א גוט ווארט

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
המסתתר
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 6:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המסתתר »

לכבוד די בעפארשטייענדע יארצייט פון הייליגן שינאווער רב זי"ע, עלסטסטער זוהן פון הייליגן דברי חיים זי"ע. די וואך ו' טבת ווערט 110 יאר צום הסתלקות, איז הזמן גרמא צו זאגן א ווארט בשמו.

ס'האט אים אמאל געפרעגט איינער - נישט מיט קיין גרויס תמימות פארשטייט זיך - וואס איז פשט וואס ס'איז דא חסידים וואס פירן זיך שבת קודש צו בוצע זיין על הפת מיט די הענט און נישט מיט קיין מעסער, ס'איז דאך מחזי כרעבתנות.

אויף דעם האט אים דער שינאווא'ער רב געענטפערט מיט א מעשה:

ס'זענען געפארן אמאל שתדל'ען ביי די מלוכה אסאך גרויסע רבנים, אנקומענדיג אהין האט מען צוגעגרייט פאר זיי א גרויסן צימער מיט קאוטשעס צו זיצן און פארזאגן וואס זיי האבן צו זאגן. איז געווען צווישן זיי הגאון רבי נתן אדלער זי"ע, און ער האט באמערקט אויפן קאוטש אז דאס איז פון וואהל מיט אנדערע גוטע זאכן און ס'איז א חשש שעטנז, האט ער געבעטן מ'זאל אים ברענגען א האלצערנעם בענקל.

זעעהנדיג דאס האט זיך איינער פון די עלטערע רבנים אנגערופן צו אים: נו הלמאי, ס'איז דאך מחזי כיוהרא. אויף דעם האט ר' נתן אדלער געענטפערט: היינטיגע וועלט האט מען נאר מורא פונעם "מחזי", פון יוהרא אליין האט קיינער נישט מורא.

אזוי אויך האט דער שינאווא'ער רב געענטפערט יענעם איד: מ'האט היינט מורא נאר פון מחזי כרעבתנות. פון רעבתנות אליין האט קיינער נישט אזוי מורא.
יסתרני בסתר אהלו בצור ירוממני (תהלים כז)
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

א גוט'ס איך קען אפשר אויב עס איז מעגלך א מקור
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

היינט געהערט ביי א שיעור נך ישעי' פרק יא

דער פסוק רעדט פון ימות המשיח ווען דער כבש מיטן לייב וועלן זיין צוזאמען בשלום וריעות, האט דער מגי"ש געטייטשט, פרוק ית ענך מפום אריותא נעם ארויס דעם שאף פון לייב'ס מויל, ווען וועט דאס זיין?, ווען, ואפק ית עמך מגו גלותא, ביי ימות המשיח.....
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
המסתתר
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 6:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המסתתר »

חוקר האט געשריבן:א גוט'ס איך קען אפשר אויב עס איז מעגלך א מקור


איך האב עס געשריבן פון זכרון, אבער אז דו האסט געבעטן א מקור האב איך אריינגעקוקט אין דברי יחזקאל החדש פון ר' יחזקאל פרענקל שליט"א, און ער ברענגט דאס בשם ספר דרך הנשר (?), וואס שרייבט אז הרה"ג בנש"ק ר' אשר ראבין אבד"ק ראדנא (מח"ס מקוה ישראל ה') האט דאס פארציילט בשם זקינו ר' נפתלי אב"ד ווישניצא זצ"ל איידעם פון שינאווא'ער רב, אז דער וואס האט דאס געפרעגט איז געווען הרה"צ ר' אברהם יוסף (איגרא) מזילין איידעם פון הרה"ק ר' מרדכי מנאדווארנא זצ"ל.
יסתרני בסתר אהלו בצור ירוממני (תהלים כז)
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הרב המסתתר,
איך מיין אז דרך הנשר איז פון די ספרים ממשפחת הקול ארי'
אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 24, 2007 11:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארום »

הרב קופעלמאן שליט"א'ס ווארט שטאמט פון מהרי"ד מבעלזא ז"ל.
אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסקאפ »

נעכטען בין איך אינטעוועגענס אריינגעפאלן אין א באבוב'ער שטיבל, האב איך באמערקט דארט אן אויסגאבע וואס ברענגט אראפ בשם רבי שלמה מבאבוב (השני) ז"ל, ער האט געטייטשט בדרך צחות הקול קול יעקב והידים ידי עשו, אז ווען דער וועקער זייגער קלינגט אידערפרי דאס איז הקול קול יעקב, אבער ווען מען גיבט אן האק אראפ אויפן 'סנאז באטן' דאס איז ידים ידי עשו....
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

