כללי לימוד גמרא
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
כללי לימוד גמרא
אפשר וואלט כדאי געווען צו עפנען א אשכול אז דער ציבור זאל אויסשמיסן דא דער כללים פון לימוד הגמרא
וואס איז דער חילוק פון תוספתא און א ברייתא
וואס מיינט תנא און תוספתא אדער א ברייתא
וואס טיישט ותני 'עלה'
וואס איז דער חילוק פון איתיבי און ורמינהו
ועוד ועוד
ועוד חזון למועד וועל איך אפטייפן א שיעור דערויף.

עץ ארז האט געשריבן:אפשר וואלט כדאי געווען צו עפנען א אשכול אז דער ציבור זאל אויסשמיסן דא דער כללים פון לימוד הגמרא
וואס איז דער חילוק פון תוספתא און א ברייתא
וואס מיינט תנא און תוספתא אדער א ברייתא
וואס טיישט ותני 'עלה'
וואס איז דער חילוק פון איתיבי און ורמינהו
ועוד ועוד
ועוד חזון למועד וועל איך אפטייפן א שיעור דערויף.
ישר כחכם. מיר קענן קוים ווארטן. שוין אדארעך אזויפיל יאר פון ישיבה און עס קען זייער צוניצקומען אביסל איבערפרישונג. היינט צו טאג קען מען זיך נישט רירן אנע מתיבתא גמרא, די פראבלעם איז אבער, אז עס בלייבט נישט איינגעקריצט, ווייל מ׳פלאגט זיך נישט עס צו פארשטיין. אז מ׳לערנט אליין לויט די כללי הגמרא גייט עס אנדערש אריין אין מח.
-
- שר מאה
- תגובות: 223
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 21, 2015 9:16 pm
-דער חילוק פון א 'תוספתא' און א 'ברייתא'-
'תוספתא' האט רבי חייא דער תלמיד פון רבי המסדר המשנה געשריבן אלץ א תוספת מבאר צו זיין דער משניות פון זיין רבי רינו הקדוש, וואס איז געשריבן געווארן זייער בקיצור, מעט הכמות ורב האיכות, און רבי שמואל הנגיד רופט עס אן - תוספתא - שיור המשנה . און תוספתא וועט נישט זיין קיין פרישע דינים, וואס שטייט נישט און דער משנה, משא''כ און ברייתות.
און ברייתות זענען פון לשון 'ברא' חוץ דאס מיינט אז דאס איז געלערנט געווארן חוץ ממדרשו של רבי, עס זענען דא וואס רבי חייא און רבי אושעיא האבן מחבר געווען, און דערנאך איז דא ברייתות וואס אנדרע חכמים האבן געמאכט וואס זיי האבן מקבל געווען פון זייערע רבי''ס און וואס זיי האבן מחדש געווען ''אבל כל ברייתא שלא נשנה אצל רבי חייא ורבי אושעיא, אין מקשים ולא מתרצים ממנו, דשמא משבשתא'' [חולין קמא:]
און רוב ברייתות זענען מרומז און דער משנה ''דאם רבי לא שנאה במשנה, רבי חייא מנין לו'', דערפאר טרעפן מיר אלץ 'מתני נמי דיקא' און 'תנינא להא דת''ר' אז דער ברייתא איז להלכה ווייל עס שטייט אזוי און דער משנה.

-דער חילוקים פון ''תנא - תני - תניא - תנו רבנן - איתמר''.-
''תנא - תני''. מיינט א תוספתא. און ווען עס שטייט תני און דערנאך א נאמען פון אן א אמורא, מיינט אז דער ברייתא איז געווען מקובל ביי אים, און נאר ווען עס שטייט תני סתם, אבער ווען עס שטייט תני חדא מיינט דאס א ברייתא]
''תניא - ת''ר''. מיינט א ברייתא, נאר א ברייתא וואס איז געווען ידוע בפי כל שטייט תנו רבנן, משא''כ א ברייתא וואס א יחיד האט דאס איבערגעגבן הייסט תניא.
''איתמר''. וועט נאר שטיין ווען דאס איז א מימרא פון אמוראים.

-דער חילוק פון ''מיתיבי - איתיבה - מתיב ר'- מתקיף - פריך -ורמינהו''.-
מיתיבי - זיי האבן געפרעגט, לשון רבים.
איתיביה - ער האט געפרעגט, לשון יחיד. און ע''פ רוב איז דאס געפרעגט געווארן פנים אל פנים.
מתיב ר' - דער אמורא האט געפרעגט.
און ביי אלע דריי וועט דער קשיא זיין אויף א 'אמורא', אז עס איז דא א ברייתא אדער א גאר א משנה פארקערט ווי דיר.
''מתקיף - פריך'' . א קושיא אויף אן אמורא פון א 'סברא', נישט פון א ברייתא אדער משנה.
''רמינהו'' איז מלשון ''ירה בים'' כשמשליך שני הלכות מקיומת זו אצל זו נראה הסתירה באין אומר ובאין דברים, דער סתירה שרייט ארויס דורך דער זיי צוזאמלייגן. אבער אויף אן אמורא וועט [עפי''ר] נישט שטיין ורמינו אפילו ווען זיינע ווערטער זענען א סתירה צו דער ברייתא, ווייל אויף אמורא איז דער ברייתא א 'קשיא' דערפאר שטייט מיתיבי, און נישט ווי אויף א ברייתא וואס דעלמסט איז דאס א סתירה.
המשך יבוא אי''ה

- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8004
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
יישר כח עץ ארז
כ'מיין אז דער כלל איז נישט אויסגעהאלטן, ווייל למעשה איז דא פילע דינים אין תוספתא וואס שטייט נישט אין משניות, און צומאל פסק'נט מען אפילו די הוספות פון תוספתא.
עץ ארז האט געשריבן:-דער חילוק פון א 'תוספתא' און א 'ברייתא'-
'תוספתא' האט רבי חייא דער תלמיד פון רבי המסדר המשנה געשריבן אלץ א תוספת מבאר צו זיין דער משניות פון זיין רבי רינו הקדוש, וואס איז געשריבן געווארן זייער בקיצור, מעט הכמות ורב האיכות, און רבי שמואל הנגיד רופט עס אן - תוספתא - שיור המשנה . און תוספתא וועט נישט זיין קיין פרישע דינים, וואס שטייט נישט און דער משנה, משא''כ און ברייתות.
כ'מיין אז דער כלל איז נישט אויסגעהאלטן, ווייל למעשה איז דא פילע דינים אין תוספתא וואס שטייט נישט אין משניות, און צומאל פסק'נט מען אפילו די הוספות פון תוספתא.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

כבוד הרב נא- שכל:
אוודאי איז דא חידושים און תוספתא, דער משנה וועט זאגן כדי מזיגה' וועט די תוספתא 'מפרש' זיין כדי מזיגת כוס 'יפה'. ווייל וויאזוי מען איז 'מפרש' דער משנה, וועט ארויסקומען א נפק''מ לדינא.
אבער עס איז נישט דא נייע פרישע דינים. לדוגמא [געלערנט דעי וואך] און מסכת שבת זאגט דער משנה חבית שנשברה וכו' ובלבד שלא יספוג. איז פשטות קוקט עס אויס אלץ חשש סחיטה, זאגט די גמרא: תנא ובלבד שלא יספוג ולא יטפח בשמן שלא יעשה כדרך שעושה בחול. זאגט תוספת: ''אז דער טעם פון עובדא דחול גייט אויך אויף די רישא פון די תוספתא 'ובלבד שלא יספוג', אז אפילו ווען עס איז נישט דא קיין חשש סחיטה, למשל עס איז דא א בית אחיזה, דאך איז אסור אלץ עובדא דחול.
דער כלל שטיייט אין 'קיצור כללי התלמוד' [ד''ה כתב בפי' המשניות] געדרוקט סוף מסכת ברכות ארום מבוא התלמוד פון רבי שמואל הנגיד] ''הברייתות אינם פירוש המשנה כמו התוספתא רק דינים שחדשו תנאים ההם''.
אזוי שטייט און של''ה תושבע''פ כלל ד אות א, יבין שמועה ש''א פ''א כלל ב' [אפשר קען זיין אז איר זענט גערכעט אז עס איז יא דא 'נייע דינים' נאר זיי רעדן פון בדרך 'כלל']

- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 345
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2016 5:40 am
- ישראל אברהם
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 409
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 5:31 am
כללי הש''ס
זייער א חשוב'ער ספר איז 'מר קשישא'
פון בעל שו"ת חות יאיר
געדרוקט פון כת"י תשנ''ג
א קליינע דוגמא פון דארט:
ותסברא. כמו וכי סובר אתה ומבין הדבר, שהרי קשה עליו.
פון בעל שו"ת חות יאיר
געדרוקט פון כת"י תשנ''ג
א קליינע דוגמא פון דארט:
ותסברא. כמו וכי סובר אתה ומבין הדבר, שהרי קשה עליו.
- ישראל אברהם
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 409
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 5:31 am
תרי תנאי
תרי תנאי אליבא דרבי מאיר
שניהם אמרו אמת אלא שרבם חזר בו, ואחד שמע החזרה ואחד לא שמע (הליכות עולם ש"ב אות לה).
וביד מלאכי (תרסג) כתב:
דזימנין דתלמידא לא הוה שמיע לשמעתתא מרביה להדיא אלא ממאי דחזא דדן רביה בעובדא אחרינא דאתא קמיה, והמציא מכלל דבריו אותה ההלכה ואמרה משמיה,
כמו דאמרינן בכל דוכתא לאו בפירוש איתמר אלא מכללא איתמר.
שניהם אמרו אמת אלא שרבם חזר בו, ואחד שמע החזרה ואחד לא שמע (הליכות עולם ש"ב אות לה).
וביד מלאכי (תרסג) כתב:
דזימנין דתלמידא לא הוה שמיע לשמעתתא מרביה להדיא אלא ממאי דחזא דדן רביה בעובדא אחרינא דאתא קמיה, והמציא מכלל דבריו אותה ההלכה ואמרה משמיה,
כמו דאמרינן בכל דוכתא לאו בפירוש איתמר אלא מכללא איתמר.
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 345
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2016 5:40 am
ממעתיקי השמועה האט געשריבן:זע איך יעצט אז "יד מלאכי" פון די ערשטע און חשוב'סטע אויף דעהם ענין איז דערווייל נישט דערמאנט געווארן.
גראדע אין ספר נחלי מים ברענגט ער אראפ ביי יעדע כלל וואס דער יד מלאכי האלט, בנוסף פון אנדערע ספרים וואס זיי קריגן אין געוויסע כללים.
צום ביישפיל: איינער לייגט אראפ א כלל. קומט דער צווייטער און ברענגט א גמרא וואס דארט זעהט מען אז די כלל איז נישט ריכטיג. א.א.וו.
יעצט קומט דער נחלי מים און פראבירט עס אויסצוגראדן עס זאל יא שטומען.
במילא -לפי דעתי- איז די ספר, בכלל מאתיים מנה
- ישראל אברהם
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 409
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 5:31 am
ס' נחלי מים
א שאד אז ער האט נישט געמאכט א מפתח אויף לשונות הגמרא, וואס ווערען דערמאנט אין ספר.
(איך מיין נישט מגנה זיין דעם ספר, עס איז זייער א חשובער ספר).
(איך מיין נישט מגנה זיין דעם ספר, עס איז זייער א חשובער ספר).
- ישראל אברהם
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 409
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 5:31 am
מסתברא
אמר רב נחמן בר יצחק מסתברא כו'.
מנהגו של ר"נ בר יצחק לומר מסתברא, כמש"כ תוס' ריש כתובות דכל אמורא תופס לשונו שלו (טוב להודות ח"ג סי' כב, להגרי"ח סופר שליט"א).