האנט מצות בימים ההם, ובזמן הזה - פיננען

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

האנט מצות בימים ההם, ובזמן הזה - פיננען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

א חבר האט מיר געבעטן ארויף צולייגען

אויף א שער בלאט פון א גאר אלטן ווינעציער הגדה, שנת שס"ט לפ"ק איז געצייכנט אפאר גאר אינטרעסאנטע בילדער, און דאס אונטערשטע בילד איז פון א פארצייטישע מצה בעקעריי בימים ההם, פון וואס מען קען זיך לערנען פון דעם אויף היינטיגע צייטן, וואס הגם אז אויף שער בלעטער קען מען קיין סאך נישט בויען, אבער לגילוי מילתא קען דאס נוצן.

בילד

ווען מען באטראכט גוט די אונטערשטע בילד פון די מצה בעקעריי, זעהט מען אז דריי מענטשען זענען ממונה אויפ׳ן אויסארבייטן דעם מיירע - מיט א שטעקען, אזא סארט שטייגער ווי ס׳איז איינגעפירט אין די ארצ״י׳דיגע בעקערייען, און ווי אויך פאפע צעלעם. די דאזיגע כלי רופט מען פינען, און דער וואס באנוצט עס הייסט א פיננער.

און פארשידענע טראדיציאנאלע מקומות (קוממיות, סאטמאר ועוד בעיקר איירופע ואמעריקע) נוצט מען נישט קיין שטעקן צו פיננען, מיט'ן טעם אז אמאל פלעגט מען עס נישט נוצען.

אבער למעשה אז מען קוקט אריין אין פריערדיגע ספרים, זעהט מען אז מען האט דאס יא גענוצט אמאליגע צייטן, כ׳וועל נאר אנצייכענען אפאר מ״מ. (איך פארמאג נישט קיין אוצר החכמה, איך בין זיכער אז מען קען פון דארט טרעפן אסאך מער מ״מ, אדרבה, ווער ס׳קען מוסיף זיין איז תבוא עליו ברכה.)

דער נאמען
אין די ראשונים ווערט די כלי אנגערופן 'עמילן של עץ', ביי די גאונים האט מען עס גערופן בשם 'טשובה', 'מדליצא'​. בעיקר דערמאנען עס די ראשונים בענין א מיירע וואס איז מער פון שיעור חלה, אזוי אויך איבער דער שיעור חימוץ פון ​א מיל וכו'.​​ עיין בספר ים הגדול.

וויאזוי נוצט מען דאס?
צום ערשט דארף מען אנצייכענן דעם מאיר​י ​אין ​זיין ​ספר מגן אבות​ ​ברענגט ארויס זייער קלאר דער מעלות דערפון, ווי אויך דער מציאות הדברים באריכות גדול (הגם ס׳ווערט שוין געברענגט פון פריערדיגע).

און ספר האגור בשם השב"ל ומקורן מדברי תשובות הגאונים וע״ע בשו״ת הרשב"ש סימן קל"ב. ונקרא שם בערבית 'קלקאל​', ו​עיין בשלחן גבוה אודות המנהג בשאלונקי.

פון וואס איז עס געמאכט?
אזוי אויך איז דא א שמועס אין די פוסקים אז דער כלי הפינער זאל זיין געמאכט פון אייזן, ווייל אייזן קיהלט מער אפ דעם טייג ווי האלץ, אזוי ווי מען זעהט בחוש. עיין פרמ"ג סוף סי' תנ"ו.​ ​ובספר הזכרונות מבואר שהיו מכסין אותן במתכת כדי שתהא העיסה עומדת בקרירתה, או מאבן חלקה שהוא יותר מצנן. אבל זה פשוט להם שמתכת מצונן יותר מעץ.

היינטיגע צייטן
לסיום וויל איך נאר אנצייכענען א תניא ​אין סוף שוע"ה ​איבער א שינוי אין דער אופן פון מצות​, אז מען האט בשעתו אנגעהויבן זיך צו יאגן ביי די מצות, מער פון בעפאר.​

יתכן אז בימי התניא זי״ע האט מען ביי חסידים אויפגעהערט נוצן אט דעם פינער, וויבאלד מען האט זיך אנגעהויבן צו יאגן, איך ווייס נישט עפעס מער קיין ראיות דערצו, אדרבה ווער ס׳קען עפעס צולייגן צי מען האט דאס אויך גענוצט די לעצטע 200 יאר, זאל מעיר זיין, ויתבררו ויתלבנו הדברים.
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

דיין בילד איז נישט זעהבאר
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

HVeniceTPage.jpg.jpg
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

זייער אינטערעסאנט יאפין! ייש"כ,

דארף מען טאקע פארשטיין פארוואס ס'האט זיך אויפגעהערט.
זוכט איר דוי?
אוועטאר
שעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעמעדיגער »

מורא'דיג
לעב און לאך א גוטס
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

יאפין האט געשריבן:............................
היינטיגע צייטן
לסיום וויל איך נאר אנצייכענען א תניא ​אין סוף שוע"ה ​איבער א שינוי אין דער אופן פון מצות​, אז מען האט בשעתו אנגעהויבן זיך צו יאגן ביי די מצות, מער פון בעפאר.​

יתכן אז בימי התניא זי״ע האט מען ביי חסידים אויפגעהערט נוצן אט דעם פינער, וויבאלד מען האט זיך אנגעהויבן צו יאגן, איך ווייס נישט עפעס מער קיין ראיות דערצו, אדרבה ווער ס׳קען עפעס צולייגן צי מען האט דאס אויך גענוצט די לעצטע 200 יאר, זאל מעיר זיין, ויתבררו ויתלבנו הדברים.