שטייט אין מדרש ויקחו לי תרומה הה"ד שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד.
קען זיין פשט, אמאל ווען מ'איז געקומען צו א עושר נאך געלט האט ער זיך ארויסגעדרייט מיטן זאגן שמע ישראל הער צו ר' איד, ה' אלקינו ה' איין באשעפער ווייסט אז איך האב נישט קיין געלט, אבער היינט אחד איז גענוג מיט איין ווארט, "עקאנאמיע"...
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

אז מען רעדט שוין

האט איך געהערט א אנדערע פשט אויף ויקחו לי תרומה הה"ד שמע ישראל ה' אלוקינו ה' אחד אז אייביג ווען מען קומט נאך געלט האלט מען אינמיטן קרי"ש ודפח"ח
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
שטרויזאק
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרויזאק »

עס שטייט ואהבת את ה"א בכל לבבך זאגט די גמרא (ברכות נ"ד) בשני יצריך ביצר טוב וביצר הרע.

האב איך געהערט א גוט ווארט:
מ'קומט צו איינעם נאך צדקה, דער יצר הרע זאגט: געב א פופציגער און שוין, דער יצר טוב זאגט: געב לכה"פ א הונדערטער.
דארף מען געבן בשני יצריך, ביידע סכומים $150...
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

;l;p- פון וועמען האט איר דאס געהערט?
אוועטאר
שטרויזאק
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרויזאק »

וואס איז דער חילוק?
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

מלערנט עס ארויס פון פורים איז האט דאס מיט די צייט אויך
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
אוועטאר
שטרויזאק
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרויזאק »

מיין שכן'ס שכן.
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

מיר קענען עם מן הסתם ?
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

געהער א ווארט פון חדושי הרי"מ:

ווען ער איז געווען א אינגעל מ'האט עם פארהערט אויף די מסכתא בבא מציעה.
אפן דף לז ע"א שטייט דארט אין משנה:

שנים שהפקידו אצל אחד זה מנה וזה מאתים זה אומר שלי מאתים וזה אומר שלי מאתים נותן לזה מנה ולזה מנה והשאר יהא מונח עד שיבא אליהו א"ר יוסי א"כ מה הפסיד הרמאי אלא הכל יהא מונח עד שיבא אליהו
וכן שני כלים אחד יפה מנה ואחד יפה אלף זוז זה אומר יפה שלי וזה אומר יפה שלי נותן את הקטן לאחד מהן ומתוך הגדול נותן דמי קטן לשני והשאר יהא מונח עד שיבא אליהו א"ר יוסי א"כ מה הפסיד הרמאי אלא הכל יהא מונח עד שיבא אליהו

איז מ'האט עם געפרעגט: פארוואס אין דער רישא ווען ס'רעדט זיך פון געלט שטייט 'מנה' און 'מאתיים' און אין דער סיפא ווען ס'רעדט זיך פון כלים שטייט 'מנה' און 'אלף זוז'? פארוואס עפעס אזש טויזנט? פארוואס נישט צוויי הונדערט ווי אין דער רישא?

ער האט געטראכט אביסל און געענטפערט אזוי:
חז"ל זאגן דאך (בבא מציעה ל"ח ע"א) אז אדם רוצה בקב שלו מתשעה קבין של חברו. פון דעם קומט אויס אז אויב א מענטש (א שווינדלער, פארשטייט זיך) וועט קענען פארכאפן צען קבין פון יענעם, ער וועט יא זיין גרייט מוותר זיין צוליב דעם אויף זיין אייגענעם קב. איז דאס איז די סיבה, פארוואס אין דער סיפא פון דער משנה וואו מ'רעדט פון דער פאל ווען א שווינדלער וויל פארכאפן א כלי פון יענעם, אפילו אז צוליב דעם ער מוז מוותר זיין אויף זיין אייגענעם, דער כלי מוז זיין נישט צוויי נאר צען מאל טייערער פון זיין כלי.
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

א דאנק הרב ערנסטער, ס'איז אן אמת'ער ווארט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

לערנענדיג די גמ' אין נדרים 'בנדרים הלך אחר לשון בני אדם' איז מיר עטליכע מאל קשה געווען אז מ'זעהט עטליכע משניות ווי די משנה זאגט מיר וואס דער 'לשון בני אדם' איז (למשל; הנודר מיושבי היבשה אסור ביורדי הים וכדו' ווייל בל' בנ"א איז משמע ביידע) וואס הייסט דאס אז די משנה זאגט מיר די לשון בנ"א, ממ"נ איז דאס ביינונז אויך אזוי דער לשון בנ"א צו וואס ברויך דאס די משנה זאגען און אז נישט איז דאך נישט פיו ולבו שוין לנדור, ווייל די 'בני אדם' נוצען פילייכט נישט די משנה'ס 'לשון בנ"א'.

וחשבתי קצת בדרך צחות ואולי יש צד אמת בזה עפ"י דברי המשנה, אם הראשונים כמלאכים אנו כבנ"א, ואם הראשונים כבני אדם אנו כחמורים ולא כחמורו של רפב"י' קומט אויס אז אפי' 'לשון בני אדם' קען אויך נישט סיי ווער מחליט זיין, מיר חמורים רעדן אפשר נישט ווי די לשון המשנה, אבער 'בנדרים הלך אחר לשון בני אדם' ולא אחר לשון חמורים, ודו"ק.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יפה דברת.

על פי הלכה דארף מען טאקע מעיין זיין אויב אונזערע לשונות האבן זיך למעשה געביטן פון ימי חז"ל צי די הלכה טוישט זיך מיט.

(אגב, האב איך היינט געלערנט אין ר"ן מס' נדרים אז בלשון בני אדם איז "עד ולא עד בכלל").
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קרעמער, וועלכע ר"ן ביי די סוגיא פון בר פדא 'עד שיקצצו'?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דף ס"א ע"א, בענין עד הפסח אסור עד שיגיע.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אהא, כ'האלט נאכנישט דארט, כ'האב פשוט געוואלט וויסען צו איך האב שוין עובר געווען אויף פן תשכח.
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

מיללער האט געשריבן:לערנענדיג די גמ' אין נדרים 'בנדרים הלך אחר לשון בני אדם' איז מיר עטליכע מאל קשה געווען אז מ'זעהט עטליכע משניות ווי די משנה זאגט מיר וואס דער 'לשון בני אדם' איז (למשל; הנודר מיושבי היבשה אסור ביורדי הים וכדו' ווייל בל' בנ"א איז משמע ביידע) וואס הייסט דאס אז די משנה זאגט מיר די לשון בנ"א, ממ"נ איז דאס ביינונז אויך אזוי דער לשון בנ"א צו וואס ברויך דאס די משנה זאגען און אז נישט איז דאך נישט פיו ולבו שוין לנדור, ווייל די 'בני אדם' נוצען פילייכט נישט די משנה'ס 'לשון בנ"א'.

אין ברכת שמואל אנפאנג פרק המניח [און אין נאך א פלאץ] האט ער אן אריכות וועגן גדרי לשונות, לויט ווי איך געדענק האט ער דריי סארטן, איינע פון זיי איז באופן אז די חכמים האבן אוועגעשטעלט די אפטייטש פונעם לשון, עיי"ש ותמצא נחת.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שוטה האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:לערנענדיג די גמ' אין נדרים 'בנדרים הלך אחר לשון בני אדם' איז מיר עטליכע מאל קשה געווען אז מ'זעהט עטליכע משניות ווי די משנה זאגט מיר וואס דער 'לשון בני אדם' איז (למשל; הנודר מיושבי היבשה אסור ביורדי הים וכדו' ווייל בל' בנ"א איז משמע ביידע) וואס הייסט דאס אז די משנה זאגט מיר די לשון בנ"א, ממ"נ איז דאס ביינונז אויך אזוי דער לשון בנ"א צו וואס ברויך דאס די משנה זאגען און אז נישט איז דאך נישט פיו ולבו שוין לנדור, ווייל די 'בני אדם' נוצען פילייכט נישט די משנה'ס 'לשון בנ"א'.

אין ברכת שמואל אנפאנג פרק המניח [און אין נאך א פלאץ] האט ער אן אריכות וועגן גדרי לשונות, לויט ווי איך געדענק האט ער דריי סארטן, איינע פון זיי איז באופן אז די חכמים האבן אוועגעשטעלט די אפטייטש פונעם לשון, עיי"ש ותמצא נחת.


אויך מיר א שוטה... מיט אזעלכע שוטים ווער ברויך נאך חכמים?.....

זאג נאר חביבי, אפשר קענט איר מיר געבן פונקטליכע אנווייזונגען צום 'ברכת שמואל' אשר לא זכיתי למוצאו בעת חיפושי, איר רעדט פון 'ברכת שמואל' לרב"ב מקאמניץ, און המניח אין מס' ב"ק? דארט האב איך לע"ע נישט געפונען דעם ענין.
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”