א גוט ווארט

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

פענסטער

א גוט ווארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פענסטער »

די גמרא אין יבמות פארציילט א מעשה אזוי:

רב יצחק בר ביסנא האט געהאט די שליסלעך פון ביהמ"ד, איינמאל האט ער עס פארלוירען אויפ'ן גאס, ס'איז געווען שבת אין רשות הרבים און מ'האט נישט געקענט עפענען דעם ביהמ"ד, איז ער געגאנגען צו רבי פדת פרעגן וואס צו טון, האט ער אים געזאגט נעם א אינגל מיט א מיידל זיי זאלן דארטן שפאצירן, און אויב זיי וועלן עס טרעפן וועלן זיי עס ברענגן. ע"כ.

האט אמאל א איד געזאגט פאר'ן רבי'ן זכותו יגן עלינו עלינו (די יארצייט זיינע איז דעם קומענדיגען זונטאג הבעל"ט) אז פון די גמרא איז א ראי' אז אינגלעך מיט מיידלעך מעגן זיך שפילען צוזאמען, ווייל ער האט דאך אים געזאגט אז ער זאל נעמן א אינגל מיט א מיידל.
זאגט אים די רבי אויפן פלאץ, פונקט פארקערט, פון די גמ' איז א ראי' אז אינגלעך מיט מיידלעך זאלן זיך נישט שפילן צוזאמען, ווייל אין אמת'ן אריין דארף מען פארשטיין פארוואס עפעס האט ער אים געזאגט ער זאל נעמן א אינגל מיט א מיידל, וואס איז שלעכט מיט צוויי אינגלעך אדער צוויי מיידלעך, נאר וואס דען, וואלט עס ווען געווען צוויי פון די זעלבע סארט, וואלטן זיי געשמועסט צווישען זיך און זיך געשפילט צוזאמען, און זיי וואלטן נישט באמערקט די שליסעל, אזוי אז ס'איז איין אינגל מיט איין מיידל, וועלן זיי דאך נישט שפילען צוזאמען נאר אראפקוקען אויפן פלאר, וועלן זיי עס זיכער טרעפן. ודפח"ח.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אז מען רעדט שוין פון א גוט ווארט, וועל איך נאכזאגן א ווארט פון הרה"ק ר' שמעו'לע זשעליכוב'ער (געדרוקט אין ספר נהרי אש): ר' שמעו'לע פלעגט זיין בייז אויף די וואס זאגן נאך א "גוט ווארט" אויף די תורה, זאגנדיג: די תורה איז נישט געגעבן געווארן כדי צו קענען נאכזאגן גוטע ווערטער, נאר ללמוד וללמד לשמור ולעשות, זיך מוטשענען און הארעווען אויף תורה (איך געדענק נישט דעם פונקטליכן לשון, אבער דער מכוין איז דער זעלבער).

----
נכתב לכבוד איך-הער, שונא מובהק לאשכולות שטרם נענו, וגם במחשבה זרה להרבות תגובות על שמי.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

איך האב היינט געהערט א גוט ווארט און איך האלט אז יעדער מעג עס הערן, אין איינוועגס וועט עס העלפן צו די צוואנציג טויזענט. ( שוין א מילתא דבדיחותא פארן לערנען. )

איינער האט דאס מיר נאכגעזאגט בשם ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א. איך ווייס אבער נישט פון וועם ער האט דאס נאכגעזאגט.

מ'זאגט ביים בענטשן, ונא אל תצריכנו וכו', כי אם לידך המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה, לכאורה איז דא אויסגערעכנט זייער אן אינטרעסאנט לשון, די פולע די אפענע די ברייטע, איז ער עס מסביר מיט א משל, א טאטע האט געטיילט א גוטע זאך פאר זיינע קינדער, איין קינד איז אנגעקומען אביסל שפעטער, האט ער געבעטן פונעם טאטן אז ער דארף אויך, האט אים דער טאטע געזאגט ס'ליגט אויפן טיש, נעם. דאס קינד האט זיך אבער גע'עקשן'ט, אז דייקא דער טאטע זאל אים געבן, נו, דער טאטע האט געזען אז דאס קינד וויל דווקא, האט ער געגעבן א פיל אן זיין האנט, דאס קינד האט אונטער געלייגט ביידע הענט און איבער גענומען, ווען דאס קינד האט זיך שוין בארואיגט, האט אים דער טאטע געפרעגט, פארוואס ער האט דווקא געוואלט אז ער זאל אים געבן, האט דאס קינד געענטפערט, אז ווען ער נעמט ווען אליין, וואלט ער דאך נאר גענומען מיט זיין איין הענט, און וויפיל גייט דארט אריין? ממש גארנישט, אבער טאטיס הענט איז גרויס, אז ווען ער געט מיר דארף איך אונטער לייגן ביידע הענט, ממילא האט זיך מיר ענדערש אזוי געלוינט.

