קען מען שערן די נעגל ר״ח שחל ער״ש?

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

יד ושם
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 15, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יד ושם »

וימאןX3 האט געשריבן:איינער זאגט מיר אז קאשוי רב ז״ל האט געפאסקנט לכתחילה מעג מען שערן די נעגל ערב שבת שחל ראש חודש, אויב מען שערט עס אפ יעדע וואך, וויסט איינער מער איבער דעם?

איך האב אמאל געהערט אז קאשוי רב פלעגט זיך אסאך פירן ווי די מנחת אלעזר ועי' תגובה דלעיל.
לייבעלע הירש
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבעלע הירש »

ארויף
אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

מקובלני מפי אבותי ורבותי אז און ליסקא האט מען מיקל געוועהן צו שניידען דער נעגל ראש חודש כשחל להיות בערב שב"ק.

אונטרעסאנט צו פארציילן (כמדומה לי לא נדפס עדיין בשום מקום), וואס כ'האב שפעטער הנאה געהאט צו הערן, מה ששמעתי בעצמי מהרב בנש"ק רבי ישעי' גראס ז"ל האדמו"ר מ'קערעסטיער וומסב"ג, אז ער איז געוועהן מיט סאטמאר רב זצ"ל אויפן שיף ביי איינע פון זיינע נסיעות קיין ארץ ישראל, ס'איז אויסגעקומען א ר"ח שחל להיות בעש"ק. און סאטמאר רב איז אריין און בית הכבוד זיך גרייטן אויף שבת, ווען ער איז ארויסגעקומען, האט דו רעבעצען באמערקט וויי זיינע נעגליך זענען געשניטען געווארען, האט דו רעבצין געפרעגט הלמאי, ס'איז דאך ראש חודש היינט.

דער סאטמאר רב זצ"ל האט זיך געגעבן א פארטראכט, און געט זיך גלייך א רוף אן, וז"ל: א פלא והפלא, ביים ליסקא רב (מיינענדיג דעם אך פרי תבואה) האט זיך אויך אסאך מאל געמאכט אז ער האט זיך פארגעסען, און ער האט געשניטען דער נעגל ווען ר"ח איז אויסגעפאלען ערב שבת, ע"כ מה ששמעתי.
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב בשר »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:די לקיטי מהרי"ח האט א שמיעס פון דעם, ווי ער ברענגט אז רביתנו מסיגוט הקילו, אבער אלע דיינים היינט זענען מחמיר.

כ׳ווייס נישט ווי די ליקוטי מהרי״ח איז. דא במקומו ברענגט ער נישט דעת רבותינו מסיגוט בזה. אדרבה, ער ברענגט מחלוקת בדבר, און פירט אויס לחומרא.
לעצט פארראכטן דורך לב בשר אום פרייטאג נאוועמבער 29, 2019 2:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ידעתי
שר חמש מאות
תגובות: 980
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידעתי »

לב בשר האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:די לקיטי מהרי"ח האט א שמיעס פון דעם, ווי ער ברענגט אז רביתנו מסיגוט הקילו, אבער אלע דיינים היינט זענען מחמיר.

כ׳ווייס נישט ווי די ליקוטי מהרי״ח איז. דא במקומו ברענגט ער נישט דעת רבותינו מסיגוט בזה. אדרבה, ער ברענגט מחלוקת בדבר,
און פירט אויס לחומרא.


אלס קינד האב איך אמאל גערופן התאחדות בית הוראה, ווייסעכנישט ווער דער מורה הוראה איז גיווען אבער מיר געזאגט אז משנייד יעדע וואך מעג מען ראש חודש אויך.
קדושת לוי
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדושת לוי »

אוצרות ליסקא האט געשריבן:מקובלני מפי אבותי ורבותי אז און ליסקא האט מען מיקל געוועהן צו שניידען דער נעגל ראש חודש כשחל להיות בערב שב"ק.

אונטרעסאנט צו פארציילן (כמדומה לי לא נדפס עדיין בשום מקום), וואס כ'האב שפעטער הנאה געהאט צו הערן, מה ששמעתי בעצמי מהרב בנש"ק רבי ישעי' גראס ז"ל האדמו"ר מ'קערעסטיער וומסב"ג, אז ער איז געוועהן מיט סאטמאר רב זצ"ל אויפן שיף ביי איינע פון זיינע נסיעות קיין ארץ ישראל, ס'איז אויסגעקומען א ר"ח שחל להיות בעש"ק. און סאטמאר רב איז אריין און בית הכבוד זיך גרייטן אויף שבת, ווען ער איז ארויסגעקומען, האט דו רעבעצען באמערקט וויי זיינע נעגליך זענען געשניטען געווארען, האט דו רעבצין געפרעגט הלמאי, ס'איז דאך ראש חודש היינט.

דער סאטמאר רב זצ"ל האט זיך געגעבן א פארטראכט, און געט זיך גלייך א רוף אן, וז"ל: א פלא והפלא, ביים ליסקא רב (מיינענדיג דעם אך פרי תבואה) האט זיך אויך אסאך מאל געמאכט אז ער האט זיך פארגעסען, און ער האט געשניטען דער נעגל ווען ר"ח איז אויסגעפאלען ערב שבת, ע"כ מה ששמעתי.

ראיתי העובדא נדפס בשלחן מלכים ממהר"א אבל אינו תח"י
קדושת לוי
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדושת לוי »

גם הגה"צ מקאפיש ז"ל הקיל כמדומה שראיתי כן בנשמת שבת
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

קדושת לוי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2019 11:07 am
גם הגה"צ מקאפיש ז"ל הקיל כמדומה שראיתי כן בנשמת שבת
און נשמת שבת שטייט אז קאפיש'ע רב שרייבט אין משנת יעקב אז ליל ראש חודש מעג מען
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
זילבער פיצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 30, 2021 1:48 am

Re: קען מען שערן די נעגל ר״ח שחל ער״ש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבער פיצער »

לאלתר לחיים האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 2:06 pm
הרה''ק משינאווא זי''ע האט פארציילט אויף רבו הרה''ק דער רבי ר' הערש פון רימנאב זי''ע אז א יעדע ר''ח שחל בערש''ק האט ער געשניטן זיין נעגל און דערנאך זיך געכאפט אז ס'איז היינט ר''ח, און האט צוגעלייגט אז אויב דער רבי ר' הערש האט געזאגט אז ער האט פארגעסן האט ער טאקע פארגעסן און זעהט אויס מן השמים האט מען אזוי צוגעפירט ער זאל שטענדיג פארגעסן לכבוד שבת קודש
ערב ראש חודש אדר א' תשפ"ד לפ"ק
יעצט נאכן יארצייט סעודה פון זקינו מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע, און פאלם ספרינגס קאלעפארניע, האט הרה"צ ר' דוד דוב דושנסקיא שליט"א - חדב"ן געפרעגט דעם רבין שליט"א (סאטמאר מהר"א) איבער שניידן די נעגל ערב ראש חודש און דער רבי האט פארציילט די סיפור פונעם שינאווא רב, און אויסגעפירט אז אויב משניידט יעדע וואך קען מען אויך שניידן די וואך..
אוועק מיט אלע אינספיראציע'ס,
לאז בלויז דיינע מעשים אינספירירן אנדערע.

די עיקר פארוואס מען דארף ארבעטן איז צו פארמאגן: געלט, סיפוק, און א אנגעפילטע טאג,
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”