פניני וישמח יחזקאל על פרשיות השבוע

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

וואס איז מיט עפעס א זאפטיגס אויף חנוכה?
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

סידיראם האט געשריבן:וואס איז מיט עפעס א זאפטיגס אויף חנוכה?


מיר ווארטן שוין אויף פניני וישמח יחזקאל על חנוכה.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקל פרייליך »

א גרויסן ייש"כ אייך אלע. בשעת'ן שרייבן דא קודם האב איך אליין נישט געגלייבט וויפיל אידן זענען ב"ה נהנה דערפון, אבער מיין אישי קעסטל איז פול מיט פראגן (פון גאר חשובע ניקס) פארוואס כ'בין געבליבן שטיין און כ'גיי נישט ווייטער.

די סיבה דערצו איז גאנץ א פשוט'ער אז כ'האב כמעט נישט קיין צייט, ובאמת פרוביר איך נאך אליין צו דערגיין וואס מיין ציל איז בכלל געווען מיטן עפענען דעם שנירל, האב איך טאקע געקלערט אז כ'וועל אנקומען דערצו? ס'האט זיך אבער אנגעהויבן נאך א בקשה פון אן אדם חשוב אז כ'זאל זיך נעמען אפצושרייבן מיינע רעיונות, און אין די בחינה פון אין חסידות כבתחילתו האב איך פרובירט עס אנצוהאלטן שטרענג אין די ערשטע וואך צוויי.

כ'האף אי"ה היינט ביינאכט זיך צו מאכן אביסל צייט און שרייבן אביסל (עכ"פ ס'איז געסקעדזשולט, און לאמיר האפן אז ס'וועט בעז"ה קומען לידי מעשה וה' יגמור בעדי). אויף חנוכה האב איך ב"ה היבש, קודם פון היי יאר און ס'קומט נאך צו די עטליכע וואס כ'געדענק נאך משנים קדמוניות. (אפטמאל קומען צו מיר אידן מיט טרעפליכע געדאנקען וואס לפי דבריהם האב איך עס זיי געזאגט שוין מיט יארן צוריק, אבער איך אליין געדענק עס שוין לאנג נישט).

ואגב, א ייש"כ פארן חשובן ניק וואס האט מיר געשריבן באישי אז דער רמז פון של"ם - שופר לולב מגילה, שטייט שוין אין ייטב לב און אין אגרא דכלה, און ווי כ'האב אים געענטפערט אז כ'וואלט נישט ברוגז געווען ווען ער וואלט עס דא געשריבן, אדרבה וברוך שכיוונתי. (כ'געדענק נישט אז כ'זאל עס האבן געהערט פריער, הגם דער זכרון איז שוין אן אלטער גנב וועמען כ'האב שוין עטליכע מאל געכאפט רויטהאנטיג).

יעצט בין איך גראדע אויך געדרוקט אין צייט, עם כל זה האב איך דאס געשריבן דא און טאקע נאר מיטן ציל אפצושטעלן דעם פלייץ פון די קשיות און בקשות, אז אי"ה שפעטער וועל איך האפנטליך אביסל שרייבן. כ'האב באמת נישט געהאט גערעכנט אז אזויפיל זענען דא וואס קוקן דערויף ארויס, ואתכם הסליחה פארן הפסקה. איך וואלט אפשר מער זיך אנגעשטרענגט ווען כ'וואלט געוואוסט פון פריער אז ס'האט אזא תועלת, כ'האף אז כ'בין אנטשולדיגט).
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

ר חאצקל שוין צייט זאלסט אנערקענען דיינע מעלות

גיי אן ווייטער, ווייל מיר ליינען מיט דארשט דיינע ווערטער
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

ביסט נישט אנטשולדיגט, ביינאכט נאך א גוט שטיקל וועט מען אפשר פארגעבן... מאך זיכער עס צו האבן גרייט נאך בעפאר די היינטיגע פאדי, איך דארף קומען ווי א פראו...
אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקל פרייליך »

ליידער האב איך נאך אלס זייער ווייניג צייט אבער כ'האב דאך שוין געשריבן אינמיטן טאג אז כ'וועל עפעס שרייבן היינט ופטור בלא כלום א"א, וועל איך שרייבן די קורצערע ווארט הגם ס'איז נישט אזוי בליציג. לאמיר האפן אז מארגן וועליך האבן אביסל מער צייט פאר די ריכטיגערע.

די גמ' זאגט במס' שבת א"ר הונא הרגיל בנר הויין לי' בנים תלמידי חכמים, זאגט רש"י דכתיב כי נר מצוה ותורה אור, דורך נר מצוה דשבת וחנוכה בא אור תורה. דער שבות יעקב (אין פי' עיון יעקב) פרעגט, יעצט בזמן הזה ווען אלע זענען רגיל אין נר של שבת וחנוכה דארף דאך יעדער האבן בנים ת"ח און מיר זעהן דאך אז ס'איז נישט אזוי (עיי"ש).

שטייט דערויף בספה"ק דברי יואל פ' חיי שרה אז דער טור בסי' רס"ג איז מעתיק דעם לשון הגמ' און לייגט צו ויהא זהיר לעשות 'נר יפה', דא"ר הונא הרגיל בנר שבת לעשותו יפה הויין לי' בנים ת"ח וכו'.

זאגט דער רבי זי"ע וזל"ק: ואפשר לרמז בלשונו הק' ע"ד שאמר הרה"ק ר"נ מראפשיץ זלה"ה בצעירותי כשאמרתי דברי בדחנות הייתי רגיל לומר שזיווגם יעלה יפה, בכוונה על זיווג העליון, דשם הוי"ה דלעתיד הוא שם יהי"ה כדכתיב ביום ההוא יהיה ה' אחד, וזיווג שם אדנ"י ויהי"ה עולה צ"ה כמנין יפ"ה כידוע ליו"ח, והנה בני עלי' מכוונים בכל מצוה לכוונה הנ"ל לשם יחוד קוב"ה ושכינתי', וזה נרמז בלשונו הק' של הטור במה שהוסיף ביאור בדברי הגמ' הרגיל בנר וכו' להשתדל בו לעשות 'יפה' ר"ל דהעושהו לכוונה הנ"ל, מובטח לו שיזכה לבנים תלמידי חכמים מאירים בתורה, כמו שפירש"י שע"י נר מצוה יזכה לתורה אור, עכל"ק בדבר"י.

מ'קען אפשר זאגן נאך א כוונה אין הרגיל בנר לעשותו יפה שמספרו צ"ה, דער רמ"א זאגט (בסי' עת"ר ס"ב) אז סעודות חנוכה יש בהם קצת מצוה ווייל באותן הימים חינכו את המזבח, דער לבוש איז עס מעתיק און איז מוסיף שחינכו את המזבח שבמדבר, שרייבט דער תוס' יו"ט אין זיינע הערות דארט אז ס'איז דברי תימה ווייל דעם מזבח פון מדבר האט מען מחנך געווען בניסן ווי ס'שטייט אין פסוק ביום החודש הראשון באחד לחודש, און דער רמ"א איז יתכן כפשוטו אויף חנוכת החשמונאים (עיי"ש).

דער אלי' רבה זאגט אבער אז אפשר איז די כוונה פונעם לבוש לויטן פסיקתא אז מלאכת המשכן נגמרה ביום כ"ה בכסלו און השי"ת האט געווארט מיטן אויפשטעלן ביז חודש ניסן שבו נולד יצחק, ואמר הקב"ה שישלם לכ"ה כסלו בחנוכת החשמונאים. קומט אויס אז דער חינוך פון ימי החשמונאים איז אנשטאטס דער חינוך פון משכן שבמדבר וואס וואלט געדארפט זיין כ"ה בכסלו און ס'איז גערעכנט כאילו הוקם המשכן אז, און די כוונת הלבוש איז נאר אז ס'איז ווי די זעלבע בחינה ווייל ס'איז תחת אותה החנוכה שבמדבר (עיי"ש).

אויך דער פרי מגדים שרייבט דאס אז דער משכן איז נגמר געווארן כ"ה כסלו און מ'האט דאך עס דעמאלטס געוואלט מחנך זיין נאר השי"ת האט זיי דעמאלטס נישט געהייסן און מ'האט געווארט ביז ניסן ושלם להם בימי חשמונאים, נאר ער לייגט נאך צו די ווערטער מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה ממילא איז עס ווי דעמאלטס געווען (עיי"ש), וכמו שמובא בספרים הק' אויף מחשבה טובה וכו' אז דאס ארבעט אזוי אז דורך די השתוקקות בכל לב ונפש ומאוד ווערט דאס גערעכנט כאילו מ'האט עס דעמאלטס מחנך געווען בפועל.

ואפשר שי"ל עפי"ז אז נר חנוכה איז דאך כידוע א הכנה אויף ביאת משיח צדקינו (ידוע דער ר"ת פון משי"ח - מדליקין שמונת ימי חנוכה) כמ"ש בספרים הק' עה"פ ערכתי נר למשיחי ממילא דארף דאס זיין די כוונה דערביי, און די גאולה קומט דאך כידוע בזכות פונעם אחכה לו בכל יום שיבוא דער גרויסער השתוקקות דערצו, איז אפשר דאס דער רמז ווייל פון כ"ה כסלו ביז ר"ח ניסן איז צ"ה יום כמנין יפ"ה וואס אין די אלע פינף און ניינציג טעג האבן אידן אויפגעשטעלט דעם משכן דורך זייער גרויסן השתוקקות, און אז מ'צינדט מיט די כוונה פון השתוקקות לביאת משיח צדקינו וואס דאס איז די הכנה לאורו של משיח ברעגט עס צו מ'זאל זוכה זיין צו ערליכע קינדער וואס וועלן מקבל זיין פני משיח צדקינו בקרוב במהרה.
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

שוין לאנג נישט געהערט א גוט ווארט
זיי אינז מזכה
אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקל פרייליך »

שוין לאנג נישט געשריבן דא אין דעם שנירל מחוסר הפנאי שאין לי כמעט בעוה"ר ואפי' בצמצום, אבער נאכן זען ביי די מקוה לכבוד שב"ק א געוויסער אנאנס אויף א צעטל אין ביהמ"ד איז מיר עפעס אזוי א געדאנקל פייגעבאלן‏ און עס שוין אפי' געשריבן אין שנירל מילתא דבדיחותא.

אבער בהיות ס'האט זיך אביסל פארצויגן איז דארט אוודאי נישט דאס פלאץ פאר אריכות הדברים, האב איך לאחר הכתיבה וקודם השילוח עס געקאפי-פעיסט אהער (נאר דעם התנצלות שכתבתי בתחילתי אויפן לייגן אן ערנסטע דבר תורה אין בדיחותא האב איך ארויסגענומען און געלייגט גאנץ צום סוף).

ידוע מ"ש בזוה"ק אין די וואכעדיגע סדרה‏ כל ברכאן דעילא ותתא ביומא שביעאה תליין, והגם אז דארט איז משמע אז ס'איז נאר כלפי די ששת ימי המעשה ווי ווייטער שטייט משום דההוא יומא מתברכאן מיני' כל שיתא יומין וכו' ממהוא ברכה דמתברכאן ביומא שביעאה.

אבער אין די גמ' שטייט דאך אז דער מלאך טוב פון די שני מלאכים המלוים לו לאדם בער"ש זאגט יהי רצון שיהי' לשבת הבאה כן ומלאך רע עונה אמן בע"כ, וואס פון דעם איז משמע אז דער גרויסער שפע פון נר דלוק ושולחן ערוך ומטה מוצעת (שכידוע רומזים על כל השפעות טובות) מיינט אפשר אויך דעם קומענדיגן שב"ק אויך ולא רק על ימי החול הבעל"ט, און קומענדיגן שב"ק איז דאך שוין שקלים און מ'בענטשט שוין ר"ח אדר‏ איז דאך שוין יעצט דא די גרויסע השפעת השמחה כי רבה היא.

(ווי אויך וועט מען דאך מארגן שב"ק אנהייבן אי"ה דאס ליינען מיטן וישמע יתרו ופירש"י מה שמועה שמע ובא, הערינג איז דאך א מין פיש כפתגם הידוע אז במקום שאין איש איז הערינג אויך פיש והלא מזל אדר דגים, וכן ראיתי עכשיו שבלילה הזה ליל שישי לס' מה שמועה כבר נפתח שנירל בענין משלוח מנות לפורים תשע"ז ע"י חברינו דמתקריא במקום שאין איש. יה"ר שנזכה לשמועות טובות ולבשורות טובות, גוטע הערינג און גוטע פלייש ואין שמחה אלא בבשר, ולענין שמחה בדגים כבר כתבתי אתמול בשנירל החידות).

אויפן פסוק אין פ' מקץ וישתו וישכרו עמו ברענגט רש"י פון חז"ל מדרש רבה‏ ומיום שמכרוהו לא שתו יין ולא הוא שתה יין (משום הנדר), ואותו היום שתו. וידוע הקושיא בשלמא יוסף הצדיק האט דאך שוין צוריק זיך פאראייניגט מיט די הייליגע שבטים, משא"כ זיי האבן דאך נאך דעמאלטס בכלל נישט געוואוסט אז יוסף הצדיק איז שוין מיט זיי אינאיינעם נו פארוואס האבן זיי געטרינקען (ידוע המעשה מהרה"ק משינאווע זי"ע מה שתירץ על זה הקשיא, ואכמ"ל).

ועפ"י מה ששמעתי בשם צדיק וקדוש מפורסם זי"ע (אינני מזכיר נשמות קדושות משום שלא ביררתי היטב אם אכן הוא הק' בעל השמועה הלזו) אז דאס ערשטע מאל וואס די הייליגע שבטים זענען געווען ביי יוסף הצדיק איז געווען חנוכה און דאס צווייטע מאל איז געווען פורים, ואדעתא דהכי לא נדרו כי הלא יש חיוב בסומי וממילא האבן זיי געמעגט טרינקען.

‏ועפי"ז חשבתי אז לויט דעם קומט אויס אז דער טאג וואס יהודה ואחיו האבן זיך אזוי‏ מוסר נפש געווען פאר בנימין איז געווען שושן פורים, ובמגילת אסתר כתיב איש יהודי הי' בשושן הבירה ושמו מרדכי וגו' איש ימיני ובמס' מגילה אחז"ל אביו מבנימין ואמו מיהודה, קען זיין אז דעמאלטס האט מען אויך עפעס דעם הייליגן פורים אויסגעפועלט, און ס'קען אפשר שטימען מיטן לשון פון חז"ל המובא בילקוט שמעוני, אמר לו הקב"ה אתה נתת נפשך לעבד ‏תחת בנימין, חייך הגואל שאני עתיד להעמיד ממנו לשמך אני כותבו איש יהודי.

ווי אויך איז דאך ידוע דער לשון המדרש רבה אויף די מגילה אתם מכרתם את אחיכם מתוך מאכל ומשתה כך אני אעשה לכם הה"ד והמלך והמן ישבו לשתות‏, קומט אויס אז די גזירה איז אויך געווען אלס עונש אויף דעם פגם. וידוע אז ווען די הייליגע שבטים האבן זיך מוסר נפש געווען פאר בנימין איז עס געווען א תיקון אויף חטא מכירת יוסף (וואס דאס איז דאך געווען די כוונה דערביי פון יוסף הצדיק), עכ"פ משתי אלו איז צו זעהן אז די הייליגע שבטי קה האבן דעמאלטס אויסגעפויעלט פאר אונז און פארן גאנצן כלל ישראל א הייליגן יו"ט פורים שלא יהיו נבטלים לעולמי עד.

(ועפ"י מה שראיתי מובא בשם הרה"ק משינאווע זי"ע שאמר אז מרדכי הצדיק איז געווען א גלגול פון יוסף הצדיק, האט דאס אפשר אויך א שייכות מיטן לכולם נתן לאיש חליפות שמלות ולבנימין נתן שלש מאות כסף וחמש חליפות שמלות מרדכי - י"ל שהי' בבחינת פורים געלט און אסאך פארשטעלעכצער - ולאביו שלח וגו' נושאים מטוב מצרים ופירש"י ששלח לו יין ישן. והגמ' ידועה במס' מגילה דף ט"ז על הפסוק הנ"ל אז רמז רמז לו שעתיד בן לצאת ממנו שיצא מפני המלך בחמשה לבושי מלכות ומנו מרדכי).

‏וידוע אז דער הייליגער יו"ט פורים איז מסוגל פאר כל מיני ישועות ורפואות בכלליות ובפרטיות, ובפרט לזרע של קיימא כנודע הרבה סיפורים מפורסמים אצל צדיקים וקדושים זי"ע וואס האבן אויס'געפועל'ט גוטע קינדערלעך פאר חשוכי בנים ל"ע (וכן יש הרבה סיפורי צדיקים וואס האבן געגעבן א ביין מבשר סעודת פורים כסגולה להוושע עם בן וכך הוה בעז"ה) ואכמ"ל באריכות.

ובאמת שטייט דאך הכל הולך אחר הגמר, און קריאת המגילה ענדיגט זיך מיט די ווערטער לכל זרעו.‏ (יין איז דאך ישמח לבב אנוש, ועי' בגמ' מס' שבת על הפסוק וילכו לאהליהם שמחים וטובי לב‏ דקאי על שנהנו מזיו השכינה ושנולדו להם בנים).