זאגט ער, דאס בעטן מיר פונעם אייבירשטען געב אונז מידך המלאה הפתוחה והרחבה, דיין גרויס האנט אים דעם גייט אריין אסאך מער, און אזוי וועלן מיר האבן וויפיל מיר דארפן.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

גוט גוט.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח איך הער (נכתב לשם יחוד צוואנציג טויזנט תגובות)
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

יישר כוח יאכער, (נכתב לשם הכרת הטוב)
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א אידעלע »

יישר כח איך הער (נכתב כדי שלא לפרוש מן הציבור)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

היינט איז די יארצייט פונעם הייליגן שפת אמת, וועל איך שרייבן א ווארט וואס איך האב געזען ביים עפענען דעם ספר היינט אינדערפרי.

ער שרייבט (ערגעץ אויף פרשת וארא) א חסידישע פשט אויף די משנה "אפילו המלך שואל בשלומו לא ישיבנו, אפילו נחש כרוך על עקבו לא יפסיק", זאגט ער אז דאס קומט אויסלערנען א דרך אין עבדות ה', אז אפילו אויב מען הייבט אן שפירן גדלות, דוגמת "דער מלך גריסט אים", זאל מען זיך נישט אפשטעלן פון די ארבעט, און די זעלבע זאך פארקערט, אויב האט מען א ירידה בבחינת "נחש כרוך על עקבו", זאל דאס אויך נישט זיין קיין סיבה אים אפצוהאלטן פון ווייטער דינען השי"ת!

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

קרעמער האט געשריבן:היינט איז די יארצייט פונעם הייליגן שפת אמת, וועל איך שרייבן א ווארט וואס איך האב געזען ביים עפענען דעם ספר היינט אינדערפרי.

ער שרייבט (ערגעץ אויף פרשת וארא) א חסידישע פשט אויף די משנה "אפילו המלך שואל בשלומו לא ישיבנו, אפילו נחש כרוך על עקבו לא יפסיק", זאגט ער אז דאס קומט אויסלערנען א דרך אין עבדות ה', אז אפילו אויב מען הייבט אן שפירן גדלות, דוגמת "דער מלך גריסט אים", זאל מען זיך נישט אפשטעלן פון די ארבעט, און די זעלבע זאך פארקערט, אויב האט מען א ירידה בבחינת "נחש כרוך על עקבו", זאל דאס אויך נישט זיין קיין סיבה אים אפצוהאלטן פון ווייטער דינען השי"ת!

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן

אמן! און א גרויסן יישר כח.

ס'איז דא ענלעכע חסידישע ביאור פונעם ליובאוויטשער רבי'ן זי"ע אויף דעם וואס די גמרא זאגט דארט ווייטער:
"אפי' נחש כרוך על עקבו לא יפסיק: אמר רב ששת לא שנו אלא נחש אבל עקרב פוסק".

וואס איז טאקע דער חילוק צווישן נחש און עקרב?
דער רבי ברענגט פון "ספר ערכי הכינויים" אז נחש ארסו חם, דער גיפט פון א נחש איז א הייסער, און עקרב ארסו קר, דער גיפט פון אן עקרב איז א קאלטער.
דערמיט וועט מען פארשטיין די גמרא "נחש כרוך על עקבו לא יפסיק... אבל עקרב פוסק". ווען ער האלט אינמיטן דאוונען און מיטאמאל נעמט אים אן א היץ פון וועלט, נחש כרוך על עקבו, הגם עס טויגט טאקע נישט, פונדעסטוועגן לא יפסיק, ער זאל נישט מפסיק זיין פון דאוונען, ער זאל דאוונען ווייטער. סוף כל סוף וויבאלד ער האט אין זיך חיות, וועט ער דעם חיות און קאך מהפך זיין צו קדושה.
עקרב כרוך על עקבו, ער האלט אינמיטן דאוונען און עס כאפט אים אן א קעלט, הגם דאס איז נאר כרוך על עקבו, דער עקרב וואס ארסו קר, פונדעסטוועגן יפסיק מתפילתו. ווייל אויב אינמיטן דאוונען קען אים אנכאפן א קרירות, העדר החיות, איז א ראיה אז זיין גאנצער סדר העבודה איז נישט כדבעי, דערפאר זאל ער מפסיק זיין דעם סדר העבודה און נעמען זיך צו א נייעם סדר אין עבודה, אן עבודה מיט חיות און מיט לעבעדיקייט. :grin:
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

שכוח ערנסטער.
פון וועלכע ליבאוויטשער רבי איז דאס ווארט?
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

מאשקע האט געשריבן:שכוח ערנסטער.

ברוכים תהיו. :wink:

מאשקע האט געשריבן:פון וועלכע ליבאוויטשער רבי איז דאס ווארט?

פון דעם לעצטן.
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

אקעי שכוח.
An article a day keeps the babies away
ירא שמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירא שמים »

קרעמער האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פון א גוט ווארט, וועל איך נאכזאגן א ווארט פון הרה"ק ר' שמעו'לע זשעליכוב'ער (געדרוקט אין ספר נהרי אש): ר' שמעו'לע פלעגט זיין בייז אויף די וואס זאגן נאך א "גוט ווארט" אויף די תורה, זאגנדיג: די תורה איז נישט געגעבן געווארן כדי צו קענען נאכזאגן גוטע ווערטער, נאר ללמוד וללמד לשמור ולעשות, זיך מוטשענען און הארעווען אויף תורה (איך געדענק נישט דעם פונקטליכן לשון, אבער דער מכוין איז דער זעלבער).

----
נכתב לכבוד איך-הער, שונא מובהק לאשכולות שטרם נענו, וגם במחשבה זרה להרבות תגובות על שמי.


קרעמער די האסט די ספר נהרי אש כ'זיך עס שוין א שטיק צייט דערווייל זאגען די ספרים געשעפטען אז עס איז נישטא צי באקומען
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ניין. איך האב דאס אלץ בחור דורכגעלערנט מדאשקע לדאשקע אין עטליכע טעג (פערצופאל אין חודש אדר), והיו דבריו כמים קרים על נפש עייפה, א ליכטיגע שטראל אין א פינצטערע וועלט.
ירא שמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירא שמים »

בס"ד
דאן האסטו א גוטע זכרון (וויפעל יאר צוריק ביסטו געווען בחור
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב געלערנט דעם ספר חודש אדר תשנ"ז
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

און יאך האב דאס געלערנט נז נח נט אוי האמיר זיך געווייקט מיט ר' שמעונ'ן.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

א ליטוואק האט זיך אמאל גע'טענה'ט מיטן סאטמארער רבי'ן זצוק"ל בעל ויואל משה, וואס האט זייער נישט געהאלטן פון דעם געדאנק אז פרויען זאלן ארויסגיין ארבייטן, און די מענער זאלן בלייבן לערנען. אין די ליטווישע וועלט איז שטארק איינגעפירט דער מנהג, אז די מענער בלייבן ביים לערנען יארן לאנג (אפשר טרינקען זיי אויך קאווע? אדער ס'איז נאר א חסי'דישע זאך), און די פרוי ארבייט און ברענגט די פרנסה. דער רבי האט געהאלטן אז אויב מען האט א גוטע יסוד פון תורה אין די בחור'ישע און כולל יארן, און א שיעור ערב ובוקר, איז מער אויסגעהאלטן אז דער מאן גייט ארבייטן, און די פרוי, וואס האט נישט דעם כח התורה וואס איז מגין, זאל בליין אינדערהיים, און אפווארטן דעם מאן מיט די קינדערלעך, ווי די גמרא זאגט שוין הני נשי במאי קזכיין וכו'.

האט דער ליטוויש איד'ל געזאגט פארן רבי'ן, אז עס איז פאראן א ווארט, "כל הבן הילוד היאורה תשליכהו וכל הבת תחיון", דהיינו אז אלע יונגלעך זאלן זיך אריינווארפן אין ים התלמוד און שווימען אין לערנען, וכל הבת תחיון, די טעכטער זאלן ברענגען דאס חהיות אין שטוב, ד.ה. די פרנסה צום לעבן.

האט דער רבי אויפן ארט געענטפערט: זייער א שיין ווארט, אבער ווער האט דאס געזאגט? פרעה האט דאך דאס באפוילן! נו דארפן מיר דען פאלגן פרעה'ן? אדרבה, פונקט פארקערט!!
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

גוט געענטפערט.
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

שמעק_טאביק האט געשריבן:א ליטוואק האט זיך אמאל גע'טענה'ט מיטן סאטמארער רבי'ן זצוק"ל בעל ויואל משה, וואס האט זייער נישט געהאלטן פון דעם געדאנק אז פרויען זאלן ארויסגיין ארבייטן, און די מענער זאלן בלייבן לערנען. אין די ליטווישע וועלט איז שטארק איינגעפירט דער מנהג, אז די מענער בלייבן ביים לערנען יארן לאנג (אפשר טרינקען זיי אויך קאווע? אדער ס'איז נאר א חסי'דישע זאך), און די פרוי ארבייט און ברענגט די פרנסה. דער רבי האט געהאלטן אז אויב מען האט א גוטע יסוד פון תורה אין די בחור'ישע און כולל יארן, און א שיעור ערב ובוקר, איז מער אויסגעהאלטן אז דער מאן גייט ארבייטן, און די פרוי, וואס האט נישט דעם כח התורה וואס איז מגין, זאל בליין אינדערהיים, און אפווארטן דעם מאן מיט די קינדערלעך, ווי די גמרא זאגט שוין הני נשי במאי קזכיין וכו'.

האט דער ליטוויש איד'ל געזאגט פארן רבי'ן, אז עס איז פאראן א ווארט, "כל הבן הילוד היאורה תשליכהו וכל הבת תחיון", דהיינו אז אלע יונגלעך זאלן זיך אריינווארפן אין ים התלמוד און שווימען אין לערנען, וכל הבת תחיון, די טעכטער זאלן ברענגען דאס חהיות אין שטוב, ד.ה. די פרנסה צום לעבן.

האט דער רבי אויפן ארט געענטפערט: זייער א שיין ווארט, אבער ווער האט דאס געזאגט? פרעה האט דאך דאס באפוילן! נו דארפן מיר דען פאלגן פרעה'ן? אדרבה, פונקט פארקערט!!

הונדערט פראצענט - יאור איז דאך געווען די מיצרישע ע"ז...
און לגבי עצם הענין ס'איז דאך מקרא מלא דיבר הכתוב - כל תורה שאין עמה מלאכה סופה בטלה וגוררת עוון(אבות פ"ב) און המצפה לשכר אשתו אינו רואה סימן ברכה לעולם (פסחים דף נ).
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

גאליציאנער האט געשריבן:בס"ד

קדשים הלילה הולך אחר היום


אז די רעדטס יא דערפון, וועל איך נאכזאגן א טייער ווארט פונעם חתם סופר (אזוי מיין איך) פארוואס טאקע, דער אמת איז דאך אז ביי אידן איז יום אחר הלילה, און ביי גוים איז לילה אחר היום, וואלט דאך ביי קדשים וואס איז די מערסטע אידישלעך אוודאי געברויכט זיין יום אחר הלילה.

נארוואס דען, וואס איז טאקע פשט פון די חילוק צווישן אידן און גוים לגבי די יום ולילה ענין, ווייל ביי אידן איז דאך תחילתן יסורים (לילה) וסופן שלוה (יום) בעוה"ב, משא"כ ביי גוים, איז דאך די וועלט שלוה (יום) און יענע וועלט יסורים (לילה), פארשטייט מען פארוואס עס איז איינגעטיילט אנדערש ביי אידן ווי ביי גוים.

אבער עס איז נאך דא אן אנדערע חלק אידן וואס אויף זיי זאגט די משנה 'יפה שעה אחת בעולם הזה מכל חיי עולם הבא', דאס הייסט אז ביי די צדיקים (קדשי בני ישראל) איז באמת די וועלט מיט אלע מיטמאכענישן נאך אלס מער שלוה (יום) ווי יענע וועלט מיט אלע תענוגים, קומט אויס אז קדשים איז באמת לילה אחר היום.

האב איך געהערט טייטשן דעם פורים אז דאס מיינט די גמ' 'חייב איניש לבסומי בפוריא עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי', ווייל ווי איז ניכר געווען די חילוק פון דאס אז ביי גוים איז תחלתן שלוה וסופן יסורים נאך מער ווי ביי המן, ווי אויך די אנדערע זייט צדיקים תחילתן יסורים וסופן שלוה מער ווי ביי מרדכי, איז אבער פורים דארף מען אנקומען אויף אזא הויכע מדרגה אז מען זאל איינזעהן אז אפשר איז גאר ארור המן ('יפה שעה אחת בעולם הזה מכל חיי עולם הבא') גאר בעסער ווי ברוך מרדכי.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

א הערליך ווארט.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

יאנאש יו מעיד מיי דעי, סיז א ריזן טיף חסידיש ווארט, על אף וואס דער חתם סופר איז נישט געווען קיין חסידי'שער רבי.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

יאנאש, יישר כח, ס'איז טאקע א טיפע ווארט.
די וואָר הענגט אויף א האָר
גאליציאנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאליציאנער »

בס"ד

שיין ווארט
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”