א גוט ווארט
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
מאשקע, קרעמער און גל-עד,
עני טיים, איך האב הנאה אז אידן האבן הנאה, כש"כ ווען ס'קומט פון ליינען א שיין ווארט פון א פריערדיגען.
אגב, די אויבנדערמאנטע מדרש בלשון רבינו יהונתן ז"ל איז דאס גאר א גמרא נאר דער מגיה דארט אונטן איז מעיר אז ס'איז נישט פארהאן אזא גמרא, ממילא זאיגט ער אז סתמא איז עס א מדרש.
יעצט אז ס'איז שוין אנגעקומען דא ביי אונז אין קרעטשמע, וואלט איך געוואלט הערן פון די סוירטשערס צו זיי קענען געפונען די ריכטיגע מקור, וזה יהיה שכרי.

לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 6:32 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בני היכלא האט געשריבן:מילער א שיין ווארט, נאין הדברים למי שאמרם.
איך געדענק נישט אזא גמרא, (לידיעה בעלמא: ס'מיינט גארנישט).
1) נאין הדברים לר' יהונתן או לר' העשיל?
2) אזא מדרש געדענקסטו יא? (ס'מיינט עפעס אויב נישט?)
מאשקע גוגלען קען איך אויך, קיינער האט טאקע נישט אוצרות הכחמה? די קרעטשמע וואלט עס געמעגט איינהאנדלען לטובת הציבור.
לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 6:32 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- איך_הער
- סעקרעטאר
- תגובות: 18580
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
- לאקאציע: אין אפיס
- פארבינד זיך:
איך האב היינט (געטראכט) געהערט א ווארט, און איך מיין אז ס'איז היבש קרוב לאמת.
די אנפירער פון די אידן, זענען געקומען צו דוד המלך און געזאגט, עמך ישראל צריכין פרנסה, האט ער זיי געזאגט לכו והתפרנסו זה מזה, האבן זיי צוריק געענטפערט, אין הקומץ משביע את הארי, אדער אין הבור מתמלא מחליתו, (איך געדענק נישט אויסנווייניג, צו ביידע זאכן, צו נאר איינס און וועלכע.) האט דוד געענטפערט, לכו פשטו ידיכם בגדוד, גייטס ראבעוועטס. האבעך אזוי געטראכט, אז אזוי ווי די תורה איז דאך נצחית, ווי אזוי קען מען היינט מקיים זיין דעם פשטו ידיכם בגדוד, איז עס דוירך נעמען פוד סטעמפס, מעדיקעיד, סעקשען 8, א.ד.ג.

- מאשקע
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12689
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
- לאקאציע: אין די חיפוש
געהערט פון ר' אלימלך שווארץ פון ק"י:
ס'שטייט אין פרק שירה, אז דער כלב זאגט דעם פסוק "באו נשתחוה ונכרעה נברכה לפני ה' עושנו".
פארוואס דוקא דעם פסוק?
האט ער געזאגט (איך האף אז ס'איז בשם איינער פון די פריערדיגע...) אז א הונט, ווען מ'בעט אים א טובה, וועט ער דיר ענטפערן: אנטשולדיגט, איך קען נישט יעצט, איך וויל כאפן דעם נץ מנין, איך וויל נישט פארפאסן דעם שיעור, איך האב נאכנישט געזאגט מיין יום תהלים, וכדומה. באו נשתחוה ונכרעה, כ'דארף דאס טון און יענץ טון, אלעס אויסער טון א טובה פאר א איד.
אזא איינער איז - במחילת כבודו - א כלב...
(קרעדיט: צייטליך).

כלטל-עטרולם, יחעגשעזה באדטעחת; ולכאסהיל, יהפארישע אהולזלזת (משלי י"ג ט"ז)
האב איך געזעהן א טייער ווארט וואס דער בטשוטשער רב ברענגט בשם דעם רבין ר' בער זצ"ל אויף דעם אויבנדערמאנטן פסוק, כל ערום יעשה אלעס וואס א קלוגער ערליכער איד טוט אפי' דברים גשמיים ווי עסן און טרינקען, טוט ער בדעת מיט שכל, געמאסטן און געוואוגען מיט'ן כוונה פון שיהא גופו בריא וחזקה לעשות רצון קונו כמבואר בספה"ק.
ווידעראום וכסיל, דער נער יפרוש אפי' ווען ער זיך פורש ער איז זיך מתנהג בפרישות, אוולת טיט ער עס אויך נער'יש נישט אויפן פלאץ אדער מיט די נישט ריכטיגע כוונות.
ווי זאגט בני היכלא, וראוין הדברים למי שאמרם.

ואקוייו יאהוטה יחחגלהיפול כיחח, יחעגלול אובזר כלחנלאשסטרהים (ישעי' מ')
טייטשט דער הייליגער בארדישטובער זצ"ל, די וואס זענען זיך בוטח בה' טוט זיי דער אייבירשטער איינטוישען די כוחות, ער נעמט אוועק די שוואכע אפגעמאטערטע כוחות, אין גיבט זיי אנשטאט פרישע כוחות אים צו דינען.
מי יתן והיה, הלוואי מיר זאלן אלע זוכה זיין צו די מדריגה.

ומביא גואל לבני בניהם למען שמו באהבה (תפלת שמו"ע).
טייטשט הגה"ק ר' אלחנן וואסערמאן ז"ל, אז ווען א איד האט מבטיח געווען אן אנדער איד א טובה און שפעטער איז ער נישט ראוי דערצו, הגם ער וויל שוין נישט צוריקציען פונעם הבטחה ווייל ער וויל זיין א ווארטס-מענטש, טוט ער שוין דאך נישט די טובה בשלימות ווי ער וואלט עס ווען געטוען אריגינעל.
לא כן ביים רבוש"ע, ווען עס וועט קומען די צייט בקרוב און דער אייבירשטער וועט מקיים זיין די הבטחה און שיקן די גאולה שלימה במהרה, אפי' מיר וועלן נישט זיין ראוי דערצו אבער דער בוכ"ע וועט עס טוהן "למען כבוד שמו יתברך" צו האלטן ווארט, מיט דעם אלעם וועט ער עס טוהן מיט די זעלבע מאס אהבה ווי ווען מיר וואלטן ראוי געווען.
'ומביא גואל לבני בניהם למען שמו' דער אייבירשטער וועט שיקן די גאולה שלימה פאר זיינעט וועגן מקיים צו זיין הבטחתו, מיט דעם אלעם וועט עס זיין 'באהבה'.
ודפח"ח, יה"ר שיקוים בנו במהרה דידן, אמן ואמן.

לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 5:14 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.

א גוט ווארט וואס דער מהרש"א זאגט אין מס' מגילה, וועלכע איז ווערט מיטציטיילן מיט חברי הקרעטשמע.
די באקאנטע גמ' זאגט לא יגעתי ומצאתי אל תאמין, יגעתי ומצאתי תאמין, טייטשט דער מהרש"א דער פסוק אין תהילים וואס מ'זאגט ביי הלל, "האמנתי כי אדבר, אני עניתי מאוד" איך גלייב ווען איינער זאגט אז ער האט געפונען א תשובה נאכ'ן זיך לאנג פלאגן, אבער "אני אמרתי בחפזי" אויב זאגט יענער אז ער האט דאס דערגרייכט אין איילעניש, דאן "כל האדם כוזב" זאגט ער א ליגנט.
ודפח"ח.