איבער גיין אין מקוה יעדן טאג

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 843
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

Re: איבער גיין אין מקוה יעדן טאג

תגובהדורך חלב ישראל » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 10:01 am

farshlufen האט געשריבן:איר האט שוועריגקייטן צו פארשטיין אידיש?

איך האב שוין מיין ענטפער. :P

Programming
שר האלף
תגובות: 1223
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: איבער גיין אין מקוה יעדן טאג

תגובהדורך Programming » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 11:40 am

farshlufen האט געשריבן:וואס פאלט אייך ביי אז ס'האט בלויז מיט די וואס לערנען די קליינע אותיות?

דער ריבניצער למשל האט פארלאנגט פון גאר פשוט'ע אידן אז זיי זאלן זיך פארנעמען קיינמאל צו פארפאסן א מקוה.


לעת הצורך?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: איבער גיין אין מקוה יעדן טאג

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 12:00 pm

ניין, ער האט געהייסן יעדן טאג.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

להקל ולהחמיר
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 01, 2018 4:57 pm

Re: איבער גיין אין מקוה יעדן טאג

תגובהדורך להקל ולהחמיר » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 12:17 pm

בית לחם יהודה

זעט מען אז עס איז יא געווען להסתיר אבער עפעס אנדערש..............

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1370
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

Re: איבער גיין אין מקוה יעדן טאג

תגובהדורך היימישער הייקער » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 11:29 am

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:
באקאנט די מעשה מיט בעלזער רב זצ"ל אז איינע פון די געסט האבען זיך אמאל אויסגעדריקט אז ער קען נישט גיין דארט אין מקוה ווייל די מקוה שטינ... האט בעלזער רב זיך אנגערופן די מקוה שט.. ער שט.. און ס'האט אנגעהויבן שמעקן פון דעם איד זייער אומבא'טעמ'ט וריחו נודף למרחוק, ביז בעלזער רב האט אים באפוילן צו מפייס זיין באיזה אופן און דער שמעק איז אוועק פון אים.


די מעשה איז געווען ביי הרה"ק ר' איציקל מסקווירא זי"ע

מתוך סיפורי קודש בליל ההילולא שנת תשע"ד:
"בכלל איז געווען ביי איהם א שארפע הנהגה. ס'איז אמאל געווען א איד וואס האט אמאל געזאגט אויף די מקוה אז "די מקוה האט א ריח". האט זקה"ק רבי איציקל סקווערער זי"ע איהם געפרעגט: "ווער זאגט אז די מקוה האט א ריח? אפשר דו"... און דער אייבירשטער זאל אפהיטן האט מען נישט געקענט שטיין נעבן איהם ר"ל."


נישט קיין סתירה, געקענט פאסירן ביי ביידע...

איך האב עס אויך אלץ געהערט אויפן בעלזער רב זצ"ל


יאך האב עס אויך געהערט אויף בעלזער רב זצ"ל, און אז די תקנה איז געווען, אז ער האט אוים געהייסן אויסטרינקען א גלעזעל מקוה וואסער...

צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: איבער גיין אין מקוה יעדן טאג

תגובהדורך צדיק בן צדיק » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 12:00 pm

אין מקוות ביהמ״ד ״אור חיים״ פון הרב שיינער שפילט כסדר מוזיק אהנע ווערטער. שפילן אזעלכע הייליגע ניגונים א שטייגער ווי די ד׳ בבות...

עס איז נישט אויסערגעווענטליך דארטן צו הערן אידן בשעת׳ן זיך ווישן, קראצן אדער זיך אהנטאן, צו זיך אינטערזינגן מיט די ניגונים וואס שפילן...

ווייס איך נישט אויב דאס איז איינגעפירט אין נאך מקוואות בכל העולם אדער האט דאס צוטאן מיט די ברסלעווע הנהגות וכדומה.

איז דאס אויסגעהאלטן לכתחילה צו שפילן ניגונים קדושים אין א מרחץ וואס מ׳טאר ניטאמאל טראכטן אין דברי תורה???

לאזט ביטע הערן אייער מיינונג

אדמיראל
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 11:00 am

תגובהדורך אדמיראל » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 12:31 pm

ד' בבות איז זיכער נישט אויסגעהאלטן. עס איז א געהויבענע ניגון, מען זינגט עס (ביי חסידי ליובאוויטש) נישט סתם אזוי.

great
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 26, 2019 12:22 pm

Re:

תגובהדורך great » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 12:35 pm

אדמיראל האט געשריבן:ד' בבות איז זיכער נישט אויסגעהאלטן. עס איז א געהויבענע ניגון, מען זינגט עס (ביי חסידי ליובאוויטש) נישט סתם אזוי.

איר רעדט להלכה אדער געפילישע ענינים?

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5731
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: איבער גיין אין מקוה יעדן טאג

תגובהדורך דריידל » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 12:39 pm

צדיק בן צדיק האט געשריבן:אין מקוות ביהמ״ד ״אור חיים״ פון הרב שיינער שפילט כסדר מוזיק אהנע ווערטער. שפילן אזעלכע הייליגע ניגונים א שטייגער ווי די ד׳ בבות...

עס איז נישט אויסערגעווענטליך דארטן צו הערן אידן בשעת׳ן זיך ווישן, קראצן אדער זיך אהנטאן, צו זיך אינטערזינגן מיט די ניגונים וואס שפילן...

ווייס איך נישט אויב דאס איז איינגעפירט אין נאך מקוואות בכל העולם אדער האט דאס צוטאן מיט די ברסלעווע הנהגות וכדומה.

איז דאס אויסגעהאלטן לכתחילה צו שפילן ניגונים קדושים אין א מרחץ וואס מ׳טאר ניטאמאל טראכטן אין דברי תורה???

לאזט ביטע הערן אייער מיינונג

קודם זיי מסביר פארוואס ס'זאל זיין אסור

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5731
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: איבער גיין אין מקוה יעדן טאג

תגובהדורך דריידל » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 12:40 pm

די גאלאנטא רב ז"ל האט געזאגט פאר א תלמיד אז אין טאג ווען ער דארף זיך שטעלן צום מיליטער זאל ער נישט גיין אין מקוה ווייל מקוה גיבט חן.

חמרא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2016 8:51 am

Re: איבער גיין אין מקוה יעדן טאג

תגובהדורך חמרא » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 12:53 pm

צדיק בן צדיק האט געשריבן:אין מקוות ביהמ״ד ״אור חיים״ פון הרב שיינער שפילט כסדר מוזיק אהנע ווערטער. שפילן אזעלכע הייליגע ניגונים א שטייגער ווי די ד׳ בבות...

עס איז נישט אויסערגעווענטליך דארטן צו הערן אידן בשעת׳ן זיך ווישן, קראצן אדער זיך אהנטאן, צו זיך אינטערזינגן מיט די ניגונים וואס שפילן...

ווייס איך נישט אויב דאס איז איינגעפירט אין נאך מקוואות בכל העולם אדער האט דאס צוטאן מיט די ברסלעווע הנהגות וכדומה.

איז דאס אויסגעהאלטן לכתחילה צו שפילן ניגונים קדושים אין א מרחץ וואס מ׳טאר ניטאמאל טראכטן אין דברי תורה???

לאזט ביטע הערן אייער מיינונג

כ׳האב נישט געוואוסט אז מ׳קען פרעגן קשיות אויף שיינער׳ס... פארוואס אין די טענט דאווענט מען צו מזרח און אין די ביהמ״ד דאווענט צו צפון פארשטייסטו יא??? ועוד ועוד

אדמיראל
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 11:00 am

תגובהדורך אדמיראל » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 1:06 pm

great האט געשריבן:איר רעדט להלכה אדער געפילישע ענינים?

לא הבנתי שְּׁאֵלָתֵךְ. אין לחסידי חב"ד שולחן ערוך מיוחד. ע"פ הלכה ובפרט להרמב"ם אין שום היתר לשמוע "כל מיני זמר וכל משמיעי קול של שיר" בזמן הזה. אבל האחרונים לימדו זכות על מה דהקילו העם לשמוע מוזיק, דהדורות נחלשו ושומעים שירים להפיג העצבות.

בחב"ד נזהרים לזמר ד' בבות רק בזמנים מיוחדים, אבל לא ראינו נוהגים כן בשאר מקומות.

לדברי האחרונים יש ללמוד זכות לשמוע מוזיק במקוה, כי שמיעת מוזיק וניגונים מחזקת ומרפאת את הנפש, ומשמחת את האדם (ואפילו להרמב"ם דאוסר, כותב בשמונה פרקים פ"ה וז"ל וכן מי שהתעוררה עליו מרה שחורה יסירה בשמיעת הנגונים, ובמיני זמר וכו'), הרי יש להם על מה לסמוך.

צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: איבער גיין אין מקוה יעדן טאג

תגובהדורך צדיק בן צדיק » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 1:35 pm

איך האב נישט געטראכט אז ס׳איז אן הלכה שאלה נאר געוואלט וויסן לכאן ולכאן, און צו ס׳דא נאך מקומות

אני הקטן וואס פארפעילט כמעט קיין טעגליכע מקוה, פאל איך אריין אסאך מאל אין יענע מקוה, די טבילה האט א צווייטע טעם ווען מ׳איז אין בור און מ׳הערט זיך צו שיינע אלטע חסידישע מעלאדיעס, עס פירט ארויס מיינע מחשבות ווי צו אן אנדער וועלט...

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12159
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג אוקטובער 25, 2020 7:00 pm

זייער שיין. א דאנק.
לעצט פאראכטן דורך סטיטשינער אום זונטאג אוקטובער 25, 2020 7:49 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט


א גאנץ יאר פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:56 pm

Re: איבער גיין אין מקוה יעדן טאג

תגובהדורך א גאנץ יאר פרייליך » זונטאג אוקטובער 25, 2020 7:18 pm

חמרא האט געשריבן:
צדיק בן צדיק האט געשריבן:אין מקוות ביהמ״ד ״אור חיים״ פון הרב שיינער שפילט כסדר מוזיק אהנע ווערטער. שפילן אזעלכע הייליגע ניגונים א שטייגער ווי די ד׳ בבות...

עס איז נישט אויסערגעווענטליך דארטן צו הערן אידן בשעת׳ן זיך ווישן, קראצן אדער זיך אהנטאן, צו זיך אינטערזינגן מיט די ניגונים וואס שפילן...

ווייס איך נישט אויב דאס איז איינגעפירט אין נאך מקוואות בכל העולם אדער האט דאס צוטאן מיט די ברסלעווע הנהגות וכדומה.

איז דאס אויסגעהאלטן לכתחילה צו שפילן ניגונים קדושים אין א מרחץ וואס מ׳טאר ניטאמאל טראכטן אין דברי תורה???

לאזט ביטע הערן אייער מיינונג

כ׳האב נישט געוואוסט אז מ׳קען פרעגן קשיות אויף שיינער׳ס... פארוואס אין די טענט דאווענט מען צו מזרח און אין די ביהמ״ד דאווענט צו צפון פארשטייסטו יא??? ועוד ועוד

;l;p-
ווייל איך בין נישט קיין וואטסעפפ איד

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2663
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: איבער גיין אין מקוה יעדן טאג

תגובהדורך Kosher Travel » זונטאג אוקטובער 25, 2020 8:07 pm

חמרא האט געשריבן:
צדיק בן צדיק האט געשריבן:אין מקוות ביהמ״ד ״אור חיים״ פון הרב שיינער שפילט כסדר מוזיק אהנע ווערטער. שפילן אזעלכע הייליגע ניגונים א שטייגער ווי די ד׳ בבות...

עס איז נישט אויסערגעווענטליך דארטן צו הערן אידן בשעת׳ן זיך ווישן, קראצן אדער זיך אהנטאן, צו זיך אינטערזינגן מיט די ניגונים וואס שפילן...

ווייס איך נישט אויב דאס איז איינגעפירט אין נאך מקוואות בכל העולם אדער האט דאס צוטאן מיט די ברסלעווע הנהגות וכדומה.

איז דאס אויסגעהאלטן לכתחילה צו שפילן ניגונים קדושים אין א מרחץ וואס מ׳טאר ניטאמאל טראכטן אין דברי תורה???

לאזט ביטע הערן אייער מיינונג

כ׳האב נישט געוואוסט אז מ׳קען פרעגן קשיות אויף שיינער׳ס... פארוואס אין די טענט דאווענט מען צו מזרח און אין די ביהמ״ד דאווענט צו צפון פארשטייסטו יא??? ועוד ועוד

דאס ביהמ"ד איז געמאכט פאר איעדן, אבער נישט איעדער באלאנגט דארט.

די מקוה האט baby rubber duckies וואס שווימען ארום.

עס האט א גרויסע ריזיגע סיין אין ביהמ"ד:
מותר לדבר בשעת התפילה
און בעפאר מען קען זיך גיט אויפרעגן, אז וויפיל איז די שיעור מיט unlimited love וכו', כאפט מען זיך אז דערנאך איז דא נאך א שורה אין קליינע אותויות:
רק אם הקב"ה.


ווי אויך א סיין: ואהבת לריעך כמוך, אף על פי שאינו כמוך.

דאס גאנצע פלאץ איז אזוי אינטערסאנט און טוט אויף אסאך. מען קען דארט זעהן כסדר בחורים'ליך וואס זענען געגאנגען ארבייטען און פאלן אריין זייגער עלעף צו כאפן א מנין מיטן זשעקעט. פאר זיי איז דאס פלאץ א גרויסע ישועה. זיי וואלטן ווען נישט געגאנגען דאווענען אזוי אין די אנדערע מנינים פעקטאריס דא אין שטאט.

ממילא ברויך מען נישט, און מען דארף נישט פרעגן קשיות אויף די פלאץ.
בעיבי קאטשקעלעך.jpg
בעיבי קאטשקעלעך.jpg (27.84 KiB) געזעהן 614 מאל
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2776
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: איבער גיין אין מקוה יעדן טאג

תגובהדורך אלט מאנרא » זונטאג אוקטובער 25, 2020 9:30 pm

Kosher Travel האט געשריבן:
חמרא האט געשריבן:
צדיק בן צדיק האט געשריבן:אין מקוות ביהמ״ד ״אור חיים״ פון הרב שיינער שפילט כסדר מוזיק אהנע ווערטער. שפילן אזעלכע הייליגע ניגונים א שטייגער ווי די ד׳ בבות...

עס איז נישט אויסערגעווענטליך דארטן צו הערן אידן בשעת׳ן זיך ווישן, קראצן אדער זיך אהנטאן, צו זיך אינטערזינגן מיט די ניגונים וואס שפילן...

ווייס איך נישט אויב דאס איז איינגעפירט אין נאך מקוואות בכל העולם אדער האט דאס צוטאן מיט די ברסלעווע הנהגות וכדומה.

איז דאס אויסגעהאלטן לכתחילה צו שפילן ניגונים קדושים אין א מרחץ וואס מ׳טאר ניטאמאל טראכטן אין דברי תורה???

לאזט ביטע הערן אייער מיינונג

כ׳האב נישט געוואוסט אז מ׳קען פרעגן קשיות אויף שיינער׳ס... פארוואס אין די טענט דאווענט מען צו מזרח און אין די ביהמ״ד דאווענט צו צפון פארשטייסטו יא??? ועוד ועוד

דאס ביהמ"ד איז געמאכט פאר איעדן, אבער נישט איעדער באלאנגט דארט.

די מקוה האט baby rubber duckies וואס שווימען ארום.

עס האט א גרויסע ריזיגע סיין אין ביהמ"ד:
מותר לדבר בשעת התפילה
און בעפאר מען קען זיך גיט אויפרעגן, אז וויפיל איז די שיעור מיט unlimited love וכו', כאפט מען זיך אז דערנאך איז דא נאך א שורה אין קליינע אותויות:
רק אם הקב"ה.


ווי אויך א סיין: ואהבת לריעך כמוך, אף על פי שאינו כמוך.

דאס גאנצע פלאץ איז אזוי אינטערסאנט און טוט אויף אסאך. מען קען דארט זעהן כסדר בחורים'ליך וואס זענען געגאנגען ארבייטען און פאלן אריין זייגער עלעף צו כאפן א מנין מיטן זשעקעט. פאר זיי איז דאס פלאץ א גרויסע ישועה. זיי וואלטן ווען נישט געגאנגען דאווענען אזוי אין די אנדערע מנינים פעקטאריס דא אין שטאט.

ממילא ברויך מען נישט, און מען דארף נישט פרעגן קשיות אויף די פלאץ.
בעיבי קאטשקעלעך.jpg

;l;p-
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: איבער גיין אין מקוה יעדן טאג

תגובהדורך צדיק בן צדיק » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 10:01 am

אייביג געוואלט וויסן די גרויסע ענין וואס מאנכע האבן אריינצוטאנצען אין בור אויף איינמאל מיט אזא כח כאילו כפאו שד....

שטייען אידן יעדער אויף זיין באשטימטע ארט, פארטראכט אין זייערע מחשבות, מ׳ווייקט זיך אויס די ביינער, ווען מיטאמאל ווערט די רואיגקייט צושטערט, די כוואליעס הייבן זיך אהן רחמנות, ס׳ווערט תחתונים למעלה ועליונים למטה, מ׳ברויך זיך אנהאלטן ווי אימער אז מ׳זאל פשוט נישט אומפאלן...

איך וויל זייער דן זיין יענעם לכף זכות, סא אז איינער ווייסט א מקור זאל ביטע ברענגן, ולמצוה גדולה יחשב :grin:

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלפיים
תגובות: 2327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

Re: איבער גיין אין מקוה יעדן טאג

תגובהדורך אחת ואחת » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 10:05 am

צדיק בן צדיק האט געשריבן:אייביג געוואלט וויסן די גרויסע ענין וואס מאנכע האבן אריינצוטאנצען אין בור אויף איינמאל מיט אזא כח כאילו כפאו שד....

שטייען אידן יעדער אויף זיין באשטימטע ארט, פארטראכט אין זייערע מחשבות, מ׳ווייקט זיך אויס די ביינער, ווען מיטאמאל ווערט די רואיגקייט צושטערט, די כוואליעס הייבן זיך אהן רחמנות, ס׳ווערט תחתונים למעלה ועליונים למטה, מ׳ברויך זיך אנהאלטן ווי אימער אז מ׳זאל פשוט נישט אומפאלן...

איך וויל זייער דן זיין יענעם לכף זכות, סא אז איינער ווייסט א מקור זאל ביטע ברענגן, ולמצוה גדולה יחשב :grin:

דער מקור קומט פון דעם אז ווען מיר זענען געווען קינדער פלעגט מען הערן כסדר ווי דער טאטע (אדער עכ"פ דעם חבר'ס טאטע) שרייט א טובל און ארויס. און פארשטייט זיך די קינדער האבן פרובירט צו ציען דעם שטריקל ווי לענגער. יעצט טוט ער עס אלץ תשובות המשקל.
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: איבער גיין אין מקוה יעדן טאג

תגובהדורך צדיק בן צדיק » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 10:17 am

אחת ואחת האט געשריבן:
צדיק בן צדיק האט געשריבן:אייביג געוואלט וויסן די גרויסע ענין וואס מאנכע האבן אריינצוטאנצען אין בור אויף איינמאל מיט אזא כח כאילו כפאו שד....

שטייען אידן יעדער אויף זיין באשטימטע ארט, פארטראכט אין זייערע מחשבות, מ׳ווייקט זיך אויס די ביינער, ווען מיטאמאל ווערט די רואיגקייט צושטערט, די כוואליעס הייבן זיך אהן רחמנות, ס׳ווערט תחתונים למעלה ועליונים למטה, מ׳ברויך זיך אנהאלטן ווי אימער אז מ׳זאל פשוט נישט אומפאלן...

איך וויל זייער דן זיין יענעם לכף זכות, סא אז איינער ווייסט א מקור זאל ביטע ברענגן, ולמצוה גדולה יחשב :grin:

דער מקור קומט פון דעם אז ווען מיר זענען געווען קינדער פלעגט מען הערן כסדר ווי דער טאטע (אדער עכ"פ דעם חבר'ס טאטע) שרייט א טובל און ארויס. און פארשטייט זיך די קינדער האבן פרובירט צו ציען דעם שטריקל ווי לענגער. יעצט טוט ער עס אלץ תשובות המשקל.

איך הער.

אין פארוואס ברויך עס צו זיין גאנצעטע ש״י טבילות...?

אוועטאר
אוראייניקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3423
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: איבער גיין אין מקוה יעדן טאג

תגובהדורך אוראייניקל » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 10:28 am

או יאמר... אז די מנהג איז איינגעפירט בעיקר ביי די וואס גייען נישט אין שויער פריער, ממילא ווען זיי גייען אריין אין בור איז עס א ענין פון רחיצה.

און היות זיי ווילן מקפיד זיין אויפ'ן דרכי משה (או"ח סי' ב אות א') "הרוצה לסוך כל גופו, יסוך ראשו תחילה, מפני שהוא מלך לאברים. וכתב מהר"א מפראג, דנראה דרחיצה כסיכה. אך לא ראיתי מדקדקים בזו", מוזן זיי דאך וואשן דעם קאפ פריער, ממילא העטן זיי בעצם געדארפט אריינדייון אינעם מקוה, אזוי אז די קאפ זאל גיין פריער.
ובשעת הדחק איז מען זיך מקיל אריינצושרינגען, אזוי אז די גאנצע גוף זאל אנקומען אין וואסער בבת אחת, אז עכ"פ זאל נישט זיין די גוף פארן קאפ, כנלע"ד.

זעירא
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 3:01 pm

Re: איבער גיין אין מקוה יעדן טאג

תגובהדורך זעירא » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 3:51 pm

א שיין ווארט פון הגאון ר' חיים קאניעווסקי שליט"א איבער גיין אין מקווה יעדן טאג:
ס'איז באקאנט די גמרא (ברכות טו ע"א) א''ר חייא בר אבא א''ר יוחנן כל הנפנה ונוטל ידיו ומניח תפילין וקורא ק''ש ומתפלל מעלה עליו הכתוב כאלו בנה מזבח והקריב עליו קרבן דכתיב {תהילים כו-ו} ארחץ בנקיון כפי ואסובבה את מזבחך ה' א''ל רבא לא סבר לה מר כאילו טבל דכתיב ארחץ [בנקיון] ולא כתב ארחיץ [כפי]: ופירש רש"י שם לדרשה אתא לומר שמעלה עליו שכר רחיצת כפיו כאלו טבל כל גופו:
(און פון דא נעמט זיך די עניין פון נטילת ידים במקום מקווה כידוע)
זאגט ר' חיים, אז פון די גמרא איז א ראיה אז ס'איז דא אן עניין צו גיין אין מקווה יעדן טאג פאר'ן דאווענען, ווייל ווען נישט וואס האט מען פון דעם אז כאילו טבל?.

{דאס איז נאר לשיטתו אז דאס העלפט נישט במקום הצורך (אזוי האלט ער), משא"כ לדעת כמה מגדולי החסידות (הרה"ק מטשערנאביל בשם הבעש"ט און נאך) אז דאס העלפט אפי' ווען מ'דארף א טבילה און ער האט נישט קיין מקווה, איז נישטא קיין ראיה, ודו"ק.}


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מאירים און 4 געסט