מתי מבשלים ה'געבראק"ס כשאחרון של פסח חל בשבת?
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
-
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8004
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
מתי מבשלים ה'געבראק"ס כשאחרון של פסח חל בשבת?
דאס יאר געפאלט אחרון של פסח ביום השבת און מען קען נישט קאכן, אבער דער מנהג ברוב קהילות איז דאך צו עסען געבראק"ס באחרון של פסח, איז די שאלה וויאזוי איז מער אויסגעהאלטן להלכה צו קאכן די געבראק"ס, ביום ה' חול המועד ערב שביעי של פסח, אדער ביום שביעי של פסח ערב שבת.
אויב קאכט מען אום שביעי של פסח, איז מען זיך סומך אויפ'ן עירוב תבשילין צו קאכן די געבראק"ס אויף שבת, הגם דער היתר פון עירוב תבשילין איז דאך ווייל אפשר וועלן קומען אורחים און ער ברויך עס פאר זיי, אבער שביעי של פסח עסען מיר דאך נישט קיין געבראק"ס, מיט דעם אלעם איז מען מתיר ווייל מעיקר הדין מעג מען דאך עסען, און אויך אפשר וועט א יעקישער איד קומען אויף געסטעריי און זיי עסען דאך יא, ווי אויך קען זיין אז קליינע קינדער וועלן קומען און זיי עסען דאך יא. אבער אפשר מחמת דוחק טעמים הנ"ל איז יותר נכון עס צו קאכן חול המועד ערב שביעי של פסח, אבער פון די אנדערע זייט וועט דאך עס נישט זיין אזוי פריש, ובפרט די געפרעגעלטע זאכן, ממילא לצורך שמחת יו"ט זאל מען ענדערש עס יא מאכען אום שביעי של פסח.
און בעיקר איז מיין שאלה וויאזוי איז דער מנהג?

וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
-
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8004
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
נאך א סניף עס יא צו מאכן אום שביעי של פסח, ווייל טייל מענטשען נוצן נישט גאנץ פסח כלים וואס מען בראק"ט אין זיי נאר אום אחרון נוצט מען עס, און אויב מאכט עס חול המועד וועט מען דאך שוין נישט קענען נוצען די כלים אום שביעי של פסח, משא"כ אויב מען מאכט עס סוף טאג שביעי של פסח ברויך מען דאך שוין נישט די כלים פאר שביעי נאר פאר אחרון וואס דעמאלטס נוצט מען דאך יא די כלים.
ובענין המנהג: היות עס פאסירט נישט אזוי אפט, איז דא א גרויס חלק פרויען וואס געדענקען נישט וויאזוי זייערע עלטערן האבן זיך געפירט.
ובענין המנהג: היות עס פאסירט נישט אזוי אפט, איז דא א גרויס חלק פרויען וואס געדענקען נישט וויאזוי זייערע עלטערן האבן זיך געפירט.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
-
- שר מאה
- תגובות: 132
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 24, 2014 3:10 pm
געזען אין מחזור דברי יואל אז רביה"ק מ'סאטמאר האט מקפיד געווען מזאל מאכן די קניידלעך דוקא נאענט צו אחש"פ ס'זאל נישט ווערן אויסגעמישט מיט די מאכלים אויף שביעי של פסח.
און איבער די שאלה אז מקען עס נישט עסן שביעי ש"פ איז פשוט ווייל סאיז דאך ראוי פאר קינדער, און פאר אידן וואס עסן געבראקטס גאנץ פסח.
כך הוא בזכרוני אם לא טעיתי.

- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4666
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2779
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
- לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט
נא_שכל האט געשריבן:דאס יאר געפאלט אחרון של פסח ביום השבת און מען קען נישט קאכן, אבער דער מנהג ברוב קהילות איז דאך צו עסען געבראק"ס באחרון של פסח, איז די שאלה וויאזוי איז מער אויסגעהאלטן להלכה צו קאכן די געבראק"ס, ביום ה' חול המועד ערב שביעי של פסח, אדער ביום שביעי של פסח ערב שבת.
אויב קאכט מען אום שביעי של פסח, איז מען זיך סומך אויפ'ן עירוב תבשילין צו קאכן די געבראק"ס אויף שבת, הגם דער היתר פון עירוב תבשילין איז דאך ווייל אפשר וועלן קומען אורחים און ער ברויך עס פאר זיי, אבער שביעי של פסח עסען מיר דאך נישט קיין געבראק"ס, מיט דעם אלעם איז מען מתיר ווייל מעיקר הדין מעג מען דאך עסען, און אויך אפשר וועט א יעקישער איד קומען אויף געסטעריי און זיי עסען דאך יא, ווי אויך קען זיין אז קליינע קינדער וועלן קומען און זיי עסען דאך יא. אבער אפשר מחמת דוחק טעמים הנ"ל איז יותר נכון עס צו קאכן חול המועד ערב שביעי של פסח, אבער פון די אנדערע זייט וועט דאך עס נישט זיין אזוי פריש, ובפרט די געפרעגעלטע זאכן, ממילא לצורך שמחת יו"ט זאל מען ענדערש עס יא מאכען אום שביעי של פסח.
