צוזאמענשטעלן חתן כלה מיט שבת קודש און פרשת השבוע

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אהבה רבה
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 19, 2008 10:53 am

צוזאמענשטעלן חתן כלה מיט שבת קודש און פרשת השבוע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבה רבה »

איך שטעל זיך פאר, אז געוויסע לייענער וועלן הנאה האבן פון אזא געדאנק.
מען זאל צוזאמענטשעלן עניני חתן כלה מיט עניני שבת קודש לויט די פרשיות השבוע.
איך ווילן צוזאמענשטעלן גראמען פאר די וואך שבת, לכבוד שבת שבע ברכות פון מיין יונגסטע שוועסטער, און איך זיך קורצע חסידישע געדאנקען לויט דעם אויבנדערמאנטען צוזאמענשטעל. ליידער קען איך נישט אזוי גוט חסידישע ספרים צו קענען אליינס אויסקלויבן די געדאנקען.
אפשר קענען עטליכע תלמידי חכמים אנהויבן מיט די ווואך, און אזוי ווייטער גיין די קומענדיגע וואכן.
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

די וואך אין די סדרה וירד יהודה עד איש עדולמי.

יהודה איז געווען פערטיג… ער האט קודם געהאלטן אז יוסף מורד במלכות, אבער עכט האט ער אים געוואלט ראטעווען, אבער ער איז צוריקגעקומען צום בור און געזען יוסף איננו האט ער געגלייבט אז ס'איז שוין דערנאך. מעוות לא יוכל לתקן. תחיית המתים איז שוין א שווערע זאך. וואס האט ער געטון? ער איז געגאנגען חתונה האבן… וואס איז פשט? ראובן איז געווען שב לשקו ולתעניתו, ווי קומט יהודה'ס חתונה האבן אלץ ענטפער צו זיין דערשלאגענעם מצב?

זאגן די ספה"ק (וועל בל"נ נאכזוכן ווער און וואו) אז יהודה האט באשלאסן אז אלעס וואס ער האט געטון ביז יעצט איז דערנאך. ער קען שוין קיין תיקון נישט האבן, ואשר על כן גייט ער אנהייבן פריש! ער וועט אויפשטעלן דורות נאמנים לה' ולתורתו און זיי וועלן קענען מתקן זיין וואס ער האט אפגעטון. און דערפאר האט ער זוכה געווען צו מלכות, ווייל ער האט חתונה געהאט נאר לשם שמים.

שבת איז אות היא ביני ובניכם, דער רבש"ע האט חתונה מיט די אידן כביכול, מעין עולם הבא. שבת איז ר"ת שבת בו תשיב, דורך שבת קומט מען צוריק און מ'איז מתקן אלעס וואס מ'האט אפגעטון ביז שבת. ס'קומט א נייע בריאה אויף דער וועלט דורכ'ן היטן שבת. נאך א טשענס. מ'קען אנהייבן פריש.

א חתן ביום חופתו ווערט נמחל אלע עבירות. פארוואס? וואס איז די מדה כנגד מדה? מילא א מצוה וואס קומט אן מיט בלוט און שווייס, ס'שווער, ס'מאטערט און נאכדעם באקומט מען די מתנה פון מוחלין לו כל עוונותיו, שטימט עס. אבער חתונה האבן וואס בסך הכל גייט ער זיך פרייען און טאנצן און שפרינגען א גאנץ וואך, ער ווערט אויס פלג גופא, ער גייט ארויס פונעם שאטן פון השורה בלא אשה וכו', פארוואס קומט אים די מתנה פון מוחלין לו כל עוונותיו?

דער ענטפער איז די זעלבע. דער רבש"ע זאגט: גייסט איינפלאנצן א נייע צווייג אין מיין וויינגארטן, וויש איך אפ אלע אלטע חובות, און דו באקומסט א טשאנס אנצוהייבן פריש, אזוי ווי יהודה. אבער מכאן ואילך חושבנא.

און טאקע דערפאר באווארפט מען שוין שבת בעפאר און מ'ווערט א 'חתן', ווייל דעמאלט קומט שוין אראפ די השפעה פון א פרישע התחלה באנפין נהירין, וואס קומט אראפ יעדן שבת, אבער פאר דעם חתן קומט עס אראפ פריש דורך די וואך ביי די חתונה.

דאס איז כשמחך יצירך בגן עדן - מקדם, פאר'ן חטא. מ'הייבט אן אויפסניי.

און יעצט זאלן די עכטע ת"ח אריינקומען און זאגן וואס מ'קען עכט זאגן.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

עס איז דא א ספר בישורין מלך דאכט זיך אז איין באנד ברענגט ער די תורות אויף פרשיות השבוע חתן כלה
אהבה רבה
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 19, 2008 10:53 am

צוזאמענשטעלן חתן כלה מיט שבת קודש און פרשת השבוע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבה רבה »

זאל ער קומען האט געשריבן:די וואך אין די סדרה וירד יהודה עד איש עדולמי.

יהודה איז געווען פערטיג… ער האט קודם געהאלטן אז יוסף מורד במלכות, אבער עכט האט ער אים געוואלט ראטעווען, אבער ער איז צוריקגעקומען צום בור און געזען יוסף איננו האט ער געגלייבט אז ס'איז שוין דערנאך. מעוות לא יוכל לתקן. תחיית המתים איז שוין א שווערע זאך. וואס האט ער געטון? ער איז געגאנגען חתונה האבן… וואס איז פשט? ראובן איז געווען שב לשקו ולתעניתו, ווי קומט יהודה'ס חתונה האבן אלץ ענטפער צו זיין דערשלאגענעם מצב?

זאגן די ספה"ק (וועל בל"נ נאכזוכן ווער און וואו) אז יהודה האט באשלאסן אז אלעס וואס ער האט געטון ביז יעצט איז דערנאך. ער קען שוין קיין תיקון נישט האבן, ואשר על כן גייט ער אנהייבן פריש! ער וועט אויפשטעלן דורות נאמנים לה' ולתורתו און זיי וועלן קענען מתקן זיין וואס ער האט אפגעטון. און דערפאר האט ער זוכה געווען צו מלכות, ווייל ער האט חתונה געהאט נאר לשם שמים.

שבת איז אות היא ביני ובניכם, דער רבש"ע האט חתונה מיט די אידן כביכול, מעין עולם הבא. שבת איז ר"ת שבת בו תשיב, דורך שבת קומט מען צוריק און מ'איז מתקן אלעס וואס מ'האט אפגעטון ביז שבת. ס'קומט א נייע בריאה אויף דער וועלט דורכ'ן היטן שבת. נאך א טשענס. מ'קען אנהייבן פריש.

א חתן ביום חופתו ווערט נמחל אלע עבירות. פארוואס? וואס איז די מדה כנגד מדה? מילא א מצוה וואס קומט אן מיט בלוט און שווייס, ס'שווער, ס'מאטערט און נאכדעם באקומט מען די מתנה פון מוחלין לו כל עוונותיו, שטימט עס. אבער חתונה האבן וואס בסך הכל גייט ער זיך פרייען און טאנצן און שפרינגען א גאנץ וואך, ער ווערט אויס פלג גופא, ער גייט ארויס פונעם שאטן פון השורה בלא אשה וכו', פארוואס קומט אים די מתנה פון מוחלין לו כל עוונותיו?

דער ענטפער איז די זעלבע. דער רבש"ע זאגט: גייסט איינפלאנצן א נייע צווייג אין מיין וויינגארטן, וויש איך אפ אלע אלטע חובות, און דו באקומסט א טשאנס אנצוהייבן פריש, אזוי ווי יהודה. אבער מכאן ואילך חושבנא.

און טאקע דערפאר באווארפט מען שוין שבת בעפאר און מ'ווערט א 'חתן', ווייל דעמאלט קומט שוין אראפ די השפעה פון א פרישע התחלה באנפין נהירין, וואס קומט אראפ יעדן שבת, אבער פאר דעם חתן קומט עס אראפ פריש דורך די וואך ביי די חתונה.

דאס איז כשמחך יצירך בגן עדן - מקדם, פאר'ן חטא. מ'הייבט אן אויפסניי.

און יעצט זאלן די עכטע ת"ח אריינקומען און זאגן וואס מ'קען עכט זאגן.


איך האב באמת הנאה פון די התחלה, ומכאן הקריאה יוצאות, ביטע ווי מער אלס בעסער און אזוי ארום וועל איך מיך אויסלערנען אביסל, און אזוי ויך אנדערע לייענער.
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

ביוטיפול! @זאל ער קומען
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

ספר ילקוט סופר פון ר׳ זוסמאן סופר מפאקש האט אויף יעדע וואך צאמגענומענע מדרשים אין קורצע פלפולים און רעיונות . איך האב באגעגנט דעם ספר אין בראשוב ביהמ״ד אין וומ״ס פאר א הארד קאפי
אהבה רבה
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 19, 2008 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבה רבה »

איך האב למעשה צוזאמענגעשטעלט גראמען אן חסידישע ספרים, אבער איך מיין א גאנץ פיינער דזשאב.
טייל פון די גראמען וועט נאר זיין גוט פאר א סאטמארער יוד וועלכער פרייעט זיך ביום הצלת רבינו כ"א כסליו, אבער טייל דערפון קען מען נוצן אזוי אויך מיט אביסל שינויים.
איך געב רשות עס צו נוצן.
אטעטשמענטס
גראמען שבת שבע ברכות 1.pdf
(195.39 KiB) געווארן דאונלאודעד 158 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”