ווי הויעך איז געווען די מגדל בבל

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

כרם
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

ווי הויעך איז געווען די מגדל בבל

תגובהדורך כרם » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 10:53 pm

אין פרקי דר' אליעזר שטייט אז די טורעם ארגינעל (פארן איינזינקען/פארברענט געווארן) איז געוועהן זיבעציג מיל, ווי הויך איז עס אין אונזערע מעשזערמענטס?

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:12 am

כרם האט געשריבן:אין פרקי דר' אליעזר שטייט אז די טורעם ארגינעל (פארן איינזינקען/פארברענט געווארן) איז געוועהן זיבעציג מיל, ווי הויך איז עס אין אונזערע מעשזערמענטס?

א 'מיל' איז אביסל גרעסער פון א 'מייל'(!).

אגב, דער העכסטער וואלקנקראצער אויפן וועלט אין דובאי איז אריגענעל געווען געפלאנט אז עס זאל זיין הויך א מייל, אבער די ארכיטעקטן האבן נישט געוויסט ווי אזוי עס צו בויען אז עס זאל זיין געניג שטארק קעגן די ווינט...
הק' איש ימיני

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1265
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » פרייטאג אוקטובער 16, 2015 6:32 am

בדרך הטבע מיז זיין אז עס איז אדער א גוזמא אדער איז א מיל א קלענערן מהלך
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3217
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » פרייטאג אוקטובער 16, 2015 7:14 am

לאו דוקא. ווייל די זיינען געווען אזוי אויסען צו גרייכען הויך, און מיט רצון וואס זיי האבען געהאט וואלסטו טאקע געקענט בויען אזוי הויך. און לפי החשבון זיינען זי אויך געווען נאטורליכע אינדזשענירן, ווייל צו גרייכן די הייך צו וואס זיי זיינען יא אנגעקומען האט מען אויך געמוזט זיין פעאיג פאר דעם
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » פרייטאג אוקטובער 16, 2015 7:25 am

צו געזונט האט געשריבן:לאו דוקא. ווייל די זיינען געווען אזוי אויסען צו גרייכען הויך, און מיט רצון וואס זיי האבען געהאט וואלסטו טאקע געקענט בויען אזוי הויך. און לפי החשבון זיינען זי אויך געווען נאטורליכע אינדזשענירן, ווייל צו גרייכן די הייך צו וואס זיי זיינען יא אנגעקומען האט מען אויך געמוזט זיין פעאיג פאר דעם

וכן נראה, געוויסע היסטארישע געביידעס וואס מען טרעפט היינט ברענגט די פארשער צו שטוינען איבער די פעאיגקייטן און וויסנשאפט פון די אמאליגע בויערס, ווי זיי האבן באוויזן זאכן וואס מ'קען נאר אויספירן היינט מיט פארגעשריטענע מאשינערי, און זיי האבן זיך אן עצה געגעבן אן די אלע טעכנעלאגיע, און געוויסע זאכן ווייסט מען נישט עד היום גענוי ווי אזוי זיי האבן עס אמאל באוויזן.
הק' איש ימיני

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

תגובהדורך מיין שטעלונג » פרייטאג אוקטובער 16, 2015 9:38 am

די פראבלעם פארוואס מען קען נישט בויען היינט טורעמעס אזוי הויעך איז צוליב דעם וואס עס איז צו שמאל, און די ווינט וועט עס אומווארפן.

איך שטעל זיך פאר, אז דער מגדל דארט איז געועון גענוג ברייט אז עס זאל האבן גענוג א פעסטע בעיס אז די ווינט זאל עס נישט קענען אומווארפן.

(די גמרא זאגט אז שפעטער איז עס עפעס איינגעפאלן, און אפילו אזוי האט געדויערט דריי טאג דורכצוגיין דעם גאנצן 'שאטן'.)

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5126
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » פרייטאג אוקטובער 16, 2015 10:03 am

גערעכטער האט געשריבן:
כרם האט געשריבן:אין פרקי דר' אליעזר שטייט אז די טורעם ארגינעל (פארן איינזינקען/פארברענט געווארן) איז געוועהן זיבעציג מיל, ווי הויך איז עס אין אונזערע מעשזערמענטס?

א 'מיל' איז אביסל גרעסער פון א 'מייל'(!).