און בעיקר איז מיין שאלה וויאזוי איז דער מנהג?
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
- סאדאם חוסעין
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm
עס איז דא וואס זענען מקפיד צו מאכן ערב שבת כדי עס זאל זיין ווי ווייניגער אינדעהיים געברעקטע מאכלים, עס איז דא וואס זאגן פונקט פארקערט אז ערב יו"ט איז מער אויסגעהאלטען ווייל זיי האלטען אז מען טאר עס נישט מאכן אין יו"ט וועגן הואיל איז נישט שייך ווייל קיינער וויל דיך עס נישט עסן,
באמת איז ביידע נישט קיין פראבלעם הואיל אינז נישט קיין פראבלעם ווייל אין יעדע שטאט איז דא מענטשען וואס עסן יא געבראקט אין פסח סא איך מעג עס געבן פאר מיינע קינדער צו עסן, אדער פאר ספרדישע אידן וואס וואוינען דא, גבראקטס איז אויך נישט קיין פראבלעם ווייל אויף אזוי ווייט האבן אינזערע זיידעס זיך נישט מקבל געווען די חומרא נישט צו האבן בכלל אינדערעהיים קיין געבראקטס ווען איך דארף עס האבן אויף יו"ט אזוי ווייט האט מען זיך נישט מקבל געווען,
סא איך האב געהערט פון אפאר דיינים בפירש אז ביידע איז א לכתחילה,
חוץ וועגן כלים דאס איז יא א שטארקע זאך פארשטייט זיך אז מען דארף אכטינג געבן נישט צוניצען מער יענע כלים היי יאר,
די מנהג איז ווי א משפחה, איך קען משפחות וואס זענען מקפיד אויף ערב יו"ט, און איך קען משפחות וואס זענען מקפיד אויף ערב שבת, אבער פאר ווער עס האט נישט קיין מנהג מקובל איז ביידע גוט,

ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4666
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm
- מים שלנו
- שר חמש מאות
- תגובות: 639
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 23, 2014 11:21 pm
- לאקאציע: אין פאס
בכלל מיז מען האבן עקסטערע כלים פארדעם א נארמאלער יאר? איז דאס יאר אנדערש?
איך האב עפעס פארשטאנען אז וויבאלד עס איז דא 12 חדשים ביזען קימענדיגען פסח קאן מען עס ניצען דעים קימענדיגען יאר
ממילא איז מיר געווען א קשיא א יאר ווי דאס יאר אויב מאכט מען חול המועד אדער אפילו שביעי של פסח איז נישט דא קיין צוועלעף חדשים

די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 562
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 17, 2013 4:12 pm
- לאקאציע: אין כולל
מים שלנו האט געשריבן:בכלל מיז מען האבן עקסטערע כלים פארדעם א נארמאלער יאר? איז דאס יאר אנדערש?
איך האב עפעס פארשטאנען אז וויבאלד עס איז דא 12 חדשים ביזען קימענדיגען פסח קאן מען עס ניצען דעים קימענדיגען יאר
ממילא איז מיר געווען א קשיא א יאר ווי דאס יאר אויב מאכט מען חול המועד אדער אפילו שביעי של פסח איז נישט דא קיין צוועלעף חדשים
די קשיא איז שווער סתם א יאר אויך ווייל די פרויען קאכן שוין א וואך פאר יום טוב
תורה לערנער האט געשריבן:מים שלנו האט געשריבן:בכלל מיז מען האבן עקסטערע כלים פארדעם א נארמאלער יאר? איז דאס יאר אנדערש?