פאר לכה"פ 25 יאר צוריק בין איך איך געוווען אין א חבורה וואס האט געדינגען די חרדים מצה בעקעריי אויף ניו יוטריקט
אני הצעיר בין געווען דער פינער די ערשטע 2 יאר, דאס דריטע יאר האבען מיר דאס אויפגעהרט ניצען בפקודת הרב__ שליט"א
פארוואס ווייס איך נישט
אבער זיכער נישט ווייל ער האט געוואלט עס זאל גייו שנעלער
דער פינער נעמט איבער דעם טייג פון קנעטער אינמיטען ווען עס איז קויים קוים אויסגעקנעטען
און ער מאכט דערפין א דבר שלם גרינגער און שנעלער ווי דער קנעטער
בפרט ביי די אליין געמאלענע רחיים של יד
מיר האבען אנגעיאגט 4 מיירעס אין 16-17 מינוט
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
שמן
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן »

לויט ווי איך האב געהערט איז די סיבה עס נישט צו ניצען וויל עס איז געמאכט פון אייזען און אייזען שוויצעט און זיעה איז מחמיץ, קען זיין אז די אמאליגע איז געווען געמאכט פון האלץ וואס האט נישט די חסרון
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

שמן האט געשריבן:לויט ווי איך האב געהערט איז די סיבה עס נישט צו ניצען וויל עס איז געמאכט פון אייזען און אייזען שוויצעט און זיעה איז מחמיץ, קען זיין אז די אמאליגע איז געווען געמאכט פון האלץ וואס האט נישט די חסרון

האסט נישט געזעהן וואס יאפין ברענגט פון פמ"ג און מהר"ש אבוהב?
יאפין האט געשריבן:פון וואס איז עס געמאכט?
אזוי אויך איז דא א שמועס אין די פוסקים אז דער כלי הפינער זאל זיין געמאכט פון אייזן, ווייל אייזן קיהלט מער אפ דעם טייג ווי האלץ, אזוי ווי מען זעהט בחוש. עיין פרמ"ג סוף סי' תנ"ו.​ ​ובספר הזכרונות מבואר שהיו מכסין אותן במתכת כדי שתהא העיסה עומדת בקרירתה, או מאבן חלקה שהוא יותר מצנן. אבל זה פשוט להם שמתכת מצונן יותר מעץ.
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

יאפין האט געשריבן:

תשו"ח להרבות קיקיון פאר'ן צו ווייזן דעם בילד.
איינער ווייסט ווער דאס איז?
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

דער בילד קומט פון viewtopic.php?p=105578#p105578
אשר וואס האט דאס ארויפגעלייגט האט אנגעבען זיין לאקאציע אלס ירושלים
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

איז דאס נישט די אלטע מודזיצער רבי?
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

פארוואס נישט סאדיגורא?
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

יוראפ האט געשריבן:פארוואס נישט סאדיגורא?

גערעכט. טעיתי.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »



עס איז שוין האלב אפגעוועלגערט
לפי קט שכלי ומיעוט ידיעתי איז שווער פארשטיין פארוואס מען זאל זיין דערגעגען
א ידיד מיט ידיעות אין פיזיקס האט געפריווט מסביר זיין אז אייזען איז א שנעלער
conductor פון היץ און עס וועט פירען די היץ פון די הענט אין טייג
אבער עס איז מיר נישט אריין אין קאפ
ענדערש זאל דער קנעטער ארבייטען לענגער מיט די ווארעמע הענט ווי מיט דעם
לאנגען אייזען א סך א סך שנעלער?
לעצט פארראכטן דורך קיקיון אום דינסטאג מארטש 28, 2017 10:40 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

קיקיון האט געשריבן:
שמן האט געשריבן:לויט ווי איך האב געהערט איז די סיבה עס נישט צו ניצען וויל עס איז געמאכט פון אייזען און אייזען שוויצעט און זיעה איז מחמיץ, קען זיין אז די אמאליגע איז געווען געמאכט פון האלץ וואס האט נישט די חסרון

האסט נישט געזעהן וואס יאפין ברענגט פון פמ"ג און מהר"ש אבוהב?
יאפין האט געשריבן:פון וואס איז עס געמאכט?
אזוי אויך איז דא א שמועס אין די פוסקים אז דער כלי הפינער זאל זיין געמאכט פון אייזן, ווייל אייזן קיהלט מער אפ דעם טייג ווי האלץ, אזוי ווי מען זעהט בחוש. עיין פרמ"ג סוף סי' תנ"ו.​ ​ובספר הזכרונות מבואר שהיו מכסין אותן במתכת כדי שתהא העיסה עומדת בקרירתה, או מאבן חלקה שהוא יותר מצנן. אבל זה פשוט להם שמתכת מצונן יותר מעץ.