חז"ל זאגן אונז דאך אז מיחייב איניש לבסומי בפוריא עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי, ובאמת ידוע שזה שני יסודות הדת של סור מרע ועשה טוב. שבאמת גם קירוב הגאולה הוא, ווי די חז"ל אין מס' מגילה בטעם הדבר פון סידור הברכות בתפלת שמו"ע און ביי ולמלשינים און על הצדיקים און ולירושלים זאגט דארט די גמ' וכיון שנעשה דין מן הרשעים כלו הפושעים וכולל זדים עמהם שנאמר ושבר פושעים וחטאים יחדיו, וכיון שכלו הפושעים מתרוממת קרן צדיקים דכתיב וכל קרני רשעים אגדע וכו' והיכן מתרוממת קרנם בירושלים וכו'.

(וכן כתב הרבינו יונה בשערי תשובה שאין הצלחה לכבוד הצדיקים זולת השפלת כבוד הרשעים כמ"ש בית רשעים ישמד ואוהל ישרים יפריח, עכ"ל).

אגב, אפשר לומר טעם לשבח שלכך במלכות אחשורש כתבו שטנה על יהודה וירושלים בתחלת מלכותו כדכתיבי קראי וכן עשה משתה כשבת המלך שנתיישבה מלכותו כידוע מחז"ל משא"כ לאחר הנס חזרו לירושלים ‏ונבנה בית שני כי כבר הי' אחר השפלת כבוד הרשעים וכליון הפושעים והזדים מזרע עמלק‏ והתרוממות קרן הצדיקים של מרדכי הצדיק וממילא גייט מען ווייטער צו ולירושלים עירך ברחמים תשוב.

ואפשר שיש לרמז אז צווישן די הייליגע שבטים וועלכע האבן דאס אויסגעפועלט קען מען טרעפן אז זיי האבן אויך זוכה געווען דערצו, דהיינו סיי אין סור מרע, ווי מיר קענען זען ביי דן בן יעקב אז ער האט זוכה געווען צו א קינד (חושים) וועלכער האט אוועקגעלייגט דעם עשו הרשע. און סיי אין עשה טוב, ווי מיר קענען זען אשר בן יעקב וועלכער האט זוכה געווען צו א קינד (סרח) וועלכע אויפגעלעבט יעקב אבינו.

‏והאמת הוא שהגם שעפ"י הנ"ל האבן די הייליגע שבטים דאס אלעס אויסגעפועלט גייט עס אבער באמת צוריק נאך אביסל פריער אויך, און יעקב אבינו אקעגן עשו הרשע איז שוין א גרויסער מחותן לגבי דעם נס פורים. כידוע לשון קדשו פון הייליגן בעל הטורים בפ' וישלח אויפן פסוק הצילני נא מיד אחי מיד עשו זאגט אז הצילני נא מיד איז ר"ת המן, רמז להמן שיצא להכות אם על בנים כדכתיב טף ונשים, עכ"ל.

עכ"פ דער תפילה מעורר צו זיין דעם נס פורים צווישן מרדכי והמן האט זיך נאך אנגעהויבן ביי יעקב ועשו, און דעמאלטס האט ער אויסגעפועלט דעם גרויסן נס, והרחמן הוא יעשה לנו נסים ונפלאות כמו שעשה לאבותינו בימים ההם בזמן הזה.

***

ידוע וואס דער מדרש רבה זאגט אויף יעקב אבינו (ווען ער איז אנטלאפן פון סכנת עשו לבית לבן) על הפסוק וישכב במקום ההוא, ר' נחמי' אומר כאן שכב אבל כל כ' שנה שעמד בביתו של לבן לא שכב, ומה היה אומר, רשב"נ אמר כל ספר תהלים היה אומר, מאי טעמא, ואתה קדוש יושב תהלות ישראל, ישראל סבא, ע"כ המדרש. וכן ידוע מספרים הק' אז דאס האט ער אנגעגרייט פאר אידישע קינדער בימי גלותם אלס א כח נצחי אקעגן די רשעים.

כן ידוע מה שכתב הרה"ק ר' נחמן מברסלב זי"ע לגבי מ"ש בדניאל שקודם שיבא משיח יתבררו ויתלבנו ויצרפו רבים והרשיעו רשעים והמשכילים יבינו, שיהי' אפקורסות גדול בעולם וכו' ואמר משל למלך שהלך בדרך ופתאום ירד מטר גדול ממש מבול מים וכל שרי המלוכה נתפזרו אחד לאחד והמלך הי' בסכנה גדולה וניצול רק ע"י איש כפרי, כמו כן יהי' בעיקבתא דמשיחא וכו' ולא יתחזק מלכות שמים אלא ע"י שאומרים תהלים בפשיטות וכו' וכתב שהולך ונמשך אפיקורסות גדול בעו"ה בעולם אשרי מי שיחזק עצמו באמונה בעתים הללו, עכל"ק.

עכ"פ זעהט מען אז תהלים זאגן איז א סגולה בדוקה אקעגן די רשעים, אפשר דערפאר האט כולל תהלים גענומען דן, וואס זיין קינד האט גע'הרג'עט עשו הרשע.‏ (דער בילד וואס איך וועל אי"ה אטאטשירן דא, איז מיט א צוויי דריי חדשים צוריק געווען דא אויפן וועלטל).

כן ידוע אז אחר בשורה ע"י סרח בת אשר האט זיך אנגעהויבן גלות מצרים שהוא שורש כל הגליות כידוע און חצות איז דאך דער זמן המיוחד להתאבל על החורבן, עכ"פ תיקון חצות איז א דבר המסוגל אקעגן דעם ביטערן גלות אפשר דערפאר האט כולל חצות גענומען אשר, וואס מיט זיין קינד האט זיך אנגעהויבן גלות מצרים. (דעם צווייטן בילד וואס איך שטעל אהער, האב איך פריער דא גענומען פון א צעטל אין ביהמ"ד).
כולל תהלים - דן.png

כולל חצות - אשר.png

אגב, קען אפשר זיין פשט אין פארוואס נאך צוויי און צוואנציג יאר האט פונקט יעצט געדארפט זיין דער ותחי רוח יעקב אביהם, עפ"י הידוע מספרים הק' זי"ע אז ווי גרעסער א מצוה איז אלס א גרעסער התגברות היצר איז דא דערקעגן, און ווען מ'זעהט וואס פאר א גרויס התגברות ס'איז ליידער דא אקעגן דעם קבלת עול הגלות ווי מ'זעהט אז מ'האט נישט מורא צו פארשעמען דעם פרעזידענט בפניו לעיני כל העולם כיום אתמול כי יעבור וכדומה.

(אפי' שוין נאכן זען קלאר די תוצאות קשות ומרות רח"ל מעת שהתחילו במהלך הלזה אצל דייטשלאנד וכדומה אז דער אכזריות'דיגער גאנג האט שוין אפגעקאסט שווערע מיליאנען קרבנות פארן כלל ישראל רח"ל, אבער אלעס אויף דער וועלט איז כדאי צו ליידן און אפי' הונדערט מאל נאך האלאקאוסט ומלחמות עד שלא ישאר וכו' ביי גאנץ כלל ישראל ה"י אבי צו ווייזן אז מיר בייגן זיך נישט צום גלות).

על כן יעצט ווען יעקב אבינו האט געדארפט מקבל זיין דעם עול הגלות באהבה גרמה לו זכותו הגדול אז ס'זאל שוין זיין מיט השראת השכינה ווי רש"י זאגט אויף ותחי רוח יעקב אביהם שרתה עליו שכינה שפירשה ממנו‏, ווי די גמ' זאגט אין מס' שבת א"ר חייא בר אבא א"ר יוחנן ראוי היה יעקב אבינו לירד למצרים בשלשלאות של ברזל (ופירש"י כדרך כל הגולים שערי עפ"י גזירת גלות ירד לשם) אלא שזכותו גרמה לו. יעזור השי"ת שזכותו יגן עלינו, ובמהרה נגאל מגלותינו, בקרוב בימינו.

ידוע פון צדיקים זי"ע אז ביי א יארצייט איז די ירידת השפע אלע דריי טעג דהיינו אפי' נאר א טאג פריער און שוין א טאג שפעטער (ויש אומרים גם דריי טאג פריער און דריי טאג שפעטער. נעכטן איז דאך געווען די יארצייט פון אשר בן יעקב כמבואר בהצעטל שהבאתי כאן, ונזכה לכל השפעות הנכללים בבני חיי ומזוני. בני אלס ברוך מבנים אשר, און חיי אלס זיין טאכטער וואס לעבט נאך היינט און מזוני אלס מאשר שמנה לחמו.