איך האב עפעס פארשטאנען אז וויבאלד עס איז דא 12 חדשים ביזען קימענדיגען פסח קאן מען עס ניצען דעים קימענדיגען יאר
ממילא איז מיר געווען א קשיא א יאר ווי דאס יאר אויב מאכט מען חול המועד אדער אפילו שביעי של פסח איז נישט דא קיין צוועלעף חדשים
די קשיא איז שווער סתם א יאר אויך ווייל די פרויען קאכן שוין א וואך פאר יום טוב
הענין של עקסטערע כלים הוא חומרא שרבים נהגו כן וכן נהג רביהקוה"ט מסאטמאר זי"ע, ושנה שקודם שנה מעוברת לא נהגו כן משום שיש 12 חדשים לאפי' שבוע קודם פסח של שנה הבא, ואין שום חילוק אם יום אחרון הוא שבת או לא והטעות בא לכאורה שבשנה שעברה היתה אחרון של פסח שבת כשנה זה אבל גם היתה שנה שקודם שנה מעוברת
- סאדאם חוסעין
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm
די ווארט איז נישט ווייל איינער האט געבאקען א וואך פאר פסח ח"ו, לא נחשדו ישראל בהכי, נאר מ'מיינט צו זאגן אז מען באקט אחרון של פסח איז ביז קומענדיגע יאר די ערשטע טעג פסח פעלט נאך א וואך ממילא איז דא א גאנצע וואך נאך צו גיין ביז א גאנצע יאר,
און עס איז געווען אין אלע חסידישע היופן [ווער עס האט זיך עס ערלויבט] עקסטערע אחרון של פסח כלים, יא די רבי פלעגט אויך מקפיד זיין אויף געבראקטס,
און עס איז געווען אין אלע חסידישע היופן [ווער עס האט זיך עס ערלויבט] עקסטערע אחרון של פסח כלים, יא די רבי פלעגט אויך מקפיד זיין אויף געבראקטס,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
-
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8004
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
מסקנת החזון איש (באות ט"ז) שמותר לבשל שרויה בשביעי של פסח לצורך אחרון של פסח, כמובן רק אם עשו עירוב תבשילין.
- אטעטשמענטס
-
- Screenshot_2019-04-23 HBreader - חזון איש - אורח חיים - מועד.png (366.54 KiB) געזען 2818 מאל
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
איטשע האט געשריבן:קאטאגאריש האט געשריבן:טייל אידענעס קאכן יעדע יאר פאר פסח די קניידלעך,
קניידלעך געמאכט פאר פסח קען מען אויך עסן אין די ערשטע טעג. אויב איז ביי דעם געבראקטס טאקע דא א חשש חמץ, ווערט עס ממילא בטל. ודו״ק.
חס מלהזכיר.
ביי חסידים איז מצה שרויה אסור אפי׳ מ׳ווייסט קלאר אז ס׳איז נישט געבליבן קיין טראפ מעהל.
מצלמה האט געשריבן:איטשע האט געשריבן:קאטאגאריש האט געשריבן:טייל אידענעס קאכן יעדע יאר פאר פסח די קניידלעך,
קניידלעך געמאכט פאר פסח קען מען אויך עסן אין די ערשטע טעג. אויב איז ביי דעם געבראקטס טאקע דא א חשש חמץ, ווערט עס ממילא בטל. ודו״ק.
חס מלהזכיר.
ביי חסידים איז מצה שרויה אסור אפי׳ מ׳ווייסט קלאר אז ס׳איז נישט געבליבן קיין טראפ מעהל.
טענו לו בחיטין והודו לו בשעורים
שמעתי מת"ח גדול אז מען קען עס יעדעס רואיג יאר מאכען בעפאר פסח און אז די "מנהגים" עס סתם א יאר נאר אחרון של פסח - און א שבת יאר עס צו מאכען חוה"מ אדער שביעי של פסח איז בטעות יסודם ואין שום
- סיבה לעשות כן, מען קען עס מאכען אינדערוואכען בעפאר יו"ט און לייגען אין פריזער - פארשטייט זיך נאר אויב די פרוי האט צייט, און גוט אנצייכענן אז עס איז געבראקס.

קאנסילמאן האט געשריבן:שמעתי מת"ח גדול אז מען קען עס יעדעס רואיג יאר מאכען בעפאר פסח און אז די "מנהגים" עס סתם א יאר נאר אחרון של פסח - און א שבת יאר עס צו מאכען חוה"מ אדער שביעי של פסח איז בטעות יסודם ואין שום
- סיבה לעשות כן, מען קען עס מאכען אינדערוואכען בעפאר יו"ט און לייגען אין פריזער - פארשטייט זיך נאר אויב די פרוי האט צייט, און גוט אנצייכענן אז עס איז געבראקס.
בריסקע רב האט מחדש געווען אז קידוש שבת אינדערפרי, איז נישטדא קיין שומע כעונה, יעדער יחיד דארף טרינקען א רביעית וויין צי יוצא זיין קידוש, איז דא תשובה פין חלקת יעקב הרב ברייש, שרייבט ער אזוי, ער איז געווען אין בעלזא, אין געזען טויזנטע יודען האבען יוצא געווען קידוש מיט שומע כעונה, אן טרינקען א משהו וויין...., ממילא ווייסט ער נישט וואס בריסקע רב זאגט....
זייטס מוחל, נישט נוגע די טעמים פארוואס/פין ווי די מנהג איז אזוי, זאגטס נישט אויף הייליגע מנהגים, וואס אינזערע זיידעס אין רבי'ס האבען זיך געפירט, מיט א גס לשון... בטעות יסודם... , חס ושלום אזוי צי שרייבען !!
אץ קוצץ האט געשריבן:קאנסילמאן האט געשריבן:שמעתי מת"ח גדול אז מען קען עס יעדעס רואיג יאר מאכען בעפאר פסח און אז די "מנהגים" עס סתם א יאר נאר אחרון של פסח - און א שבת יאר עס צו מאכען חוה"מ אדער שביעי של פסח איז בטעות יסודם ואין שום
- סיבה לעשות כן, מען קען עס מאכען אינדערוואכען בעפאר יו"ט און לייגען אין פריזער - פארשטייט זיך נאר אויב די פרוי האט צייט, און גוט אנצייכענן אז עס איז געבראקס.
בריסקע רב האט מחדש געווען אז קידוש שבת אינדערפרי, איז נישטדא קיין שומע כעונה, יעדער יחיד דארף טרינקען א רביעית וויין צי יוצא זיין קידוש, איז דא תשובה פין חלקת יעקב הרב ברייש, שרייבט ער אזוי, ער איז געווען אין בעלזא, אין געזען טויזנטע יודען האבען יוצא געווען קידוש מיט שומע כעונה, אן טרינקען א משהו וויין...., ממילא ווייסט ער נישט וואס בריסקע רב זאגט....
זייטס מוחל, נישט נוגע די טעמים פארוואס/פין ווי די מנהג איז אזוי, זאגטס נישט אויף הייליגע מנהגים, וואס אינזערע זיידעס אין רבי'ס האבען זיך געפירט, מיט א גס לשון... בטעות יסודם... , חס ושלום אזוי צי שרייבען !!
טראכסט טאקע אז אלע זיידעס און באבעס ארויף ביז די יוצאי מצרים האבן געהאט אזא "מנהג"?!
און דאס גייט דען אריין בגדר "מנהג"?!
מען האט געקאכט ווען מען האט געהאט צייט און ווען די פריזער איז געווען ליידיג - אויב מען האט געהאט א פריזער.
כ'האב געזען דעם יו"ט אין חת"ם איבער דעם ווי ער האט געפרעגט זיין שווער רבי עקיבא איגר, ער רעדט פון מקילים אום אחרון של פסח אויף קיטניות צו סאיז אסור צו קאכן אין יו"ט ווייל סנישט שייך הואיל און ער איז דן צו מקען זאגן אז סאיז ראוי פאר ספרדים,א גאנצע מדובר, דענק איך נישט די מראה מקום יעצט.
'ומאתים לנוטרים את פריו'
- איש האשכולות
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3238
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
- לאקאציע: יעצט בין איך דא
קאנסילמאן האט געשריבן:טראכסט טאקע אז אלע זיידעס און באבעס ארויף ביז די יוצאי מצרים האבן געהאט אזא "מנהג"?!
די יוצאי מצרים האבן געהאט א מנהג פון זיך נישט מישען אום פסח?!.
קאנסילמאן האט געשריבן:און דאס גייט דען אריין בגדר "מנהג"?!
קען נאך עניטיים זיין אזא מנהג ווי פאלשע פיש היינט צוטאגס
קאנסילמאן האט געשריבן:[
מען האט געקאכט ווען מען האט געהאט צייט און ווען די פריזער איז געווען ליידיג - אויב מען האט געהאט א פריזער.
קריעטסט פאקטן בעיסד אויף דיין קליינע סייז פריזער וואס ליגט ביי דיר אין בעיסמענט.. כ'הער..
יעצט צום ענין, איך האב גערעדט צו צוויי דיינים ווען צו מאכן די קניידלעך וכדו', איינע פון זיי איז מגדולי פוסקי דורינו,
איינער האט מיך גע'ענטפער'ט נישט מאכן בעפאר יום טוב, נאר כ'זאל עס מאכן חוה"מ.
די צווייטע האט מיר געזאגט אז לכאורה ברויך מען עס מאכן שביעי של פסח.
די צווייטער האט צוגעלייגט אז אויב ביי מיינע עלטערן האב איך געזעהן אנדערש, זאל איך טהון ווי זיי, ווייל די יו"ט פסח באשטייט אסאך פון מנהגים וואס מ'זעהט ביי די עלטערן.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.