חשבון מהלך המזלות והמסתעף

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מאנטאג מאי 04, 2015 6:41 pm

איך פארשטיי נישט דיין שאלה איבער פארוואס ביינאכט איז נאך אלץ הייס.

ווען די נעמסט אראפ די זיפ פון פייער איז עס גלייך קאלט? ניין. ווייל ס'נעמט צייט ביז ס'קילט זיך אויס.

די זעלבע איז מיט די וועלט, ווען די זין גייט אינטער ווערט נישט גלייך קאלט, ס'ווערט נאר צוביסלעך איבער נאכט אביסל קעלטער און ווען די זין שיינט אויף ווארעמט זיך די וועלט אביסל אן.


און אזוי גייט עס יעדן טאג איבער און איבער.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

kosher phone
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 08, 2015 3:56 pm

תגובהדורך kosher phone » פרייטאג יוני 08, 2018 9:58 am

שוועמל האט געשריבן:גראדע דער רמב"ם אין הלכות יסודי התורה צעלייגט זייער קלאר די מזלות און מלאכים ושרים. ער לייגט אראפ בהדרגה די בריאה פון אויבן אראפ.

איך ראט יעדן דורכצולערנען פון פרק ב', ג און ד'. אסך קשיות וועלן פארענטפערט ווערן
http://kodesh.mikranet.org.il/i/1102.htm" onclick="window.open(this.href);return false;


שיעור פון הגאון רבי מנשה רייזמאן שליט"א - מסביר דעם רמב"ם - ווידיאו צו זעהן אדער דאונלאודן:
http://www.kolhalashon.com/new/Media/Pl ... ShiurNum=4

אוי וויי טאטע
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2018 8:56 pm
לאקאציע: בין נפש אלוקית והבהמית

תגובהדורך אוי וויי טאטע » פרייטאג יוני 08, 2018 12:11 pm

שמעתי אז די היץ און קעלט ווענדט זיך נישט אין די ווייטקייט פון די זון פון די וועלט נאר ווייל זומער איז די זון גראד אנטקעגן איבער די וועלט ממילא איז די שיין מער קאנצעטרירט, משא"כ ווינטער איז עס שיף, וועגן דעם איז די שיין נישט קאנצעטרירט, אלס משל צו דעם נעם א פלעש לייט אז די וועסט אים שטעלן גראד אויפן טיש וועט ער מאכן שטארק ליכטיג אבער אז די וועסט שיינען אויפן טיש שיף וועט עס נישט אזוי שטארק ליכטיג מאכן די טיש.
נ"ב אין סידור פונעם תניא שער השבועות האט ער א גאנצע אריכות אז עס קען נישט זיין אז עס ווענדט זיך בכלל לויטן ווייטקייט פון די וועלט לפי גודל השמש וקטנות העולם מאכט נישט אויס די ביסל ווייטקייט עיי"ש
מיין נאמען סימבאליזירט נישט מיין אלגעמיינע וועזן, נאר א שוואכקייט אין די מינוט פון זיך ברעכן קאפ פאר א 'ניק'...

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2021
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » פרייטאג יוני 08, 2018 12:30 pm

זיכער אזוי. די זון דרייט זיך ארום די וועלט ביי ארום 93 מיליאן מייל ווייט פון אונז. ביי תקופות ניסן זיצט ער העכער דעם עקוואטאר (צענטער). במשך די קומענדיגע 3 חדשים רירט ער זיך ארויף און ארויף העכער דעם עקוואטאר ליניע ביז ער דערגרייכט 12.5 מעלות; אין די דאזיגע תקופה איז זומער פאר אונז אין ברוקלין והגלילות, און ווינטער פאר זיי אין סאן פאולא. דערנאך הויבט זיך אן א 6 מאנאטליכע רייזע קיין דרום, און הינטן ווערט הייס און אויבן ווערט קאלט. דערנאך קומט תקופות ניסן וחוזר חלילה. זה הכלל, ווי נענטער צום עקוואטאר אלץ הייסער דורכאויס דעם יאר (למשל מיאמי). און ווי ווייטער ארויף אלץ הייסער במשך תמוז, און ווי ווייטער אראפ איז הייסער דורכאויס טבת.

וועטער האט נאך אסאך פאקטארן, אבער דאס איז די יסוד.
"ווען דו דאווענסט ברויכסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

אוועטאר
ישובניק
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2010 11:14 pm

תגובהדורך ישובניק » פרייטאג יוני 08, 2018 5:51 pm

מונאוויטש האט געשריבן:זיכער אזוי. די זון דרייט זיך ארום די וועלט ביי ארום 93 מיליאן מייל ווייט פון אונז. ביי תקופות ניסן זיצט ער העכער דעם עקוואטאר (צענטער). במשך די קומענדיגע 3 חדשים רירט ער זיך ארויף און ארויף העכער דעם עקוואטאר ליניע ביז ער דערגרייכט 12.5 מעלות; אין די דאזיגע תקופה איז זומער פאר אונז אין ברוקלין והגלילות, און ווינטער פאר זיי אין סאן פאולא. דערנאך הויבט זיך אן א 6 מאנאטליכע רייזע קיין דרום, און הינטן ווערט הייס און אויבן ווערט קאלט. דערנאך קומט תקופות ניסן וחוזר חלילה. זה הכלל, ווי נענטער צום עקוואטאר אלץ הייסער דורכאויס דעם יאר (למשל מיאמי). און ווי ווייטער ארויף אלץ הייסער במשך תמוז, און ווי ווייטער אראפ איז הייסער דורכאויס טבת.

וועטער האט נאך אסאך פאקטארן, אבער דאס איז די יסוד.


צי ווייסט איר אז אין מציאות איז די זון מיט גאנצע 3 'מיליאן' מייל ווייטער פון די ערד אין יולי / תמוז ווי אין יאנואר / טבת?! ווען אין יולי געפונט זיך די זון ביי איר ווייטסטע פונקט פון די ערד, ביי 94.5 מיליאן מייל, און אין יאנואר איז די זון ביי איר נאענטסטע פונקט צו די ערד, ביי 91.5 מיליאן מייל!!

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2021
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » פרייטאג יוני 08, 2018 5:56 pm

דערפאר האב איך געשריבן "ארום"!
"ווען דו דאווענסט ברויכסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

אוועטאר
ישובניק
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2010 11:14 pm

תגובהדורך ישובניק » פרייטאג יוני 08, 2018 6:01 pm

גערעכט, אבער וואס איך וויל ארויסברענגען איז, אז כאטש די זון איז פאקטיש גאר נאענטער צו די וועלט אין ווינטער מיט דריי מיליאן מייל, איז עס פונקט קאפויער, עס איז הייס אין די זומער מאנאטן און קאלט אין די ווינטער מאנאטן! די דריי מיליאן מייל דיפערענץ האט גאר א קליינעם אפעקט אויף די סעזאנען.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Toyota און 2 געסט