קען מען שערן די נעגל ר״ח שחל ער״ש?

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

יד ושם
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 15, 2018 3:57 pm

תגובהדורך יד ושם » דינסטאג יולי 17, 2018 9:49 pm

וימאןX3 האט געשריבן:איינער זאגט מיר אז קאשוי רב ז״ל האט געפאסקנט לכתחילה מעג מען שערן די נעגל ערב שבת שחל ראש חודש, אויב מען שערט עס אפ יעדע וואך, וויסט איינער מער איבער דעם?

איך האב אמאל געהערט אז קאשוי רב פלעגט זיך אסאך פירן ווי די מנחת אלעזר ועי' תגובה דלעיל.

לייבעלע הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

תגובהדורך לייבעלע הירש » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 9:43 am

ארויף
טעות לעולם חוזר

אוצרות ליסקא
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 11, 2015 10:49 am

תגובהדורך אוצרות ליסקא » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 10:48 pm

מקובלני מפי אבותי ורבותי אז און ליסקא האט מען מיקל געוועהן צו שניידען דער נעגל ראש חודש כשחל להיות בערב שב"ק.

אונטרעסאנט צו פארציילן (כמדומה לי לא נדפס עדיין בשום מקום), וואס כ'האב שפעטער הנאה געהאט צו הערן, מה ששמעתי בעצמי מהרב בנש"ק רבי ישעי' גראס ז"ל האדמו"ר מ'קערעסטיער וומסב"ג, אז ער איז געוועהן מיט סאטמאר רב זצ"ל אויפן שיף ביי איינע פון זיינע נסיעות קיין ארץ ישראל, ס'איז אויסגעקומען א ר"ח שחל להיות בעש"ק. און סאטמאר רב איז אריין און בית הכבוד זיך גרייטן אויף שבת, ווען ער איז ארויסגעקומען, האט דו רעבעצען באמערקט וויי זיינע נעגליך זענען געשניטען געווארען, האט דו רעבצין געפרעגט הלמאי, ס'איז דאך ראש חודש היינט.

דער סאטמאר רב זצ"ל האט זיך געגעבן א פארטראכט, און געט זיך גלייך א רוף אן, וז"ל: א פלא והפלא, ביים ליסקא רב (מיינענדיג דעם אך פרי תבואה) האט זיך אויך אסאך מאל געמאכט אז ער האט זיך פארגעסען, און ער האט געשניטען דער נעגל ווען ר"ח איז אויסגעפאלען ערב שבת, ע"כ מה ששמעתי.

לב בשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » פרייטאג נובעמבער 29, 2019 1:51 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:די לקיטי מהרי"ח האט א שמיעס פון דעם, ווי ער ברענגט אז רביתנו מסיגוט הקילו, אבער אלע דיינים היינט זענען מחמיר.

כ׳ווייס נישט ווי די ליקוטי מהרי״ח איז. דא במקומו ברענגט ער נישט דעת רבותינו מסיגוט בזה. אדרבה, ער ברענגט מחלוקת בדבר, און פירט אויס לחומרא.
לעצט פאראכטן דורך לב בשר אום פרייטאג נובעמבער 29, 2019 2:01 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

ידעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

תגובהדורך ידעתי » פרייטאג נובעמבער 29, 2019 2:19 pm

לב בשר האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:די לקיטי מהרי"ח האט א שמיעס פון דעם, ווי ער ברענגט אז רביתנו מסיגוט הקילו, אבער אלע דיינים היינט זענען מחמיר.

כ׳ווייס נישט ווי די ליקוטי מהרי״ח איז. דא במקומו ברענגט ער נישט דעת רבותינו מסיגוט בזה. אדרבה, ער ברענגט מחלוקת בדבר,
און פירט אויס לחומרא.


אלס קינד האב איך אמאל גערופן התאחדות בית הוראה, ווייסעכנישט ווער דער מורה הוראה איז גיווען אבער מיר געזאגט אז משנייד יעדע וואך מעג מען ראש חודש אויך.

קדושת לוי
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 2:14 pm

תגובהדורך קדושת לוי » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 11:04 am

אוצרות ליסקא האט געשריבן:מקובלני מפי אבותי ורבותי אז און ליסקא האט מען מיקל געוועהן צו שניידען דער נעגל ראש חודש כשחל להיות בערב שב"ק.

אונטרעסאנט צו פארציילן (כמדומה לי לא נדפס עדיין בשום מקום), וואס כ'האב שפעטער הנאה געהאט צו הערן, מה ששמעתי בעצמי מהרב בנש"ק רבי ישעי' גראס ז"ל האדמו"ר מ'קערעסטיער וומסב"ג, אז ער איז געוועהן מיט סאטמאר רב זצ"ל אויפן שיף ביי איינע פון זיינע נסיעות קיין ארץ ישראל, ס'איז אויסגעקומען א ר"ח שחל להיות בעש"ק. און סאטמאר רב איז אריין און בית הכבוד זיך גרייטן אויף שבת, ווען ער איז ארויסגעקומען, האט דו רעבעצען באמערקט וויי זיינע נעגליך זענען געשניטען געווארען, האט דו רעבצין געפרעגט הלמאי, ס'איז דאך ראש חודש היינט.

דער סאטמאר רב זצ"ל האט זיך געגעבן א פארטראכט, און געט זיך גלייך א רוף אן, וז"ל: א פלא והפלא, ביים ליסקא רב (מיינענדיג דעם אך פרי תבואה) האט זיך אויך אסאך מאל געמאכט אז ער האט זיך פארגעסען, און ער האט געשניטען דער נעגל ווען ר"ח איז אויסגעפאלען ערב שבת, ע"כ מה ששמעתי.

ראיתי העובדא נדפס בשלחן מלכים ממהר"א אבל אינו תח"י

קדושת לוי
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 2:14 pm

תגובהדורך קדושת לוי » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 11:07 am

גם הגה"צ מקאפיש ז"ל הקיל כמדומה שראיתי כן בנשמת שבת


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט