עיונים בסליחות

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

עיונים בסליחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

כמעט זיכער אז עס איז שוין דא אזא אשכול אבער איך האב נישט געקענט טרעפן, אויב איינער ווייסט דערפון ביטע דירעקטירן אהין.

היינט אינדערפרי האט מען אנגעהויבן זאגן סליחות אין אלע אידישע מקומות און געוואלט האב איך אויסשמועסן נקודות איבער די סליחות און פיוטים מיט אנשים כערכי, וואס האבן ליב די פיוטים פון די גדולי הפייטנים נ"ע.

היינט האט מען געזאגט אין צוגאב צו די דריי פיוטים אויך א פתיחה. דאכציך אז אין די עשרת ימי תשובה זאגט מען אויך א פתיחה טעגליך, אבער אין די ימי הסליחות זאגט מען נאר אום א' סליחות.

די פתיחה איז א שטיקל פון רבי בנימין (ווייסט איינער מער אינפארמאציע איבער'ם?) א הערליך שטיקל, וואו אלע גראמען ענדיגן זיך מיט "חים" אריינפירנדיג אין דעם שטיקל פון "כי על רחמיך הרבים אנו בטוחים".

די ווייטערדיגע שטיקלעך זענען פון רבי שלמה הבבלי וועלכער איז געווען א גרויסע משורר און פייטן און פיל פון די סליחות פיוטים שטאמען פון אים.

איך ווייס נישט פארוואס, אבער דאס מערסטע האט מיך איבערגענומען דער שטיקל פון "פורכי עמך אשר לבל שוחחים, צפר וערב למה מצליחים, קמים למולך נאצות שוחחים, רצוצים במה אתם בוטחים." (רעטאריק האט א מורא'דיגן געפילישן און הארציגן כוח). אין די צייט וואס אנדערע האלטן אז דער הארציגסטער שטיקל פון היינטיגן סליחות איז, דער פנה נא אל התלאות ואל לחטאות.

ווער עס האט געמאכט דעם פיוט ווייס איך נישט, צוליב דעם וואס עטרת האט נישט געשריבן דעם נאמען.

איך האב נאר איין הערה אויף דעם פורכי עמך טאקע. עיין אין אבן עזרא פרשת שמות http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=42 אויף דעם ווארט "בפרך" אז דער ווארט "פרוכים" און לכאורה דאס זעלבע איבער "פורכי" איז נישט א ריכטיגער.
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

מארגן זאגט מען פון רבי שלמה הבבלי, רבי אלי' בן שמעי', און דעם פיוט ישראל נושע בה' פון רבי שפטי'.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

.
לעצט פארראכטן דורך מי חכם אום מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:28 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

ר' שלמה הבבלי איז געווען אסאך פארן אבן העזרא (עי' רמב"ן במלחמות ריש מס' יומא שנמנה יחד עם הקליר), און ער האט א רעכט זיך צו קריגן מיט איהם.

בכלל גייט דאך דער אבן עזרא לשיטתו הידוע בקהלת, כמעט נישט דא קיין פייטן וואס איז געגאנגען בדרכו.

אגב, די לשון ווערט גענוצט בלשון חכמים זייער אסאך (נפרך בצפורן).
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

מיין שטעלונג האט געשריבן:מארגן זאגט מען פון רבי שלמה הבבלי, רבי אלי' בן שמעי', און דעם פיוט ישראל נושע בה' פון רבי שפטי'.

בטעות געשריבן אז מען האט היינט - יום ב' - געזאגט ישראל נושע בה' ווען אין פאקט זאגט מען עס הערשט מארגן.
היינט האמיר געזאגט מלאכי רחמים, פון רבי שמואל כהן. זייער א שיין שטיקל.

אויף דעם צווייטן שטיקל פון די היינטיגע סליחות פון רבי שלמה הבבלי, האב איך א אינטערעסאנטע הערה און איך בין נייגעריג צו דער עולם איז מסכים.
אינמיטן זאגט מען דארט אזוי:
שמור שבועת חסד ותנאי
תם וצבור ובנאי איתני
שלומו יצוה לבלי גנאי
הפוך ושנות לטובה הפנאי.

אזוי שרייבן עס אלע סליחות'ער, אבער לדעתי קומט צו שרייבן אזוי:
שמור שבועת חסד ותנאי
תם וצבור ובנאי
איתני. שלומו יצוה לבלי גנאי

אז דער צווייטער גראם איז נישט איתני, וועלכע גראמט בלויז ביים זאגן, נאר דער בנאי, וועלכע גראמט אויך ביים שרייבן.
-
אין נעקסטן שטיקל, איז דא די ווערטער גועה לדודי אני מאורסת, גועל רודי איך נדרסת. אויסער די דאפלטע גראמען (דודי - רודי. מאורסת - נדרסת) איז עס בכלל זייער ענליכע ווערטער, זייער א געשמאקע וועג אין פיוט.
-
אין רוב סליחות שטייט סוף פון דעם שטיקל די ווערטער רוח מנשבת בַּעַלֵי יערים וועלכע ליינט טייטשט זיך אין אידיש אלס "דער מאן פון די וועלדער" אבער איז זייער נישט ריכטיג און האט נישט קיין פשט, נאר קומט עכט אלס בְעַלֵי יערים, "די בלעטלעך פון וואלד".

בעטס אויס אלע גוטס. און אגב זעה איך אז עס איז שוין טאקע דא נאך אן אשכול וואס איז דן אין ענליכע ענינים אין "שפראך גראמאטיק דקדוק" אבער איז געצוימט צו בלויז שפראך.
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

דא האט איר ווי מ'רעדט אביסל איבער פיוטים
viewtopic.php?f=4&t=5591

viewtopic.php?f=5&t=5699

viewtopic.php?f=17&t=5570
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
דעוויס
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעוויס »

קוקנדיג אין א אלטע סליחות זע איך אז די פורכי עמך ענדיגט זיך מיט המה מצליחים און נישט בלשון קשי' למה.
די תמי' איז אבער רעלעוואנט 'למה מצליחים' רבוש"ע
ס'איז אויך דא א גירסא הולכים ומצליחים.
תלוי אפשר אין פארשידענע נוסחאות צווישן אשכנז פולין
דעוויס
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעוויס »

ביי ישראל נושע בחרוז טובותיך יקדמו און יושעו לעין כל, גייט עס נסתר נוכח, כנוסח הברכות ועוד.
איז דא נאך פיוטים אזוי?
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

די זכור ברית פון רבינו גרשון מאור הגולה איז אנדערש פון אלע אנדערע פיוטים.
ראשית איז עס אויף קורצע חלקים פון אלף בית און אויך איז עס ציטיילט אין צוויי טעג.

ערב ראש השנה זאגט מען א חלק, צום גדליה זאגט מען אן אנדערע חלק. און אלע ענדיגן זיך מיט די באקאנטע חתימה פון גואל חזק.

ערב ראש השנה זאגט מען די אותיות א - ו.
צום גדליה זאגט מען די אותיות ט - נ.

ז-ח פעלט. און פון נ׳ און ווייטער האמיר ווייטער נישט.
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

מיין שטעלונג האט געשריבן:איך האב נאר איין הערה אויף דעם פורכי עמך טאקע. עיין אין אבן עזרא פרשת שמות http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=42 אויף דעם ווארט "בפרך" אז דער ווארט "פרוכים" און לכאורה דאס זעלבע איבער "פורכי" איז נישט א ריכטיגער.

https://forum.otzar.org/viewtopic.php?f ... 33#p402333
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:דא האט איר ווי מ'רעדט אביסל איבער פיוטים
viewtopic.php?f=4&t=5591

viewtopic.php?f=5&t=5699

viewtopic.php?f=17&t=5570

און איבעראל איז שטיל היי יאר....
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”