א גוט ווארט

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25664
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך נובעמבער 04, 2009 8:50 am

א טענצל! האט געשריבן:ר' הערש לייב דער באוואוסטער סיגוט'ער בדחן האט אמאל געזאגט: אז מען זעהט א שקרן זאגט מען "שהכל נהיה בדברו", אז מען זעהט א גנב זאגט מען "בחכמה פותח שערים"...


האט ר' מרדכי לעזער דער באקאנטער סקרענטאנער בדחן מוסיף געווען; אז מ'זעהט אידען דאווענען שפעט זאגט מען 'ובתבונה משנה עתים' ווידער ווען דער גראסערי-מאן פאקט אויס די 'שטערנס' אויפן פאליצע זאגט מען 'ומסדר את הכוכבים'....

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21750
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך נובעמבער 04, 2009 9:10 am

מיללער האט געשריבן:
א טענצל! האט געשריבן:ר' הערש לייב דער באוואוסטער סיגוט'ער בדחן האט אמאל געזאגט: אז מען זעהט א שקרן זאגט מען "שהכל נהיה בדברו", אז מען זעהט א גנב זאגט מען "בחכמה פותח שערים"...


האט ר' מרדכי לעזער דער באקאנטער סקרענטאנער בדחן מוסיף געווען; אז מ'זעהט אידען דאווענען שפעט זאגט מען 'ובתבונה משנה עתים' ווידער ווען דער גראסערי-מאן פאקט אויס די 'שטערנס' אויפן פאליצע זאגט מען 'ומסדר את הכוכבים'....

צ"ל, ווען מען דאווענט מעריב ביי זעכציג, זאגט מען ומסדר את הכוכבים.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2009 1:51 am

ר' לייב גרויס דער באקאנטער פרעשבורג'ער בדחן האט אמאל דערציילט אז א בחור האט געגעסן טעג (נישט מער געדאכט) ביי א בעה"ב, אריינגייענדיג אין הויף פונעם בעה"ב איז דער כלב ארויסגעשפרונגען אויפן בחור, האט ער גענומען א שטעקן און אריינגעגעבן פארן כלב. עפענט דער בעה"ב זיין פענסטער און שרייט ארויס "רשע למה תכה רעך", ענטפערט דער בחור "האחיכם יבואו למלחמה ואתם תשבו פה"...

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25664
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2009 9:25 am

גוט, א טענצל!

אז מ'רעדט שוין פונעם סקרענאנער בדחן, אן עלטערער איד ביינונז אין סקרענטאן האט זיך אמאל זייער געבייזערט אויף די ערשיינונג פון מהפך זיין די סדרים אינעם בית הכבוד שרייענדיג 'במקום גדולים אל תעמוד'.......

(ודו"ק כי קצרתי מפני הכבוד)

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2009 12:08 pm

אין ראמעניע פלעגט מען זאגן:

אל תסתכל בקנקן אלא... קח אותו!

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » זונטאג נובעמבער 29, 2009 11:15 pm

געזעהן א ווארט פון רבי בונעם פון פאשיסחא:
א חסיד איז דער וואס טוט לפנים משורת הדין, די תורה זאגט "לא תוני איש את עמיתו", א חסיד טאר זיך אליינס אויך נישט פאפאן

שוטה
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » דינסטאג ינואר 04, 2011 5:26 am

מיללער האט געשריבן:
שוטה האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:לערנענדיג די גמ' אין נדרים 'בנדרים הלך אחר לשון בני אדם' איז מיר עטליכע מאל קשה געווען אז מ'זעהט עטליכע משניות ווי די משנה זאגט מיר וואס דער 'לשון בני אדם' איז (למשל; הנודר מיושבי היבשה אסור ביורדי הים וכדו' ווייל בל' בנ"א איז משמע ביידע) וואס הייסט דאס אז די משנה זאגט מיר די לשון בנ"א, ממ"נ איז דאס ביינונז אויך אזוי דער לשון בנ"א צו וואס ברויך דאס די משנה זאגען און אז נישט איז דאך נישט פיו ולבו שוין לנדור, ווייל די 'בני אדם' נוצען פילייכט נישט די משנה'ס 'לשון בנ"א'.

אין ברכת שמואל אנפאנג פרק המניח [און אין נאך א פלאץ] האט ער אן אריכות וועגן גדרי לשונות, לויט ווי איך געדענק האט ער דריי סארטן, איינע פון זיי איז באופן אז די חכמים האבן אוועגעשטעלט די אפטייטש פונעם לשון, עיי"ש ותמצא נחת.


אויך מיר א שוטה... מיט אזעלכע שוטים ווער ברויך נאך חכמים?.....

זאג נאר חביבי, אפשר קענט איר מיר געבן פונקטליכע אנווייזונגען צום 'ברכת שמואל' אשר לא זכיתי למוצאו בעת חיפושי, איר רעדט פון 'ברכת שמואל' לרב"ב מקאמניץ, און המניח אין מס' ב"ק? דארט האב איך לע"ע נישט געפונען דעם ענין.


אנטשולדיגט מיר הרב מילער - כ'האב ערשט יעצט באמערקט אז דו האסט מגיב געווען.

בב"ק הוא בסי' כ"א, ובמס' ב"ב סי' נ"ט הוא ביתר ביאור ועיין מש"כ שם בהערה ג'.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

תגובהדורך פאמיליעמירעלס » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2013 12:01 am

א טענצל! האט געשריבן:אין ראמעניע פלעגט מען זאגן:

אל תסתכל בקנקן אלא... קח אותו!

;l;p-

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2013 5:23 am

פאמיליעמירעלס האט געשריבן:
א טענצל! האט געשריבן:אין ראמעניע פלעגט מען זאגן:

אל תסתכל בקנקן אלא... קח אותו!

;l;p-

און מ'דארף צוענדיגען "וכך הוה"....

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2013 5:46 am

א טענצל! האט געשריבן:ר' הערש לייב דער באוואוסטער סיגוט'ער בדחן האט אמאל געזאגט: אז מען זעהט א שקרן זאגט מען "שהכל נהיה בדברו", אז מען זעהט א גנב זאגט מען "בחכמה פותח שערים"...


א בחינה ווי דער רב האט מספיד געווען דעם גנב אז ער איז נישט געגאנגען ד' אמות אן נטילת ידים...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2013 6:24 am

טועמיה חיים זכו, אבער וגם אוהביה דו וואס האבען עס ליעב גדולה בחרו נעמען א גרויסן שטיקל.... (געהערט פונעם זיידען ז"ל)


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פרייליכע מענטשעלע און 7 געסט