א גוט ווארט

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קרעמער האט געשריבן:באלד וועסטו אנקומען צו די מהרש"א וואס ערקלערט די בעית למיכל צאי אבתריה אז דאס טעלערל איז געווען געמאכט פון צוקער...


קרעמער,
איך בין שוין אנגעקומען......... בעליוו איט אר נאט, כ'האב נישט געוואוסט אז בעק-דען האט מען שוין געמאכט טעלערלעך וואס איז ראוי לאכילת אדם, עס באלאנגט ביי די ידיעות באגאזש.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב לעצטנס געקלערט א ווארט, וואס עס דאכט מיר אז עס איז גוט, און דערפאר וועל איך עס דא אריינשטעלן.

די גמרא אין חגיגה זאגט אז מיט 3 זאכן איז א מענטש דומה צו א בהמה: עסט און טרינקט ווי א בהמה, פרוכטבארט זיך ווי א בהמה, און גייט ארויס ווי א בהמה.

האב איך געקלערט בדרך אפשר, אז דערפאר איז די הלכה אז ביי די 3 ענינים דארף מען שווייגן (אין משיחין בסעודה, מגיד לאדם מה שיחו - אפילו שיחה קלה - לא יספר עמה, יהא צנוע בבית הכסא כו' לא ידבר שם), כדי דער מענטש זאל געדענקן אז ביי אט די 3 ענינים איז ער אייניג מיט די בהמה וואס קען נישט רעדן.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

זייער א שיין ווארט.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קרעמער,
ס'שטימט, שכוח פאר'ן מהנה זיין.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

פשיהא דאס איז א גאונישע כאפטקע
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

פריער געזען א גוט ווארט אין סמא דחיי (דרשות פון ר' אלעזר בעל שמן רוקח), טייטשט ער "שיחת חולין של תלמידי חכמים צריכין לימוד", א ת"ח רעדט קיינמאל נישט קיין שיחת חולין, עס איז דאך רעכט ביטול תורה. דאס איינציגע מאל ער רעדט עפעס איבריג, איז ווען ער זאגט א מילתא דבדיחותא פאר ער זעצט זיך לערנען מיט די תלמידים זיינע. דאס איז פשט: שיחת חולין של תלמידי חכמים - איז נאר באופן - צריכה לימוד, וואס מען דארף אויפמאכן די מח'לעך פון די תלמידים צו פארנעמען דאס לערנען וואס פאלגט נאך די וויצלעך.
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

איך האב געזעהן א גוט ווארט, געוואלט אפשרייבען און מהנה זיין, אבער קלאפענדיג אויפן קי-בארד האב איך עס פארגעסן. וה' ימלא חסרוני...
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אה אלעקסיי, מן הסתם האסטו דאס געזעהן, ר' יהושע'לע בעלזער האט געטייטשט אין די מגילה,

'וכלים מכלים שונים', לכאורה בלשאצר איז באשטראפט געוורן פאר'ן נוצן די כלים פון ביהמ"ק מיט א האנט וועלכע האט געשריבען אויפן וואנט, טא פארוואס איז פאר אחשורש גארנישט געקומען?

נאר די גמרא זאגט, אז 'אחשורש יינו הטריפתו' אז דער אחשורש ער האט האט ליב געהאט די ביטערע טראפן, און דאס האט אים אראפגעפירט מיט'ן הרג'נען ושתי, טייטשט ער אזוי, 'וכלים מכלים שונים' דאס וואס מהאט געמאכט א חילוק פון די כלים איז געווען ווייל 'וויין מלכות רב, כיד המלך' דאס וואס דער מלכות האט ליב געהאט די יין לרוב איז געווען א שטראפ פונקט ווי דער 'יד המלך' ביי בלשאצר.
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

דאס איז א גוט ווארט, כמעט בעסער ווי דאס וואס איך האב פארגעסן.

איך זעה אז מיין תפילה האט געהאלעפן, און די באשעפער האט מיר גלייך אונטערגעשיקט הרב מיללער'ן, צו ממלא זיין מיין חסרון!

אה, וואספארא גוטע באשעפער איך האב, שיקט מיר אונטער אזוילכע גוטע שליחים, אינעם טונקעלקייט פונעם נאכט!
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב געזען נעכטן אין מגדלות מרקחים פון צעהלימער רב א טייער ווארט בשם דעם שר שלום פון בעלז זי"ע: הרחמן הוא ינחילנו יום שכולו שבת - ומנוחה לחיי העולמים, טייטשט ער אז די יום שכולו שבת לעתיד לבוא וועט דער חיי העולמים האבן מנוחה פון אונז! קיינער וועט שוין נישט מוטשענען אויף פרנסה און געזונט, קומט אויס אז השי"ת וועט דאן האבן מנוחה כביכול.

ווען נישט דער שר שלום זאגט עס, וואלט מען דאס נישט געמעגט זאגן, אבער אז ער זאגט דאס, איז דאך דאס א מורא'דיגע ווארט!
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

טאקע א שיין ווארט.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

איך האב געהערט פון מיין ראש ישיבה זאל זיין געזונט און שטארק לאוי"ט הגה"צ מזקני ראשי ישיבת רב קאפעלמאן שליט"א א הסבר אויפן מאמר חז"ל (סוטה מח:) כל מי שיש לו פת בסלו ואומר מה אוכל מחר הרי זה מקטני אמנה, פשוט פשט לערנט מען ווייל ער זארגט זיך אויפן מארגערדיגן טאג ווען ער האט נאך היינט, זאגט ער ניין נישט דאס איז פשט נאר ווייל ער מיינט אז וואס איז בסלו האט ער יא און ער זארגט זיך נאר אויף מארגן נישט אויף היינט, א בעל אמונה ווייסט אז אפילו היינט דארף מען זיך נאר פארלאזן אויפן באשעפער אויב ער וויל קען ער ח"ו אוועקנעמען וואס איז בסלו אויכעט ודפח"ח ושפ"י
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

א שטארק ווארט, יישר כח.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35239
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' פויער,
דאכט זיך אז מ'האב מיר דעם ווארט פון זיין תלמיד ר' יד"ש זז"ג נאך זאגן בשמו.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

דער ווארט פון רב קאפעלמאן איז עמוק! עמוק!
שעכוח!
the SCY is the limit
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

א שטאקע יסוד אין אמונה

כ'האב באמת הנאה געהאט

טענק יוא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

היינט (נעכטן) שב"ק האב איך געבליקט אינעם ספר 'חי' ר' מנחם זעמבא' אויף ספרא וספרי, איז דא דארט אביסל תולדות איבער דען גאון וצדיק וועלכער איז כידוע געווען א קרבן פון א בייזוויליגער קויל אין די ווארשע געטא הארט פארן אינטערברענגען דעם גאנצן געטא הי"ד.

שרייבט זיין פלומעניק דארט צווישן אנדערע אז פאר פסח האבן אידן זיך צוזאמעןגענומען ארום ר' מנחם צו הערן דברי חיזוק אין אזעלכע ביטערע מצבים, האט ער מעורר געווען אידן זיך צו האלטן פעסט און נישט אריינפאלען אין יאוש ח"ו טייטשענדיג דעם פסוק אין תהלים מיט וואס דוד המלך לאזט אויס דעם ערשטן קאפיטל, 'יודע ה' דרך צדיקים, ודרך רשעים תאבד' האט דער גרויסער גאון געזאגט פאר אידישע קינדער; יודע ה', אז מ'גלייבט אז דער אייבירשטער ווייסט וואס ער טוט וכל מה דעביד רחמנא לטב עביד, דרך צדיקים, דאס איז די דרך פון ערליכע אידן, אין קאנטראסט פון ודרך רשעים, וועלכער איז תאבד, מ'ווערט חלילה פארלוירן און מיואש רח"ל.


שפתיים ישק משיב דברים נכוחים, זכותו יגן עלינו ועכי"א, ינקום ה' דמיו לעינינו במהרה.
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

מיללער, מעכטיק.
א גרויסן יישר כח!
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

נעכטן נאכט איז מיר עפעס אריינגעקומען אין קאפ די באקאנטע גז"ש אין מס' בבא קמא 'תחת נתינה ישלם כסף' , האב איך געקלערט א פשט בדרך צחות, עס איז דאך ידוע אז עס איז באשערט וויפיל געלט א מענטש זאל אויסגעבן, אויב האט מען די זכי' גיבט מען עס אויס לצורך מצוה, צדקה וכדו', אויב נישט קומט אונטער פארשידענע אומגעוואונטשענע הוצאות.

היינט רופט מען א נדבה פאר צדקה מיטן אויסדרוק 'נתינה', קען זיין פשט, 'תחת נתינה' אנטשאט גיבן א נתינה פאר צדקה, 'ישלם כסף' וועט ער זיין געצווינגען צו 'באצאלן' קעש, ודו"ק....
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

גאר גוט הער מיללער.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

זייער פיין מיללער, עס איז מדויק.
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

איך האב געהערט א גוט ווארט היינט פון א חבר מיינע.

רבי אלחנן ז"ל איז אמאל געווען אין אמעריקא נאך געלט און ער איז ארויף צו א גרויסע גביר, האט אים יענער געפרעגט פארוואס מען זעהט אז די פרומע ישיבות אין פולין מוטשען זיך אזוי מיט געלט בשעת די מארדערנע און די מזחי'שע ישיבות לעבן זיך א גוטע טאג? איז דאס נישט קיין ראי' אז די באשעפער האלט מער פון זייערע ישיבות ווי די פרומע?

האט רבי אלחנן געענטפערט, אז מיר טרעפן ביי די ערי מקלט שטייט 'תכין לו הדרך' מען דארף מאכן סימנים אז די הורג בשוגג זאל וויסן וואו צו גיין, פון די אנדערע זייט אבער טרעפן מיר נישט אין ערגעץ אז מען זאל דארפן מאכן סימנים אויף די וועג קיין ירושלים אז די עולי רגלים זאלן וויסן וואו צו גיין. וואס איז פשט? נאר די אייבישטער האט געוואוסט אז אויב די הורג בשוגג וועט מוזן בעטן דירעקציעס פון מענטשן צו די ערי מקלט, וועלן מענטשן פרעגן פארוואס ער גייט אהין, וועט ער דאך ענטפערן אז ער האט איינעם גע'הרג'ט בשוגג, און פון אזוי פיל רעדן דערפון וועט נתרשל ווערן די עבירה פון רציחה בעיני העם, האט די אייבישטער געבעטן אז עס זאלן זיין סיינס די גאנצע וועג אזוי אז מען זאל נישט אויסקומען צו רעדן דערפון. משא"כ ביי די עולי רגלים האט די באשעפער יא געוואלט אז מען זאל בעטן דירעקציעס אזוי אז מען וועט פארציילן פאר אנדערע וואו מען גייט וועלן זיי ווערן אנגעווארימט און זיי וועלן אויך גיין.

האט רבי אלחנן ז"ל אויסגעפירט, די באשעפער וויל נישט אז מען זאל רעדן פון יענע ישיבות גיבט ער זיי גענוג געלט אז זיי זאלן נישט דארפן ארום גיין. משא"כ די פרומע ישיבות וויל די באשעפער אז מען זאל רעדן פון זיי וואס מער האט ער געמאכט אז מען זאל מוזן ארום גיין נאך געלט. ודפח"ח.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

זייער גוט.
the SCY is the limit
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

מען זאגט יעצט יעדן טאג הלל, האב איך מיך דערמאנט נאך א ווארט פון מיין ראש ישיבה שליט"א, מען זאגט עצביהם כסף וזהב מעשה ידי אדם פשוט פשט מיינט אז זייער עבודה זרה איז געמאכט פון גאלד און זילבער דורך מענטשען, ער האט געלערנט אז דאס גייט ארויף אויף די היינטיגע ע"ז פון געלט, אז מען מיינט אז מען מאכט עס אליין און וויפיל מער מען ארבעט האט מען מער געלט, אויף זאגט שוין דער נביא אין הושע ביי שובה ישראל אז די ריכטיגע תשובה איז ולא נאמר עוד אלוקינו למעשה ידינו, זאגט ער אז דאס איז פשט דא עצביהם זייער ע"ז איז אז זיי זאגן כסף וזהב מעשה ידי אדם, אז די גאלד און געלט וואס מען האט האט מען זיך אליין פארשאפט, און דאס איז אונזער עבודה היינטיגע טעג צו וויסן און גלייבן באמונה שלימה אז יעדע פרוטה וואס מען האט האט דער בוכ"ע געגעבן, ממילא וועט די קאפ נישט ליגן אזויפיל אין געלט, אזוי ווי מען זעהט ביי די מן וואס איז געווען לחם מן השמים, לא העדיף המרבה והממעיט לא החסיר קיינער האט נישט באקומען מער פון וויפיל עס איז אים באשערט נישט קיין נ"מ וויפיל ער האט געארבעט ער האט געקענט אנזאמלען הונדערטע עומרים ער איז אבער נאר געבליבן מיט איינס, אזוי אויך היינטיגע צייטן א מענטש מיינט אז ער וועט אריינלייגן מער שעות און ביזנעס אין ווייניגער שעות בעבודת ה' וועט ער האבן מער געלט, דאס איז אבער א טעות מעיקרו ווייל מען מיינט אז די געלט קומט פונעם ארבעט, עס איז נישט אמת די געלט קומט פונעם באשעפער די ארבעט איז נאר א חיוב השתדלות, אבער ער האט נישט געלט ווייל ער ארבעט, ממילא דארף מען טוהן די מינימום און נישט זיין צוגעבינדען דערצו בשעת עבודת השם, האט ער געטייטשט דאס וואס שטייט ביי די תפילה פון פרנסה בהיתר ולא באיסור, אז מען בעט די באשעפער אז די פרנסה זאל קומען אויף אזא וועג וואס מען זאל נישט זיין צוגעבינדען דערצו א גאנצע צייט, דאס מיינט עס בהיתר אויפגעבינדען ולא באיסור און נישט צוגעבינדען.
לעצט פארראכטן דורך פויער אום זונטאג דעצעמבער 28, 2008 11:32 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

א טייער ווארט, און דער מוסר שמועס דערויף איז שוין פרייסלעסס, יישר כח.
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”