וואס זאגט ער דא?

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 11:36 am

קיקיון אין ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב האט געשריבן:ביי א ברית האב איך געזעהן קלאר דעם פריעדיגען רב זי"ע אויפשניידען די חלה אינגאנצען פאר די ברכה
איך האב דעמאלט געפרעגט ווי אזוי דאס שטימט מיט דעם רמ"א אין קס"ז סעיף א
יחתוך פרוסת הבציעה וצריך לחתוך מעט שאם יאחוז בפרוסה יעלה שאר ככר עמו....

און מען האט מיר געזאגט אז איז דאס לפי שיטת איינעם פון די פריערדיגע פוסקים ווער געדענק איך נישט
לעצטענס געווען ביי א ברית אין 45 האב איך געזעהן אדמו"ר שליט"א אויפשניידען אינגאנצען



מלה בסלע ודי לחכימא האט געשריבן:הרב קיקיון! עשיתי כמו שאמרתי איך האב אנגעפרעגט א גוטער איד, ער האט מיר געשיקט א מראה מקום, איך געב אייך די כיבוד עס צו מסביר זיין פארן חשוב׳ן ציבור (ואני בתוכם, איך האב פשוט נישט די צייט עס נאכצוקוקען).
יישר כח למפרע
מכתבי הרה״ג ר׳ נחום מאיר גערמאן שליט״א, בענין לחתוך כל הפת לפרוסה ואוחזין שני פריסותו בידיו מהודק, ומ״מ מיקרי פת שלום, מובא בב״י סי׳ קס״ז בשם הגהות מיימונית בשם הר״ב, שם ד״ה וצריך לחתוך.
ראה ג״כ במרדכי מס׳ עירובין אות תקכ״ה.


לא זכיתי להבין דברי אלוף נעורי הרה״ג ר׳ נחום מאיר גערמאן שליט״א
דער הגהות רעדט דאך פון א פאל וואס עס פעלט נאך אויס חיתוך


דא איז דער בית יוסף אין דער מרדכי
Untitled.gif

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 9:48 am


ווער קען מיר מסביר זיין ?

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11713
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:00 pm

זייער פשוט. זי האט נישט געוואלט אויפהערן אים אנזייגן אום פסח, ווייל דאן וואלט זי אים געדארפט שפייזן חמץ, ווייל א קליין קינד עסט נישט גערן מצה. האט זי אים ווייטער אנגעזייגט ביז נאך פסח.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:08 pm

לכאורה האט געשריבן:זייער פשוט. זי האט נישט געוואלט אויפהערן אים אנזייגן אום פסח, ווייל דאן וואלט זי אים געדארפט שפייזן חמץ, ווייל א קליין קינד עסט נישט גערן מצה. האט זי אים ווייטער אנגעזייגט ביז נאך פסח.

זי האט נישט געהאט פסח'דיגע מילך ?
מיט א דריי יאר פריער איז שוין געווען אין שטוב פסח'דיגע מילך און פוטער
און ווייכע עוגות מצה האט מען נישט געקענט באקען?

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5479
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג דעצמבער 04, 2016 12:18 pm

האנט מצות איז הארט
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » זונטאג דעצמבער 04, 2016 12:28 pm

אונזערע. שוין געזעהן אמאל די מצות פון די תימנים? איך יא, עס ענדלט צו א בלינץ.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג ינואר 10, 2017 11:12 am

OOPS

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג ינואר 10, 2017 1:15 pm

דאס פריערדגע איז אריגננעל געווען א הערה אויף א גליון
אבער איך האב באקומען א בליץ פאסט פון דעם עורך
לכבוד המעורר בעילום שם
בוודאי דנתי אותי לכף זכות אבל האמת היא שטעות גדולה נפלה בידי והוא בזכות המגיה שלקח כמה תיבות ולא הרגשתי בדבר והרבה עוררו הדבר

אבל באמת גם אני אשם בדבר שסמכתי עליו מבלי לקראו אחרי הגהה !
יישר כח

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג יוני 18, 2017 9:25 pm

Capture.JPG
Capture.JPG (46.17 KiB) געזעהן 1635 מאל

קוק אין ליצטען תוס אויף דעם עמוד

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג נובעמבער 05, 2017 5:31 pm

ביי א פדיון הבן ביי מיינס א נעפיו דערציילט מיר דער זיידע פון אבי הבן
וועלכער האט געצאלט פאר די סעודה והמסתעף און אויך פערזארגט די חמש סלעים
אז דער כהן א מורה הוראה מובהק האט אים געהייסען פארקויפען די מטבעות פאר דעם אבי הבן
כ'פארשטיי נישט פארוואס עס איז איז נישט גענוג געווען ער זאל עס אים געבען במתנה?
כ'וואלט געפרעגט דעם מו"ץ\כהן וואס איז פשט אבער לבי אמר לי אז דא איז געווען א מיספארשאענדעניש
מצד דעם זיידע

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג דעצמבער 03, 2017 3:50 pm

קיקיון האט געשריבן:ביי א פדיון הבן ביי מיינס א נעפיו דערציילט מיר דער זיידע פון אבי הבן
וועלכער האט געצאלט פאר די סעודה והמסתעף און אויך פערזארגט די חמש סלעים
אז דער כהן א מורה הוראה מובהק האט אים געהייסען פארקויפען די מטבעות פאר דעם אבי הבן
כ'פארשטיי נישט פארוואס עס איז איז נישט גענוג געווען ער זאל עס אים געבען במתנה?
כ'וואלט געפרעגט דעם מו"ץ\כהן וואס איז פשט אבער לבי אמר לי אז דא איז געווען א מיספארשאענדעניש
מצד דעם זיידע

נאך א מזל איך האב נישט געפרעגו דעם מו"ץ\כהן
א מורה הוראה האט מיר געזאגט אז עס האט בכלל נישט קיין פשט
און עס איז זיכער אז יענער זיידע האט נישט פארשטאנען וואס מען זאגט אים

אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 588
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » זונטאג נובעמבער 17, 2019 11:57 am

דאס האב איך געשיקט צו דעם מו"ל פון א גליון

Untitled.gif
Untitled.gif (181.29 KiB) געזעהן 252 מאל


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט