קען מען שערן די נעגל ר״ח שחל ער״ש?

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

וימאןX3
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 5:04 pm

קען מען שערן די נעגל ר״ח שחל ער״ש?

תגובהדורך וימאןX3 » מיטוואך נובעמבער 11, 2015 9:22 pm

איינער זאגט מיר אז קאשוי רב ז״ל האט געפאסקנט לכתחילה מעג מען שערן די נעגל ערב שבת שחל ראש חודש, אויב מען שערט עס אפ יעדע וואך, וויסט איינער מער איבער דעם?



נ.ב. אויב איז שוין דא אן אשכול דערועגן ביטע אהינלייגן, איך האב עס נישט געקענט טרעפן. א דאנק

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מיטוואך נובעמבער 11, 2015 9:27 pm

דא רעדט מען דערפון, אן א מקור.
הק' איש ימיני

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6518
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך נובעמבער 11, 2015 9:31 pm

קוק וואס ער ברענגט דא בשם הקדושת יו"ט

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 44&hilite=
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

וימאןX3
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 5:04 pm

תגובהדורך וימאןX3 » מיטוואך נובעמבער 11, 2015 9:47 pm

מי יודע האט געשריבן:קוק וואס ער ברענגט דא בשם הקדושת יו"ט

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 44&hilite=


א גרויסן דאנק אייך..

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5126
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 8:41 am

די לקיטי מהרי"ח האט א שמיעס פון דעם, ווי ער ברענגט אז רביתנו מסיגוט הקילו, אבער אלע דיינים היינט זענען מחמיר.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10261
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 8:49 am

עס זענען דא דיינים וואס זענעם מחמיר אז לכתחילה זאל מען שניידן ביום שישי שחל בו ר"ח.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5126
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 8:58 am

דו האסט געפרעגט א דיין ווייל איך האב שוין געפרעגט א שיינע פאר דיינים און יעצט בשעתן טייפן האב איך אויך א דיין דא נעבן מיר וואס זאגט אז אלע דיינים היינט פסקענען לחומרא/לקולא נישט צו שניידן
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10261
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:39 am

מיר האבן געשריבן 'עס זענען דא' מיינט דאס מיר האבן גפרעגט נאר עטליכע דיינים וואס זענען נישט אלע.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

מזי רעב
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 23, 2015 1:48 pm

תגובהדורך מזי רעב » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 11:29 am

בעיני ראיתי רבינו הברך משה זצ"ל שניידען די נעגל ערב שבת-ראש חודש

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5126
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 11:32 am

דו ווייסט אז עס איז נישט געווען בטעות?
ווייל בעיני ראיתי ... רבי דאווענען צוויי מנחה'ס ראש חודש, איינס מיטן עולם און איינס מיט די בעל תפילה,
ממילא קען מען אייזעצן אז א מענטש קען פארגעסן אז היינט איז ראש חודש עס איז נישט פון די שש זכירות.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

מזי רעב
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 23, 2015 1:48 pm

תגובהדורך מזי רעב » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 11:47 am

מעשה שהיה כך היה, איך האב געווארט אין פארצימער ארייו צו גיין צום רבין, ר' שמואל הכהן זאגט מיר אז דער רבי שניידט יעצט די נעגל, אזוי שמועסענדיג קומט דער רבי ארויס פון צימער מיט די געשניטענע נעגל אין א פאפיר אין די הענט און גייט צום ביהכ"ס, רופט זיך אן ר' עזריאל גליק ע"ה "רבי ס'איז דאך ר"ח היינט" דער רבי איז געבליבען שטיין א מינוט שטיל און רופט זיך אן "נא, אז מ'שניידט יעדע וואך מעג מען דאך ר"ח אויך" האט זיך אנגערופען ר' שמואל הכהן פר"מ צום רבי'ן אזוי? דארף מען דאך דאס אפשרייבען! דער רבי האט אים גארנישט געענטפערט נאר ווייטער געגאנגען צום ביהכ"ס און אריינגעווארפען.

אוועטאר
קושר כתרים
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 13, 2014 3:59 pm

תגובהדורך קושר כתרים » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 11:57 am

מזי רעב האט געשריבן:מעשה שהיה כך היה, איך האב געווארט אין פארצימער ארייו צו גיין צום רבין, ר' שמואל הכהן זאגט מיר אז דער רבי שניידט יעצט די נעגל, אזוי שמועסענדיג קומט דער רבי ארויס פון צימער מיט די געשניטענע נעגל אין א פאפיר אין די הענט און גייט צום ביהכ"ס, רופט זיך אן ר' עזריאל גליק ע"ה "רבי ס'איז דאך ר"ח היינט" דער רבי איז געבליבען שטיין א מינוט שטיל און רופט זיך אן "נא, אז מ'שניידט יעדע וואך מעג מען דאך ר"ח אויך" האט זיך אנגערופען ר' שמואל הכהן פר"מ צום רבי'ן אזוי? דארף מען דאך דאס אפשרייבען! דער רבי האט אים גארנישט געענטפערט נאר ווייטער געגאנגען צום ביהכ"ס און אריינגעווארפען.


מסגנון הסיפור משמע שהברך משה ז"ל אמר פסק ההלכה להתיר קציצת הצפרנים, מיד אחר הקציצה [בדרכו להשליכם לביהכ"ס] "קודם שנטל ידיו".
כך כתב בשו"ת מהרש"ם חלק ד' סימן קמח, שבאמצע נטילת הצפרנים מותר לענות אמן, וכתב: שמעתי מהג"מ אבד"ק זלאטשוב בעל שו"ת מהר"י אשכנזי ז"ל, שראה בעיניו מבעל השיב משה [מרן הישמח משה] שהיה נושא ונותן בדברי תורה בעודו נוטל צפרניו ואף שהיה רק שומע מפיו שצוה לו לומר השיטה לפניו בשעת נטילת צפרנים הרי שומע כעונה.
ראוי שיהיו ישראל מוכתרים בשלשה כתרים, חכמים, ונבונים, וידועים (שו"ת חת"ס ח"ז סי' טז)

yiddishclassifieds
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2013 6:42 am

תגובהדורך yiddishclassifieds » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 4:03 pm

קאשוי רב זצ"ל פלעגט שניידן פרייטאג ראש חודש

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4263
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » מאנטאג נובעמבער 16, 2015 11:19 pm

מזי רעב האט געשריבן:מעשה שהיה כך היה, איך האב געווארט אין פארצימער ארייו צו גיין צום רבין, ר' שמואל הכהן זאגט מיר אז דער רבי שניידט יעצט די נעגל, אזוי שמועסענדיג קומט דער רבי ארויס פון צימער מיט די געשניטענע נעגל אין א פאפיר אין די הענט און גייט צום ביהכ"ס, רופט זיך אן ר' עזריאל גליק ע"ה "רבי ס'איז דאך ר"ח היינט" דער רבי איז געבליבען שטיין א מינוט שטיל און רופט זיך אן "נא, אז מ'שניידט יעדע וואך מעג מען דאך ר"ח אויך" האט זיך אנגערופען ר' שמואל הכהן פר"מ צום רבי'ן אזוי? דארף מען דאך דאס אפשרייבען! דער רבי האט אים גארנישט געענטפערט נאר ווייטער געגאנגען צום ביהכ"ס און אריינגעווארפען.

ווי דו פארציילסט קוקט אויס, אז די משמשים האבן זיך געוואונדערט, קוקט אויס אז יעדעס מאל האט ער נישט געשניטן דעמאלס.

ועוד, דו שרייבסט "דער רבי איז געבליבן שטיין א מינוט", וואס מיינט דאס? לכאורה קוקט אויס ווי ער האט זיך געכאפט אויף א טעות, און דערנאך פארענטפערט אז מ'קעם מקיל זיין לאחר המעשה.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4263
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » מאנטאג נובעמבער 16, 2015 11:23 pm

טייבעלע האט געשריבן:עס זענען דא דיינים וואס זענעם מחמיר אז לכתחילה זאל מען שניידן ביום שישי שחל בו ר"ח.

