברכות, אבער עשו וואס רשי׳ ברענגט דאך פון די מדרשים אז ער פלעגט פאפען יצחק אז ער איז עהרליך מיטן פרעגן האיך מעשרין את המלח, און ער פירט זיך עהרליך, און יצחק קען דאך עשו מיט זיינע געבוירענע שווערע נאטורען, טראכט יצחק צי זיך אז פאר אזא איינער קומט איך זאל געבן די ברכות, ווייל ער טוט דאך דעם רצון השם אפי׳ ווען ס׳גייט איהם שווער.

איז ממילא דאס געווען די קשיא פון יצחק צי יעקב: ווער ביסטו אז איך זאל דיר געבן די ברכות? די ביסט דאך א תם יושב אוהלים, און די האסט נישט קיין שוועריקייטן? אויף דעם ענפערט איהם יעקב: אנכי עשו בכורך, איך האב דאך אויך אין זיך א שטיקעל פון עשו - פון נטיות צי רע, איך האב אויכעט נסיונות, און ממילא קומט זיך מיך יא עהרליך די ברכות, אויך דעם ענפערט איהם טאקע יעקב הערליך שיין, אזוי די האסט אויכעט שוועריקייטן און די ביסט זיך מתגבר? אויב אזוי קומט זיך דיר טאקע יא די ברכות, ווייל אפי׳ אז ס׳איז הקול קול יעקב, אפי׳ די האסט די כח פון טוב וואס שאס איז די מידה פון יעקב, אבער ס׳דאך הידים ידי עשו! די האסט דאך אנגערירט מיט דיינע ידים אין די פוס פון עשו פון עשו, און ממילא האסט די דאך אין זיך אויכעט אביסעל פון די נאטורען פון עשו, קומט זיך דיר טאקע, יא עהרליך פארדינטערהייט די ברכות!

שטומט לפי זה אויך זייער שיין ווייטער די המשך, אז עשו זאגט פאר יצחק אויף יעקב, אז ס׳געווען ויעקבנו, זה פעמים, למ״נ? ווייל די צוויי פאפערייען זענען געקניפט און געבינדען ציזאמען! ווייל וועגן יעקב האט אנגעכאפט אין די פוס פון עשו דערפאר האט ער אויכעט געקענט צי כאפן די ברכות!
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

ביטע אריין ווארפען לכבודי סיי וועלכע סכום פאר די קינדערלעך פון לינדען ניו דזשערסי אז זיי זאלן האבן א נארמאלע חדר בנין ווי צי לערנען תורה ביטע דריקט
דא


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: YandexBot און 2 געסט