דער אמת איבער די שקרים פון סייענטיסטן

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פרוזדור
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 06, 2014 9:25 pm

דער אמת איבער די שקרים פון סייענטיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוזדור »

יעדער איז מודה אז די סייענטיסטן ברענגן צום טיש געוויסע גוטע זאכן, למשל וויאזוי צו פארבעסערן דאס בויען, די אינפארסטרוקטשער, מעדיקל ענינים, חכמה בגוים תאמין, אבער ווען עס קומט צו עניני בריאה "וויט אל דו רעספעקט" רעדן זיי דאך אזעלעכע שטותים אז עס גלויבט זיך נישט אז זיי אליינס גלייבן אין זייערע נערישקייטן. לאמיר רעדן פון די אויסגעדרשענע טאפיק פון גלאבעל ווארמינג.

קודם לאמיך אראפרענגן א שטיקל חובת הלבבות וואס ברענגט ארויס אז רעגן איז פון די שטארקסטע באווייזן אויף גבורות ה'. ברענגט ער פון תנ"ך (ירמי' יד) היש בהבלי הגוים מגשימים.. איז דען דא צווישן די נערישע פון די פעלקער וואס זאלן קענען מאכן רעגענען און קען דען די הימל אליינס געבן רעגן. נאר די רבש"ע קען טאן די זאכן צו דיר טוען מיר האפן ווייל די האסט באשאפן די אלע זאכן. אויך שטייט (ירמי' ה) ולא אמרו בלבבם.. זיי טראכטן נישט אין זייער הארץ לאמיר מורא האבן פון השי"ת וואס געבט רעגן אין זייער צייט ווען מען ברויך עס האבן. אויך שטייט גרויסע זאכן וועגן רעגן (איוב ה) עושה גדולות. ער טוט גרויסע וואונדער מיר קענען עס נישט באגרייפן וואונדערליכע זאכן מוראדיג אז ער שיקט רעגן אויף דער ערד או וואסער אויף די גאסן צו דערהייבן די נידעריגע וואס און זיי צו שטארקן מיט די הילף. ע"כ.

דארף מען דאך פארשטיין פארוואס טאקע דווקא ביי רעגן. האב איך געטראכט אז דאס קען אפשר זיין די זעלבע בחינה וואס מען זעהט ביי מכות כנים וואס אלע אנדערע מכות האבן די כשוף מאכער געקענט נאכמאכן אויסער די מכה פון כנים, האט דאס געוויזן מער אויף די כח פון הקב"ה אין די אויגן פון די מצריים. אזוי אויך היינט ווען די סייענטיסטן פרובירן איינצורעדן אז זיי האבן שוין אויסגעפיגורט די וועלט אלעס פארשטייען זיי אבער ווען עס קומט צו מאכען רעגענען אדער צוריקהאלטן דאס רעגענען דאן ווערן זיי שטום, זיי פרובירן אפילו נישט צו חלומען אז איין טאג גייען זיי מאכן רעגן.. אויף דעם זאגט די נביא איז דען דא דער נערישער גוי וואס זאל זאגן אז ער קען מאכן רעגענען. פארדעם ווערט עס אנגערופן גבורות הגשמים ווייל דאס ווייזט אויף זיין איינציגקייט אז נאר השי"ת קען מאכן רעגענען. און דער זעלבער באשעפער טוט אויך אלע אנדערע זאכן ווי מען זאגט ביי שמו"ע גלייך נאך גבורות הגשמים זאגט מעןמכלכל חיים בחסד.. סומך נופלים ורופא חולים ומתיר אסורים ביז מען גייט צוריק צו תחיית המתים וואס דאס קוקט שוין אויס ווי א געוואלדיגע גרויסע זאך אבער ביי הקב"ה איז עס פונקט ווי גבורות הגשמים און פונקט ווי סומך נופלים דער כל יכול קען אלעס.

יעצט די גוים זענען אויפגעקומען מיט זייער טירי פון גלאבעל ווארמינג וואס זיי פרובירן זיך אויפצוטאן ווי קלוג זיי זענען אז זיי האבן אויסגעטראפן א באמבע אבער למעשה קענען זיי גארנישט אויפווייזן שווארץ אויף ווייס, זיי ווילן אז מיר זאלן זיי גלייבן. וויל איך אבער נישט גלייבן. איי פארוואס נישט, ווייל קודם ווייז מיר אויף אז די ברואים זאלן האבן די מינדעסטע השפעה אויף רעגן, סיי ווען עס זאל יא רעגענען און סיי אויף צוריקצוהאלטן רעגן, אדער צוריקהאלטן דינערן און בליצן, אדער די שרעקליכע האריקעינס, טארנעידאס, צונאמיס, קודם ווייז מיר אויף אז די ברואים זאלן האבן האבן די מינדעסטע השפעה אויף די זוהן ווען עס זאל ווערן טאג אדער נאכט נאכדעם וועלמער רעדן פון די וועטערס וואס גייט זיך אויף איר אייגענע מהלך שוין טויזענטער יאר פונקט ווי הקב"ה האט איר אנגעשטעלט.

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים. ער האט דאס אלעס באשאפן און ער האט רחמנות אויף יעדעם איינעם וועם ער האט באשאפן און ער פירט זיין וועלט מיט צדק ומשפט און מיר דארפן זיך מתבונן זיין אין די בריאה כדי איינצוזעהן זיין איינציגקייט און זיינע כוחות והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 12:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים צבי »

עפעס א פערצענטע אני מאמין דאס אז מענטשען האבן נישט די מעגליכקייט חרוב צו לייגן די בריאה.
Elmo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 19, 2014 3:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Elmo »

איך מיין אז רוסישע קארפען קעפ זענען יא אויף געקומען א 5-10 יאר צוריק וויזוי צו מאכן רעגן
קענסט סירטשען פאר עס איך בין נאך אלץ א מאמין און איך גלייב דער אייבערשטער האט אריינגעגבן און זיינע ברואים פארשטאנד פאר ריסערטש
ראסטעוו
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 7:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראסטעוו »

חיים צבי האט געשריבן:עפעס א פערצענטע אני מאמין דאס אז מענטשען האבן נישט די מעגליכקייט חרוב צו לייגן די בריאה.

די פופצענטע איז נישט רעדן נגד וואס זאגן אז מ'קען נישט.
אוועטאר
פרוזדור
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 06, 2014 9:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוזדור »

אוודאי מוזטו מודה זיין אז דער מענטש האט א בחירה צו טאן שאדן, ער קען מאכן א באמבע און עס אויפשיסן און מאכן חורבנות, ער קען הרג'נען שחט'ן פייניגן, ער קען אויסמישן געוויסע מיני זרעים צו מאכן וואקסן אנדערע מיני פירות וואס השי"ת האט אריגינעל אהערגעשטעלט, ער קען אויך ארומפאטשקען מיט זרעים מיט זייערע פארשאלטענע קלאנינג דאס אלעס איז פארשטענדליכע חורבנות וואס פונעם ערשטן טאג האט דאס שוין קין געטאן. אבער צו טוישן די מעשה בראשית. זה בלא דאס נישט. מיר יודן פארשטייען דאס גוט אבער דער סייענטיסט וועט טאן אלעס אין די וועלט אז די זאלסט נישט גלייבן אין הש"ת נאר דווקא אין זיינע טיריס. וואס דאס איז ממש כפירה מינית און אפיקורסת.

בלויז אייך צו ווייזן מיט וועמען מען האט דא צוטון מיט אזעלעכע סייענטיסן וואס האלטן באמת אז זיי פירן די וועלט אין אט די 20 אדער 30 יאר וואס זיי דרייען זיך דא ארום מיט די מאכט אין האנט. מיט עטליכע יאר צוריק איז פארגעקומען א שאקינג שטודיע, מען האט שטארק אויסגעפרעגט פון די גרעסטע סייענטיסטן פון 21 גרעסטע יוניווערסיטיס אין אמעריקע און 70 פראצענט האבן ערקלערט אז זיי גלייבן נישט אין באשעפער. בלויז 9 פראצענט האבן געזאגט מיט א זיכערקייט אז זיי גלייבן אין באשעפער. אבער סאיז כמעט נישט בנמצא א סייענטיסט וואס זאל זאגן אז ער איז סיי א סייענטיסט און סיי א רעלידשעס פערזאן וואס טוט פרעקטיסען רעלידשען.

דאס איז נישט געווען סתם עפעס א אינטערוויו, נאר א לאנגער פראצעדור אנגעפירט דורך באסטן סטעיט יוניווערסיטי מיט לאנגע אינטערוויוס מיט הויעך געשפריצטע סייענטיסטן און נאכדעם געדעקט געווארן אין וויכטיגע מידיע אוטלעטס. נו אוודאי איז נישט קיין וואונדער אז די חברה זענען אזוי משוגע און צודרייט מיט זייערע גלאבעל ווארמינג, מיט זייערע סטעם סעל ריסורטש, מיט עוועלושאן, אבערמיין שאלה יעצט אזוי: צי ווערט דער סייענטיסט אן אפיקורס אדער דער אפיקורס ווערט א סייענטיסט.

יעצט הערט און שטוינט וואס נאך דער שטודיע פארציילט. אז די קליינע פראצענט סייענטיסטן וואס גלייבן יא אין באשעפער, זענען אדער אויפגעוואקסן געווארן אין א רעלידשעס הויז אדער האבן זיי קינדער... איך ווייס נישט וויאזוי ארויסצוברענגן די וויכטיגקייט פון די לעצטע אויפדעקונג.. יעצט שטימט שוין אבער גוט דער לשון היש בהבלי הגוים מגשימים.. הבל הבלים אמר קהלת את אלקים ירא ואת מצותיו שמר כי זה כל האדם. מיר יודן זוכן אין די בריאה דעם באשעפער נאך און נאך ראיות אז עס איז דא א בורא עולם ווייל דאס ברענגט אונז יראת שמים. והסייענסיסט זוכט דעם היפך. דאס ווילן מיר ווייטער איבערגעבן פאר אונזערע לעולם ועד
גרינע בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 5:56 am
לאקאציע: אונטערן שאטן-ה' צלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע בוים »

חיים צבי האט געשריבן:עפעס א פערצענטע אני מאמין דאס אז מענטשען האבן נישט די מעגליכקייט חרוב צו לייגן די בריאה.
פרוזדור האט געשריבן:אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים. ער האט דאס אלעס באשאפן און ער האט רחמנות אויף יעדעם איינעם וועם ער האט באשאפן און ער פירט זיין וועלט מיט צדק ומשפט און מיר דארפן זיך מתבונן זיין אין די בריאה כדי איינצוזעהן זיין איינציגקייט און זיינע כוחות והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
דוכט זיך אז דאס איז די ערשטע אני מאמין.
מענטשן האבן נישט די מעגליכקייט חרוב צו לייגען די בריאה, זיי האבן א בחירה אבער די למעשה'דיגע מעגליכקייטן זענען ניקס
און צו אייך טייערע פרוזדור "שפתיים ישק" קילורין לעניים!!!
עץ חיים הוא למחזיקים בה
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

פרוזדור האט געשריבן:אוודאי מוזטו מודה זיין אז דער מענטש האט א בחירה צו טאן שאדן, ער קען מאכן א באמבע און עס אויפשיסן און מאכן חורבנות, ער קען הרג'נען שחט'ן פייניגן, ער קען אויסמישן געוויסע מיני זרעים צו מאכן וואקסן אנדערע מיני פירות וואס השי"ת האט אריגינעל אהערגעשטעלט, ער קען אויך ארומפאטשקען מיט זרעים מיט זייערע פארשאלטענע קלאנינג דאס אלעס איז פארשטענדליכע חורבנות וואס פונעם ערשטן טאג האט דאס שוין קין געטאן. אבער צו טוישן די מעשה בראשית. זה בלא דאס נישט. מיר יודן פארשטייען דאס גוט אבער דער סייענטיסט וועט טאן אלעס אין די וועלט אז די זאלסט נישט גלייבן אין הש"ת נאר דווקא אין זיינע טיריס. וואס דאס איז ממש כפירה מינית און אפיקורסת.

בלויז אייך צו ווייזן מיט וועמען מען האט דא צוטון מיט אזעלעכע סייענטיסן וואס האלטן באמת אז זיי פירן די וועלט אין אט די 20 אדער 30 יאר וואס זיי דרייען זיך דא ארום מיט די מאכט אין האנט. מיט עטליכע יאר צוריק איז פארגעקומען א שאקינג שטודיע, מען האט שטארק אויסגעפרעגט פון די גרעסטע סייענטיסטן פון 21 גרעסטע יוניווערסיטיס אין אמעריקע און 70 פראצענט האבן ערקלערט אז זיי גלייבן נישט אין באשעפער. בלויז 9 פראצענט האבן געזאגט מיט א זיכערקייט אז זיי גלייבן אין באשעפער. אבער סאיז כמעט נישט בנמצא א סייענטיסט וואס זאל זאגן אז ער איז סיי א סייענטיסט און סיי א רעלידשעס פערזאן וואס טוט פרעקטיסען רעלידשען.

דאס איז נישט געווען סתם עפעס א אינטערוויו, נאר א לאנגער פראצעדור אנגעפירט דורך באסטן סטעיט יוניווערסיטי מיט לאנגע אינטערוויוס מיט הויעך געשפריצטע סייענטיסטן און נאכדעם געדעקט געווארן אין וויכטיגע מידיע אוטלעטס. נו אוודאי איז נישט קיין וואונדער אז די חברה זענען אזוי משוגע און צודרייט מיט זייערע גלאבעל ווארמינג, מיט זייערע סטעם סעל ריסורטש, מיט עוועלושאן, אבערמיין שאלה יעצט אזוי: צי ווערט דער סייענטיסט אן אפיקורס אדער דער אפיקורס ווערט א סייענטיסט.

יעצט הערט און שטוינט וואס נאך דער שטודיע פארציילט. אז די קליינע פראצענט סייענטיסטן וואס גלייבן יא אין באשעפער, זענען אדער אויפגעוואקסן געווארן אין א רעלידשעס הויז אדער האבן זיי קינדער... איך ווייס נישט וויאזוי ארויסצוברענגן די וויכטיגקייט פון די לעצטע אויפדעקונג.. יעצט שטימט שוין אבער גוט דער לשון היש בהבלי הגוים מגשימים.. הבל הבלים אמר קהלת את אלקים ירא ואת מצותיו שמר כי זה כל האדם. מיר יודן זוכן אין די בריאה דעם באשעפער נאך און נאך ראיות אז עס איז דא א בורא עולם ווייל דאס ברענגט אונז יראת שמים. והסייענסיסט זוכט דעם היפך. דאס ווילן מיר ווייטער איבערגעבן פאר אונזערע לעולם ועד


וכבר היה לעולמים
טיטוס הרשע גידר את הפרוכת ויצא דם, ער האט אויך געמיינט אז ער האט חלילה רעמאווד דעם רבוש"ע בשינוי הטבע....
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

ביטע לייען אביסל איבער פלאנצן-די-וואלקענעס -SEEDING THE CLOUDS

עס איז א מציאות. און עס האט גארנישט קעגן אני מאמין וואס איך גלייב בכל לבבי ונפשי.

אויב איר ווילט משום איזה סיבה נישט ליינען אדער פארשטיין וויאזוי דאס ארבעט, לחיי! אבער קיין קינדישע סטעטמענטס מאכט נישט איידער איר איבערצייגט זיך מציאות הדברים על בוריין!

http://www.scientificamerican.com/artic ... hina-snow/

קלאוד סידינג ארבעט טאקע נישט 100 פראצענט, אבער די מדעים האבן באוויזן צו מאכן רעגענען / שנייען און געצוימטע אקעישענס, מיט עטוואס סוקסעס.

זעה מער דא:
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Cloud_s ... _worldwide

מיט דאנק
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

מצלמה האט געשריבן:ביטע לייען אביסל איבער פלאנצן-די-וואלקענעס -SEEDING THE CLOUDS

עס איז א מציאות. און עס האט גארנישט קעגן אני מאמין וואס איך גלייב בכל לבבי ונפשי.

אויב איר ווילט משום איזה סיבה נישט ליינען אדער פארשטיין וויאזוי דאס ארבעט, לחיי! אבער קיין קינדישע סטעטמענטס מאכט נישט איידער איר איבערצייגט זיך מציאות הדברים על בוריין!

http://www.scientificamerican.com/artic ... hina-snow/

קלאוד סידינג ארבעט טאקע נישט 100 פראצענט, אבער די מדעים האבן באוויזן צו מאכן רעגענען / שנייען און געצוימטע אקעישענס, מיט עטוואס סוקסעס.

זעה מער דא:
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Cloud_s ... _worldwide

מיט דאנק


נו, אלא מאי, עס איז דאך א מפורש'ער פסוק אין ירמי'?
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

דער נביא פרעגט: קענען די עבודה זרות מאכן רעגענען?
דער תירוץ איז ניין. ניין. און ניין.

אבער צו מ׳קען מיט עראפלאנען וועלכע פלאנצן אן ״טרוקענע אייז״ און אייאדס וועלכע קריסטאליזירן די וואלקענעס, דאס שטייט נישט אז נישט אין ירמיה.

לא תוסיפו ולא תגרעו שטייט. ביידע איז אייניג אסור. ביידע זענען אייניג שעדליך.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

און דער חובות הלבבות? ער רעדט דאך נישט פון קיין עבודה זרה,
און אויך די גמרא אין תענית וואס איז מבואר אז דער שליסל פון רעגן ליגט ביד הקב"ה בעצמו

כ'מיין אז דער תירוץ איז פשוט, אפילו די סייענטיסטן קענען (אדער וועלן קענען) וועט עס בכלל נישט זיין דומה צו די מעכטיגע רעגענעס ווואס דער בוכ"ע מאכט, וועלכער איז אימשטאנד צו מאכן חורבנות אויכעט, און א ודאי וועלן זיי נישט קענען מהפך זיין סדרי הבריאה צו פארוואנדלען די ריזיגע מדבריות אין פעלדער, און אויך ווען דער בוכ"ע איז גוזר א שנת בצורת, קענען זיי אויך גארנישט טון, כנלע"ד
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

יהיה כן האט געשריבן:און דער חובות הלבבות? ער רעדט דאך נישט פון קיין עבודה זרה

כ'מיין אז דער תירוץ איז פשוט, אפילו די סייענטיסטן קענען (אדער וועלן קענען) וועט עס בכלל נישט זיין דומה צו די מעכטיגע רעגענעס ווואס דער בוכ"ע מאכט, וועלכער איז אימשטאנד צו מאכן חורבנות אויכעט, און א ודאי וועלן זיי נישט קענען מהפך זיין סדרי הבריאה צו פארוואנדלען די ריזיגע מדבריות אין פעלדער, כנלע"ד


איך האב נישט געזעען דעם חובת הלבבות, אבער די מפרשים טייטשן דעם פסוק אויף די ע״ז. ממילא שטימט אלעס וע׳ פנים לתורה.

בדרך צחות: די היינטיגע פארשער קענען מהפך זיין שטעט צו מדבריות, טשערנאביל יוכיח, פארקערט נישט.
ראסטעוו
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 7:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראסטעוו »

ישם נהרות למדבר וארץ ציה למוצאי מים
ארץ פרי למלחה מרעת יושבי בה
ישם מדבר לאגם מים וארץ ציה למוצאי מים.
ויתעם בתוהו לא דרך
כדאי לעיין במזמור הזה הפותח את יום השבת עם האבן עזרא.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”