אגב, דער העכסטער וואלקנקראצער אויפן וועלט אין דובאי איז אריגענעל געווען געפלאנט אז עס זאל זיין הויך א מייל, אבער די ארכיטעקטן האבן נישט געוויסט ווי אזוי עס צו בויען אז עס זאל זיין געניג שטארק קעגן די ווינט...

רוב מפרשים האבן אנגענומען אז א מיל מיינט א תחום שבת, 2,000 אמות, וואס קומט אויס לויט הגר"ח נאה 960 מטר, [ארום 3.200 פיס] , לויט חזון איש 1152 [ארום 3.800 פיס, לויט די רמב"ם 912 [ארום 3.000 פיס], וואס איז היבש קלענער פון א מייל וואס איז 5,280 פיס, וואס איז בערך 1609 מטר. [א מטר איז בערך 39.3 אינטש]
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5126
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » פרייטאג אוקטובער 16, 2015 10:20 am

כרם האט געשריבן:אין פרקי דר' אליעזר שטייט אז די טורעם ארגינעל (פארן איינזינקען/פארברענט געווארן) איז געוועהן זיבעציג מיל, ווי הויך איז עס אין אונזערע מעשזערמענטס?

לויט הגר"ח נאה איז עס געווען 67.200 מטר, לויט די חזון איש איז עס געווען 80.640 מטר און לויט די כתבי הרמב"ם איז עס געווען 63.840 מטר [לויט די אנגענומנע שיטה אז א מיל מיינט א תחום שבת]
לגבי פיס לויט הגר"ח נאה. 220.483 פיס בערך, לויט די חזון איש איז עס 264.579.
לעצט פאראכטן דורך סאדאם חוסעין אום פרייטאג אוקטובער 16, 2015 10:36 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1265
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » פרייטאג אוקטובער 16, 2015 10:23 am

א ערעפלאן פליט די העכסטע ביי בערך זיבן מייל
36000 feet

צו זאגן אז זיי האבן געבויט צעהן מאל העכער פון דאס איז מיר שווער צו גלייבן

אויב א מיל איז א מייל
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

תגובהדורך זושאלע » פרייטאג אוקטובער 16, 2015 10:27 am

עירמאנט'ער האט געשריבן:א ערעפלאן פליט די העכסטע ביי בערך זיבן מייל
36000 feet

צו זאגן אז זיי האבן געבויט צעהן מאל העכער פון דאס איז מיר שווער צו גלייבן

אויב א מיל איז א מייל

80.640 מעטער איז נאר 264 פיס.
שכל קומט מיט די יארן...

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5126
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » פרייטאג אוקטובער 16, 2015 10:38 am

כרם האט געשריבן:אין פרקי דר' אליעזר שטייט אז די טורעם ארגינעל (פארן איינזינקען/פארברענט געווארן) איז געוועהן זיבעציג מיל, ווי הויך איז עס אין אונזערע מעשזערמענטס?

לויט הגר"ח נאה איז עס געווען 67.200 מטר, לויט די חזון איש איז עס געווען 80.640 מטר און לויט די כתבי הרמב"ם איז עס געווען 63.840 מטר [לויט די אנגענומנע שיטה אז א מיל מיינט א תחום שבת]
לגבי פיס לויט הגר"ח נאה. 220.483 פיס בערך, לויט די חזון איש איז עס 264.579.
די העכסטע געביידע היינט איז אין דובאי וואס יאז 828 מטר
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

קאווע באנדל
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm

תגובהדורך קאווע באנדל » פרייטאג אוקטובער 16, 2015 10:39 am

בילדער פונעם מגדל
צוגעלייגטע
inעdex.jpg
inעdex.jpg (8.22 KiB) געזעהן 2632 מאל
indקגex.jpg
indקגex.jpg (9.9 KiB) געזעהן 2632 מאל
I'm sorry for writing in English. I don't have a Yiddish keyboard right now

אוועטאר
ישמחו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 12:38 pm

תגובהדורך ישמחו » פרייטאג אוקטובער 16, 2015 10:40 am

עירמאנט'ער האט געשריבן:א ערעפלאן פליט די העכסטע ביי בערך זיבן מייל
36000 feet

צו זאגן אז זיי האבן געבויט צעהן מאל העכער פון דאס איז מיר שווער צו גלייבן

אויב א מיל איז א מייל

אויף דברי חז"ל איז שווער צו זאגן "ס'איז מיר שווער צו גלייבן".
מ'רעדט דאך דא פון א דור וואס האט געלעבט ניין הונדערט יאר און אפ, געווען ריזיג גרויס, וואס איז בכלל נישט אין אונזער השגה.
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!

קאווע באנדל
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm

תגובהדורך קאווע באנדל » פרייטאג אוקטובער 16, 2015 10:44 am

א ווערטל שאדט נישט...
צוגעלייגטע
noah_comix.gif
I'm sorry for writing in English. I don't have a Yiddish keyboard right now

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5126
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » פרייטאג אוקטובער 16, 2015 10:51 am

זושאלע האט געשריבן:
עירמאנט'ער האט געשריבן:א ערעפלאן פליט די העכסטע ביי בערך זיבן מייל
36000 feet

צו זאגן אז זיי האבן געבויט צעהן מאל העכער פון דאס איז מיר שווער צו גלייבן

אויב א מיל איז א מייל

80.640 מעטער איז נאר 264 פיס.

איך ווייס נישט וואס דו מיינסט מיט דעי תגובה אז מען זאל לאכן אדער וויינען, איין מטר איז בערך 39 אינטש, א פיס איז 12 אינטש סא א מטר איז איבער 3 פיס, ווי אזוי קען זיין אז 80 טויזענט מטר איז גאר 250 פיס
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2593
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » פרייטאג אוקטובער 16, 2015 10:52 am

קאווע באנדל האט געשריבן:א ווערטל שאדט נישט...

גוט...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

כרם
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

תגובהדורך כרם » פרייטאג אוקטובער 16, 2015 12:47 pm

ישמחו האט געשריבן:
עירמאנט'ער האט געשריבן:א ערעפלאן פליט די העכסטע ביי בערך זיבן מייל
36000 feet

צו זאגן אז זיי האבן געבויט צעהן מאל העכער פון דאס איז מיר שווער צו גלייבן

אויב א מיל איז א מייל

אויף דברי חז"ל איז שווער צו זאגן "ס'איז מיר שווער צו גלייבן".
מ'רעדט דאך דא פון א דור וואס האט געלעבט ניין הונדערט יאר און אפ, געווען ריזיג גרויס, וואס איז בכלל נישט אין אונזער השגה.


זיי האבן געהאט עפעס ניסים ביים בויען,
די מדרש שרייבט, רב הונא אמר הוות מצלחת בידן אתי למיבני חדא הוא בני תרתין. אתי למישויע תרתין והוא מישויע ארבע.

כרם
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

תגובהדורך כרם » פרייטאג אוקטובער 16, 2015 12:49 pm

מיין שטעלונג האט געשריבן:די פראבלעם פארוואס מען קען נישט בויען היינט טורעמעס אזוי הויעך איז צוליב דעם וואס עס איז צו שמאל, און די ווינט וועט עס אומווארפן.

איך שטעל זיך פאר, אז דער מגדל דארט איז געועון גענוג ברייט אז עס זאל האבן גענוג א פעסטע בעיס אז די ווינט זאל עס נישט קענען אומווארפן.

(די גמרא זאגט אז שפעטער איז עס עפעס איינגעפאלן, און אפילו אזוי האט געדויערט דריי טאג דורכצוגיין דעם גאנצן 'שאטן'.)

איין דריטל איינגעזונקען
איין דריטל פארברענט
איין דריטל געבליבן

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » פרייטאג אוקטובער 16, 2015 1:29 pm

איך האב אמאל געהערט נאכזאגן א מאמר חז"ל אז עס האט געדויערט א יאר צייט פאר א ציגל אנצוקומען צום שפיץ, און אז דעריבער האט מען מער געוויינט ווען א ציגל איז געפאלן ווי ווען א מענטש איז אראפגעפאלן. דאס איז קלאר פאר ווער עס קוקט אביסל אין די מדרשים אז עס איז געווען גאר גאר הויעך פיל העכער ווי די וואלקענעס.
איי וויאזוי? דאס זאגט אונז דאך דער פסוק, ויהי כל הארץ שפה אחת... וזה החילם לעשות
דאס אז די גאנצע ישוב העולם ממש, פון קליין ביז גרויס האט גערעדט די זעלבע שפראך און - דאס אויך - אז עס האט געהערשט א געוואלדיגע אחדות צווישן יעדן, האט געברענגטדערצו אז זיי האבן געקענט אויספירן אויסטערלישע זאכן חוץ לדרך הטבע

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג אוקטובער 16, 2015 1:50 pm


הבדלה וויין
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2012 2:48 am

תגובהדורך הבדלה וויין » מוצ"ש אוקטובער 17, 2015 11:09 pm

עס איז באוואוסט אז אין די צייטן פון מיטלאלטער וואס דאס איז פון בערך 1500 יאר צוריק ווען די רומ'ישע עמפייער איז צוזאמגעפאלן האט מען פארגעסן אסאך טעכנישע ערפינדונגען וואס מען האט שוין געוואוסט, און דאס קען געבן צו פארשטיין ווי אזוי מען זעט זאכן פון צוויי טויזענט יאר צוריק אדער מער וואס אן טעכנאלאגיע פארשטייט מען נישט ווי אזוי מען האט עס געבויעט, די פיראמידען למשל, די וואונדערליכע זאכן פון ענגלאנד, דאכט זיך מיר עס הייסט סטאוןהענדזש. אפילו די סטעדיום'ס פון רוים איז אויך נישט פארשטענדליך.
נעמט אפילו אזא זאך ווי די כותל המערבי, קען איינער פארשטיין ווי אזוי מען האט עס געבויעט אן מאשינען. און אגב דאכט זיך מיר זעט מען זייער ווייניג אזאלכע וואונדערליכע זאכן פון די מיטל אלטער צייטן.

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » מוצ"ש אוקטובער 17, 2015 11:15 pm

עפ״י פשטות וואלטן זיי געמוזט האבן אקסיגען טאנקען צו אטעמען, ווייל העכער די וואלקענעס איז קיין אקסיגען נישטא.

סיידן אז דעמאלט איז די טבע געווען אנדערש.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מוצ"ש אוקטובער 17, 2015 11:43 pm

אין זהר הק' איז משמע אז די חטא דור הפלגה איז געווען אז זיי האבן זיך נישט געוואלט אונטערווארפן אונטער הנהגת השי"ת, זייענדיג גאר קלוג האבן זיי אליינס משביע געווען מלאכים ושמות און געברענגט רעגן, פירות וכדו' אלעס וואס זיי האבן געדארפט.
האט דער באשעפער געזאגט נרדה ונבלה שם שפתם, ער האט געטויש נעמען פון מלאכים און די השבעות האבן מער נישט געהאלפן.
(עי' ת"ז דף צז.)

לפי זה האבן זיי אולי משביע געווען מלאכים ביים בויען אזא הויעכן מגדל, און סיז זיכער געווען מעשי נסים.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

קאווע באנדל
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm

תגובהדורך קאווע באנדל » מאנטאג אוקטובער 19, 2015 12:20 pm

קאווע באנדל האט געשריבן:א ווערטל שאדט נישט...

די ווערטיל האט זיך געלוינט, קוק וואס ס'איז ארויסגעקומען...
viewtopic.php?f=4&t=5888&p=1121138#p1121138
מען איז מרויח א ביסעל שיינע ידיעות
(קיקוין האט געשיקט די ווערטל פאר זיין חבר, דאס האט ער צירוק געשיקט)
I'm sorry for writing in English. I don't have a Yiddish keyboard right now

אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

תגובהדורך זושאלע » דינסטאג אוקטובער 20, 2015 10:49 am

הרב גרשון ב"ר אליעזר הלוי אין זיין קונטרס 'אגרת הקודש' פארציילט זיין לענגערע נסיעה אינעם יאר שפ"ד (1624 למס') קרוב צו 400 יאר צוריק, בתוך הדברים דערציילט ער אזוי:
מיר זענען ווייטער געפארן צו דעם מגדל וואס די בני דור הפלגה האבן געבויט, עס איז חרוב, און מיט דעם אלעם איז דאס נאך אלץ הויך א תחום שבת [3280.84 פיס] און ברייט 640 קלאפטער [א קלאפטער איז בערך 3 אמות, =בערך 2872 פיס] און די ציגל זענען 2 זרתים ברייט און 1 זרת הויך. נעבן דעם מגדל איז נאך דא קליינע בערג פון אנגעזאמלטע ציגל. צווישן די ציגל זענען דא נחשים ועקרבים און עס איז זייער מסוכן דארט אריבער צו גיין. און דער וואס שטייט אויף דעם מגדל וואס איז נאך דא, קען זען ווייט 20 פרסאות [בערך 92.16 ק"מ = 57 מייל]. עד כאן.
שכל קומט מיט די יארן...


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט