געזעהן היינט אין די נייעס פון JD מידיא ווי פאלגענד:
אויפברויז אויף עלעקטריק קאמפאני פארן אפהאקן די לעקטער אין שטוב פון טעראר קרבן הי"ד
נוה יעקב - בעת די משפחת מרלי זיצט שבעה ל"ע נאך זייער זון הקדוש אשר נתן הי"ד וועלכער איז אומגעקומען אין די שוידערליכע טעראר אטאקע אין נוה יעקב פרייטאג צונאכטס, האט די עלעקטריק קאמפאני אפגעהאקט ביי זי די עלעקטריציטעט נאכדעם וואס דער ביל איז נישט באצאלט געווארן. דער אינצידענט האט ארויסגערופן גרויס אויפברויז און ברייטע פארדאמונגען, ביז די קאמפאני האט זיך געבראכן און צוריק אנגעצינדן די לעקטער.
האב איך געקלערט צו מיר, דאס קען זיין פשט אין פסוק [ע"ד צחות] ולכל בני ישראל היה אור במושבותם.
ס'שטייט דאך אז אין די טעג פון מכת חושך זענען אויסגעשטארבן גאר אסאך אידן, ווי רש"י זאגט די וואך אויף וחמושים עלו בני ישראל, אז נאר א פינפטל איז ארויס, און 4 חלקים זענען געשטארבן. קומט דאך אויס אז רוב אדער אלע פון די פארבליבענע זענען ביי מכת חושך געזיצן שבעה נאך זייערע פארשטארבענע משפחה מיטגלידער, נו אין אזא צייט קען מען דאך נישט אפהאקן קיין לעקטער, וועגן דעם ולכל בני ישראל היה אור במושבותם.