מחמיר? מקיל?
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מאנטאג נובעמבער 16, 2015 11:39 pm


לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » דינסטאג נובעמבער 17, 2015 2:06 pm

הרה''ק משינאווא זי''ע האט פארציילט אויף רבו הרה''ק דער רבי ר' הערש פון רימנאב זי''ע אז א יעדע ר''ח שחל בערש''ק האט ער געשניטן זיין נעגל און דערנאך זיך געכאפט אז ס'איז היינט ר''ח, און האט צוגעלייגט אז אויב דער רבי ר' הערש האט געזאגט אז ער האט פארגעסן האט ער טאקע פארגעסן און זעהט אויס מן השמים האט מען אזוי צוגעפירט ער זאל שטענדיג פארגעסן לכבוד שבת קודש

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10261
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » דינסטאג נובעמבער 17, 2015 3:20 pm

לוי יצחק האט געשריבן:
טייבעלע האט געשריבן:עס זענען דא דיינים וואס זענעם מחמיר אז לכתחילה זאל מען שניידן ביום שישי שחל בו ר"ח.

מחמיר? מקיל?

האסטו אפשר א ספק אין וואס מיר האבן געשריבן?

האסט דאך דאס נישט נאר געליינט נאר אויך גוט צוטירט.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

מה יקר
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 15, 2015 1:06 pm

תגובהדורך מה יקר » דינסטאג נובעמבער 17, 2015 4:36 pm

די שאלה איז אויך אויב עס געפאלט ר"ח יום ה' און ו', צו עס איז דא אן ענין צו שערן די נעגל מיטוואך, וויבאלד מען קען נישט פרייטאג, אדער אז מען קען נישט פרייטאג איז מען פטור

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5126
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג יולי 12, 2018 5:53 pm

ארויף לכבוד ר"ח
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דאנארשטאג יולי 12, 2018 8:02 pm

למעשה איז בכלל נישט קיין דבר פשוט זיך ארומצושפילן מיט א צוואה פון ר' יהודה החסיד, חמירא סכנתא מאיסורא. שמעתי או ראיתי (מהר"י בר ח"י או מקום אחר) אז דער רב ז"ל מסאטמאר פלעגט קיינמאל נישט שניידן די נעגל ערב שבת ראש חודש, הגם "חול המועד ערב שבת האט ער יא מיקל געווען" (קיינער זאל עס דא נישט נאכמאכן), היות דאס נישט שניידן ערב ראש חודש שטייט אין צוואות ר' יהודה החסיד, וחמירא סכנתא מאיסורא.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » דאנארשטאג יולי 12, 2018 8:30 pm

רב סידיראם, וואס פלעגט דער רב ז"ל מסאטמאר טון ערב שבת חזון?
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דאנארשטאג יולי 12, 2018 8:38 pm

איך ווייס נישט. אבער ברענג מיר בכלל ווי עס שטייט אז מען טאר נישט שניידן די נעגל ערב שבת חזון.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4732
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג יולי 12, 2018 9:37 pm

סידיראם האט געשריבן:איך ווייס נישט. אבער ברענג מיר בכלל ווי עס שטייט אז מען טאר נישט שניידן די נעגל ערב שבת חזון.

אין שו''ע איז א מחלוקת איבער דעם.

י''א אז ס'אסור אלע דריי וואכן, די ט''ז איז מקיל אז נאר שבוע שחל בו תשעה באב (וואס מיר רופן ניין טעג) איז אסור, וכן נקטינן.

למעשה נוהגים להקל בערש''ק למי שמקפיד על כך בכל ערב שבת, וויבאלד ס'דא וואס זענען מתיר אויך אין די ניין טעג.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

יד ושם
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 15, 2018 3:57 pm

תגובהדורך יד ושם » דאנארשטאג יולי 12, 2018 10:14 pm

Capture256.JPG
Capture256.JPG (47 KiB) געזעהן 1265 מאל
Capture257.JPG
Capture257.JPG (15.86 KiB) געזעהן 1261 מאל
Capture258.JPG
Capture258.JPG (38.78 KiB) געזעהן 1261 מאל
לעצט פאראכטן דורך יד ושם אום דאנארשטאג יולי 12, 2018 10:19 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט