דער וואס האט חומרות אין פסח, דער איז פריי

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

the collector
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 11:25 pm

דער וואס האט חומרות אין פסח, דער איז פריי

תגובהדורך the collector » דינסטאג מארטש 22, 2016 4:53 pm

איך דארף רעדן פאר בחורים נאך פורים וועגן דעם ענין "דער וואס האט חומרות פאר פסח דער איז פריי", האט איינער גוטע משלים אדער גוטע ווערטער אדער מראי מקומות אויף דעם ענין?
וואס איך וויל ארויס ברענעגן איז: אז נישט דער וואס האט קולות פסח דער איז פריי, נאר א בן חורין איז איינער וואס האט מער חומרות.

נר דלוק
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 17, 2016 12:33 pm

תגובהדורך נר דלוק » דינסטאג מארטש 22, 2016 5:40 pm

ס'איז דא א שיר פון רבינו יהודה הלוי, איין שורה דארט זאגט ער
עבדי הזמן עבדי עבדים הם
עבד ה' הוא לבד חופשי

ועי' באבן עזרא פר' נשא (פרק ו' פסוק ז') ויש אומרים כי מלת נזיר מגזרת נזר והעד כי נזר אלהיו על ראשו ואיננו רחוק ודע כי כל בני אדם עבדי תאות העולם והמלך באמת שיש לו נזר ועטרת מלכות בראשו כל מי שהוא חפשי מן התאות:

אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

תגובהדורך סעמיטשקע » דינסטאג מארטש 22, 2016 11:58 pm

כווייס נישט אויב די זוכסט ספעציפיש אויף די ענין פון חומרות בפסח, אבער אויף די ענין בכלל אז אין לך בן חורין אלא מי שנושא עול התורה והמצוות איז דא ימים ונהרות מקורות עובדות וענינים ויכלה הזמן והם לא יכלו.

וכעת אכתוב מה ששמעתי פון א ידיד וואס איז אריין לעצטנס אין עולם המעשה, אין זיין אויפגאבע איז האלטן די קשרים צווישן קליענטן און די מוכרים, ער פארט ארום צו פארשידינע מקומות און זיין תפקיד איז פשוט צו שמועסן און פלאשן על דא ועל הא מענין לענין באותו ענין, וכמובן די ערשטע און מערסט פאראינטעסירטע נושא ביי די אינם יהודים איז די ענין פון בין ישראל לעמים זעלבסט.

זאגט ער שוין מער ווי איינמאהל איז ער געווארען געפרעגט ווי ער האלט עס אויס צו לעבן אין א באקס הלמאי ער האט נישט טענות אז מהאט אים אויפגעצויגן ועפ"ל גאר ארויפגעצווינגען צו לעבן ווי איד, און ער קען נישט געניסן פון די חיי הפקירא פון די גוים, ווי יעדער תאווה'לע אויב מאיז ביכולת גיבט מען זיך נאך.

דערציילט מיר מיין ידיד ווי ספשוט ארויסגעקומען זיין פנימיות המחשבות וואס ער וואלט קיינמאהל נישט עולה געווען על דעתו, ער האט גענטפערט א תירוץ ניצחת שאין עליה תשובה.

ער פרעגט זיי עטץ זענטס באמת משוגע צו קלערן אז מקען נישט טוהן וואס די הארץ באגערט, עטץ באמת האלטען אין 2016 האט נישט יעדער צוטריט [כמובן ווער עס וויל צוטרוט ודו"ק] צו אלעס וואס די עוה"ז האט צו פארקויפען, ברגע כמימרא איז דאך יעדער זאך בהישג יד, ויותר מזה קען דען איינער צווינגען ווי אזוי זיך צו פירן, סדא פלענטי זאכן וואס מקען טוהן אפילו בלא יודעים אהן community pressure וכו' וכו'....

אלא מאי איך בין די פרייער מענטש ווייל איך בין דער וואס לעבט חיי הפקירא און איך בין דער וואס איז בוחר גבורת הנפש איבער תאות הגוף, משא"כ די גוי לאמיר זעהן וויפיל חיי הפקירא די האסט לאמיר זעהן איינמאהל ווי די ביסט נישט משועבד צו טוהן וואס דיין הארץ באגערט נאר ביסט בוחר דאס פארקערטע.

ודפח"ח, ונאמרים באמת

נאר לית שאת עיין בספר קובץ הערות פון ר' אלחנן וואסערמאן [סאיז אויף מסכת יבמות] דארט אין די בעק איז דא א חלק "דוגמאות לביאורי אגדות בדרך הפשט" סימן א, א מאמר נפלא ארויסברענגענדיג די דאזיגע ענין, סאיז נישט אזוי לאנג און יעדעס ווארט איז צום באלעקן און סכדאי דורכצוקוקען, אויך שטעלט ער דארט אוועק די פשוטע יסודות אמונה באותו ענין ממש, און סאיז זייער פאסיג צום חג האמונה זמן "חירותינו" פון זיין משועבד צו וואס די הארץ בעגערט, עיי"ש ובודאי תמצא נחת.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך מארטש 23, 2016 8:28 am

the collector האט געשריבן:איך דארף רעדן פאר בחורים נאך פורים וועגן דעם ענין "דער וואס האט חומרות פאר פסח דער איז פריי", האט איינער גוטע משלים אדער גוטע ווערטער אדער מראי מקומות אויף דעם ענין?
וואס איך וויל ארויס ברענעגן איז: אז נישט דער וואס האט קולות פסח דער איז פריי, נאר א בן חורין איז איינער וואס האט מער חומרות.


ביטע זייט בעסער מסביר אייער קאנצעפט וואס איר ווילט ארויסברענגן, און שרייבט מקורות צו אייער מיינוג אז מער חומרות מאכט מער פריי.

אוועטאר
בן מהללאל
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 5:25 pm

תגובהדורך בן מהללאל » מיטוואך מארטש 23, 2016 9:05 am

איך בין חושש אז קאלעקטאר מיינט מיט זיין שאלה גאר עפעס אנדערש.
אמאל ווען מען פלעגט אלעס מאכן אליין, האט זיך געמאכט אסאך ווייניגער שאלות אויף עסען אין פסח (ביי א תלמיד חכם אינדערהיים), משא"כ היינט ווען מען נעמט אריין אין הויז כל מיני פראדוקטען כשר לפסח, הערט מען יעדע יאר נייע חששות און ערעורים. און פאר א אמת'ע ירא שמים איז דאס א אפקומעניש.
עס איז פשוט גרינגער צו לעבן ווי א איד, אויב מען האט מער חומרות אויף פסח.

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג אפריל 18, 2016 2:26 pm

סעמיטשקע, לתועלת הענין, ביטע ברענג אראפ אהער א קאפי פון די קובץ הערות, פאר די וואס האבן דאס נישט.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

תגובהדורך סעמיטשקע » מאנטאג אפריל 18, 2016 5:24 pm

לתועלת הרבים
צוגעלייגטע
חלק א.PDF
דוגמאות לביאורי אגדות על דרך הפשט הנספח בסו"ס קובץ הערות לר"א וסרמן
(223.23 KiB) דאונלאודעד 103 מאל

אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

תגובהדורך סעמיטשקע » מאנטאג אפריל 18, 2016 5:30 pm

דער צווייטער עמוד
צוגעלייגטע
חלק ב.PDF
דוגמאות לביאורי אגדות על דרך הפשט הנספח בסו"ס קובץ הערות לר"א וסרמן
(222.45 KiB) דאונלאודעד 88 מאל

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דינסטאג אפריל 19, 2016 1:03 pm

יישר כח
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2362
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דינסטאג אפריל 19, 2016 1:37 pm

די מאמר פון ר' אלחנן וואסערמאן ז"ל אין אידיש.

חלק א:
https://yi.wikisource.org/wiki/%D7%A2%D ... 7%A0%D7%94
חלק ב:
https://yi.wikisource.org/wiki/%D7%94%D ... 7%A0%D7%94


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נזר הנבונים און 4 געסט