***

‏ולסיום התגובה שנתארכה קצת, לייג איך אי"ה אהער דעם התנצלות שכתבתי קודם התחלת כתיבתה בשנירל מילתא דבדיחותא, ווי געשריבן אין אנפאנג אז כ'האב עס ארגינעל דארט געשריבן נאר בהיות ס'האט זיך אביסל פארצויגן האב איך עס אהערגעלייגט דא אין שנירל, וזהו:

דיסקלעימער: ‏איך ווייס נישט אין וועלכן שנירל דאס צו לייגן (דהיינו די פאלגענדע תגובה וועלכעס באשטייט בלויז פון א קורץ ווארט אויף די מגילה - שוין בתוך שלושים יום קודם החג הגדול והנורא שיום הכיפורים נדמה לה בכף הדמיון), ועל כן לייג איך עס דאהי אין בדיחותא טראצדעם וואס ס'איז גאר ערנסט גערעדט. און העכסטנס זאל דאס אליין זיין דער גרעסטער וויץ אז אזא ערנסט ווארט ווערט דא געשריבן, שזהו כדאי לעצמו.

ואם לא זכיתי, רק שגיתי, או טעיתי, או לא ראיתי, יבואו המנהלים החשובים שיחיו שם בני בריתי, וכטוב בעיניהם יעשו ואז כולכם שמחו ושישו, וייש"כ למפרע.‏ אדרבה ואדרבה, איך בעט ביי די חשובע מנהלים ואחראים שיחיו אז ביים ערשטן באריכט וואס זיי וועלן באקומען דערקעגן זאלן זיי עס ביטע אוועקפירן ערגעצוואו (אדער מעקן?).

אויך בעט איך זיך הארציג צו מיינע טייערע חברים שיחיו די חשובע ליינער און שרייבער, שפירט אייך ביטע פריי צו באריכטן. ס'איז אייער וועלטל להנאת כולכם און איך וויל עס חלילה פון אייך נישט אוועקנעמען, וכמ"ש המסילת ישרים בפרק א' בחובת האדם בעולמו, שהאדם לא נברא אלא להתענג על ה' וכו' אך הדרך כדי להגיע אל מחוז חפצינו זה, הוא זה העולם. וממילא ווען איר קומט אהער אין וועלטל אין שפאצירט אריין אין דעם שנירל צו טרעפן א וויץ נאך א טאג ארבעט, זענט איר נישט מחויב זיך צו באגעגענען מיט ערנסטע פשעטלעך.

איך אנטשולדיג זיך באמת פארן אומבאקוועמליכקייט אויב ס'קומט נישט דא אריין,‏ כי בעוה"ר כבר שכחתי את תקנות המקום מעת שנרשמתי לאתרא קדישא הדין. וכמדומה שכבר עבר זמן שהוא די וגם מספיק לשכחם, כי לפי זכרוני הדל האב איך זיך איינגעשריבן אהער אין וועלטל אין א גאר שפעטע נאכמיטאג שעה (אפשר קען מען עס שוין אנרופן פארנאכטס) טרם הילוכי להתפלל תפלת מנחה בערב יומא דהילולא של הרה"ק הרבי ר' אלימלך זי"ע מליזענסק באדר הראשון דאשתקד (דהיינו כ' אדר א' תשע"ו לפ"ק), וממילא עכשיו ביום כ"א שבט כבר עברו י"ב חדשים שלמים זמן שכחה (כדנאמר כלפי נפטר וכלפי אבידה).

כן איז דאס כמדומה מיין תגובה ה'שס"ה כמנין ימות החמה וכמנין מצוות לא תעשה של איסור ה'אינטערנעט, ובאמת נאכן זיין א גאנץ יאר אויפן וועלט דארף מען דאך אפגעבן דין וחשבון אויף אלע מעשים ווי ביי מראש השנה עד ראש השנה. וזאת נחמתי אז הלא להלכה ‏ולמעשה הרי לא נהוג אצלינו כפסק המהר"ם שיק זי"ע ודעימי' אז איידער א שנת העיבור דארף מען אינזינען האבן יוצא צו זיין מחיית עמלק אלס זמן שכחת י"ב חודש און ס'איז דרייצן חדשים, נאר גענוג ווי יעדעס יאר און מ'מאכט נישט קיין חילוק. ולפי"ז האב איך נאך כמעט א חודש ביז כ' אדר, עכ"פ יעצט איז א בחינה פון חודש התשובה ע"י שמחה.‏ (חוץ אויב מ'וועט צורעכענען די געמעקטע תגובות האלט איך שוין אביסל ווייטער. ואומר כך ימחו עוונות עמך בית ישראל).

(אגב, דו"ק ותשכח אז פ' זכור ליינט מען יערליך בפ' כי תצא שב"ק פאר י"ד אלול אדער - ווי ס'איז דאכצעך דאס לעצטע יאר אויסגעפאלן - י"ד אלול גופא, אבער שפעטער מיין איך קומט עס קיינמאל נישט אויס. האט אוודאי‏ שייכות מיט דברי המקובלים זי"ע לגבי חודשי הקיץ והחורף דוגמת דוכרא ונוקבא, און י"ד אדר איז דאך דער הייליגער פורים ומחיית עמלק).

דער מדרש איז דאך מקשר זכירת יום שבת לזכירת מחיית עמלק כידוע כתוב אחד אומר זכור את אשר עשה לך עמלק וכתוב אחד אומר זכור את יום השבת לקדשו וכו', וועליך מסיים זיין מיט דעם. שמעתי פעם פארוואס ביי די לוחות ראשונות שטייט זכור און ביי די לוחות שניות שמור, ווייל די ערשטע ליינט מען אי"ה מארגן בשב"ק קבלת התורה און היינט איז א קורצער פרייטאג און מ'דארף געדענקען אז ס'קומט שבת, און די צווייטע ליינט מען אין די זומער בפ' נחמו און דעמאלטס דארף מען ווארטן אויפן שבת‏, שמור איז דאך מלשון ואביו שמר את הדבר.

אגב, ידוע וואס הרה"ק ר' יאנקעלע מפשעווארסק זי"ע האט אמאל געזאגט אויפן גרויסן שווער הרה"ק ר' איציקל זי"ע אז ווינטער איז דער‏ שווער א רחמנות, זומער האט ער א לאנגן פרייטאג אסאך צייט זיך צו יאגן לכבוד שב"ק, משא"כ ווינטער קוים מ'יאגט זיך אביסל און ס'ווערט שוין באלד דער זמן. כן הלא מספרים על הרה"ק ר' איציקל שאפי' בר"ה אם חל בעש"ק אזי בחצות היום כבר הי' לאחר תפלת מוסף כידוע, והיינו טעמא דשופר היינו טעמא דמגילה, שוין עש"ק נאך חצות און כ'וועל אי"ה פרובירן לקצר בכל האפשרות והרבה יותר מכפי יכולתי, ואם לא יעלה בידי אזי אתכם הסליחה בס"ד.

(ביז אהער איז דער דיסקלעימער וואס איז געשריבן געווארן טרם התגובה. יעצט ווייסעך נישט צו כ'דארף זיך אזוי שטארק פארענטפערן ווייל כ'האב דאך למעשה עס צום אריינגעלייגט אינעם אייגענעם שנירל דא, אבער עכ"פ לתקן פגם המחשבה שברצון הגם שלא נצרפה למעשה ב"ה צירפתי' כאן בסוף דברי).

וויאזוי ענדיגט מען נאר גוט? אין נעשכיז האט געוואוינט א גוטער איד (היינט איז דאכצעך די יארצייט פון בנו הרה"ק ר' איציקל נעשכיזער זי"ע). א גוט שבת מיינע טייערע ליינער און מגיבים, האטס מיר אלע א לעכטיגן גוט שבת! א פרייליכן פורים און א כשר'ן פסח און א מילכיגן שבועות און א פליישיגן תשעה באב.

א גוט שבת!
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

במאי דסיים אפתח, א כתיבה וחתימה טובה, א גמר חתימה טובה, א פרייליכן יו״ט, א גוטן מועד, א גוט קוויטל, א גוט יו״ט, א גוטן ווינטער און א פריילכין חנוכה.

די מעשה מיטן זיך יאגן אויף שבת איז זייער אינטערסאנט, קיינמאל געהערט.

כ׳האף נאר אז די נעקסטע וועלן נישט מאכן א מנין וואס וועלן שפילן אויף א פידל ביי סרח בת אשר׳ס קבר...
געשטימט פאר ראשעק הול
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”