איך האב גראדע אויך געהערט ווי 'שמן', כ'געדענק נישט פונקט רעדן פין די זיעה חלק, נאר פשוט אז אייזן ווערט שנעלער ווארעם, איי די פמ"ג? דארף מען טאקע פארשטיי וואס ער מיינט, אבער החוש יעיד אז אייזן ווערט אסאך שנעלער און שטערקער הייס פין פריקשען, און איך האב טאקע געהערט דאס אלץ טעם פ"וו מ'נוצט אין רוב מקומות אלעס האלץ אדער שטיין (וועלגער העלצלעך, שטאנגען, וועלגער טישען), בעת וואס אייזן העט ווען געווען פראקטישער.

דאס וואס עמיצער האט געשריבן פריער אז די סבה איז ווייל אייזן איז א היעט קאנדאקטער, און ס'כאפט די היץ פינעם מענטש איז לאוו דוקא, נאר אלץ קאנדאקטער שלעפט ער שנעלער אריין די היעט ענערזדשי ווי מיר האבן מסביר געווען (אדער ביידע צוזאמען), עכ"פ לענ"ד איז די פרמ"ג ממש א חידוש עצום ומצוה לתרצה, אולי דארף מען פארשטיין פונקטליך אויף וואסערע מציאות ער באציט זיך.

דער אמת, די גאנצע זאך איז מיר עפעס גירסא דינקותא, כ'געדענק שוין נישט וואס, ווען, וואו, כ'האב דאס געהערט/געזען. אדרבה, זאל עמיצער אויסקלארן.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איך געדענק יארן צוריק אין וויליאמסבורג מצה בעקעריי האט מען אויך געקנעטן מיט א פינען.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

למעשה שרייבט דער פרמ"ג אויך 'או מאבן חלקה', וואס שטיינער בלייבן זיכער קאלט.
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ביים רעדן היינט צו א שוואגער וועגן דעם ענין, האט ער מיר אנגעמערקט אז עס איז 'פינען' מיט א פ' (אן א פינטל)

#סתם
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

איך גלייב נישט אז דאס נישט פינען מיט א שטעקן ביי טייל האט מיט אייזן, מיין שווער - וואס באקט אליינס מצות - נוצט אייזערנע וועלגער'ס און טישן אבער פינען איז דוקא מיט די הענט.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

דער פלא איז נאך מער, ווייל בימי די הגדה, האט מען נישט געמאכט קיין טרוקענע טייג, נאר ווייכע טייגלעך מיט ווייכע מצות.
אוועטאר
שמן
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן »

אפשר בלאנגט נישט ממש דא אבער מענין לענין ווייסט איינער עפעס צו זאגען וועגן פלעסטיק וועלגער שטעקנ'ס
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

איטשע האט געשריבן:דער פלא איז נאך מער, ווייל בימי די הגדה, האט מען נישט געמאכט קיין טרוקענע טייג, נאר ווייכע טייגלעך מיט ווייכע מצות.

אזויווי א לאפה (די א"י'דיגע וועלן זיכער וויסן וואס דאס איז).

די פראבלעם איז נאר היינט צוטאגס אז קיין איין פרוי וועט נישט אקצעפטירן דעם פאקט, זי וועט זיין זיכער אז ס'איז חמץ גמור...
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

איטשע האט געשריבן:דער פלא איז נאך מער, ווייל בימי די הגדה, האט מען נישט געמאכט קיין טרוקענע טייג, נאר ווייכע טייגלעך מיט ווייכע מצות.

א סך א סך שפעטער
ביי די תימנער ביז לעצטענס
3d.gif

זעה שמירת מסורת אפיית המצות מתוך השיעור השבועי של מרן הגאון הרב יצחק רצאבי שליט"א פוסק עדת תימן

און באופן אפיית מצה לפי מנהגי העדות השונות הרב ברוך אבערלאנדער חברה ש ״ס ליובאװיטש בודאפעסט

קאוד: וועל אויס אלע

Yemenite women typically bake three thicker matzot,
about the thickness of an adult's finger, each with multiple
kezaytim, and from the instant of mixing the flour and water
they are fully baked within 5-6 minutes.

Recently, a Yemenite woman who is in
Israel only four years showed us how she made the matzah in
Yemen. There is no rolling or reddling; it is simply kneaded
and put in to the oven. From start to finish it was under 5
minutes. Thus, in that regard soft matzah has less of a chametz
concern than hard matzah.

גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”