בלאט 5 פון 14

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 04, 2016 5:06 pm
דורך נא_שכל
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:(בעניני דיומא) האט מיר איינער נאכגעזאגט פון א תימן'ער רב אין תל אביב בשנות תש"כ, אז ער האט געזאגט
מאחורי ארי ולא מאחורי אשה
כידוע נוח האט פארשפעטיגט צו ברענגען די עסן פאר דעם ארי (מאחורי מלשון איחור) און דעריבער הכישו, און ער האט געהינקעט

זאגט ער ס'נאך אלץ בעסער, מאחורי ארי צו שפעטיגן פאר די לייב, ולא מאחורי אשה, און נישט שפעטיגן ביי די ווייב, די קאנסקאווענצן זענען אסאך ערגער.


;l;p- ;l;p- ;l;p-

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 04, 2016 5:19 pm
דורך להתחדד
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:(בעניני דיומא) האט מיר איינער נאכגעזאגט פון א תימן'ער רב אין תל אביב בשנות תש"כ, אז ער האט געזאגט
מאחורי ארי ולא מאחורי אשה
כידוע נוח האט פארשפעטיגט צו ברענגען די עסן פאר דעם ארי (מאחורי מלשון איחור) און דעריבער הכישו, און ער האט געהינקעט

זאגט ער ס'נאך אלץ בעסער, מאחורי ארי צו שפעטיגן פאר די לייב, ולא מאחורי אשה, און נישט שפעטיגן ביי די ווייב, די קאנסקאווענצן זענען אסאך ערגער.


דעס ווארט איז אין בן יהוידע אויף דע גמרא

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 05, 2016 2:34 pm
דורך קוגל מאכער
fiena nieas האט געשריבן:איך האלט אויך אז משוגא מאכן די פרוי אז זי זאל זיך אויפהייבן און זיך טוישן סיטס ווייל דו קענסט נישט זיצן לעבן איהר, איז קיין נארמאלע זאך!!

האסט א פראבלעם גיי און טויש דיין אייגענע סיט מיט איינעם

דער פארבלעם איז אז נישט אייביג איז מיט וועמען צו טוישן

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 05, 2016 2:36 pm
דורך קוגל מאכער
יאסל האט געשריבן:אויף ר' אברהם גנוחבסקי ז"ל דערציילט מעןץ אז אמאל ווען אן אשה האט זיך אראפגעזעצט נעבן אים אויפן באס האט ער זיך אנטשילדיגט פאר איר אז ער האט כרוספדין. יענע מיינענדיג אז דאס איז א מחלה אדער וואס האט זיך באדאנקט און געזיכט א צווייט מקום.

פאר ווער עס האט נישט פארשטאנען, כרוספדין ווערט אנגערופן אין גמרא ציצית.

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 06, 2016 12:37 am
דורך דענק און דאנק
להתחדד האט געשריבן:
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:(בעניני דיומא) האט מיר איינער נאכגעזאגט פון א תימן'ער רב אין תל אביב בשנות תש"כ, אז ער האט געזאגט
מאחורי ארי ולא מאחורי אשה
כידוע נוח האט פארשפעטיגט צו ברענגען די עסן פאר דעם ארי (מאחורי מלשון איחור) און דעריבער הכישו, און ער האט געהינקעט

זאגט ער ס'נאך אלץ בעסער, מאחורי ארי צו שפעטיגן פאר די לייב, ולא מאחורי אשה, און נישט שפעטיגן ביי די ווייב, די קאנסקאווענצן זענען אסאך ערגער.


דעס ווארט איז אין בן יהוידע אויף דע גמרא



עס איז גאר אינטרעסאנט ווי די ספרדישע גדולים האבן זיך אויסגעדריקט בדרך צחות אין זייערע ספרים בנוגע נשים, אין ספר שבת של מי שטייט אז דעריבער שטייט במה בהמה נעבן במה אשה כי לא בחנם הלך הזרזור אצל העורב, והוא פלא

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 06, 2016 9:02 am
דורך farshlufen
קוגל מאכער האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:אויף ר' אברהם גנוחבסקי ז"ל דערציילט מעןץ אז אמאל ווען אן אשה האט זיך אראפגעזעצט נעבן אים אויפן באס האט ער זיך אנטשילדיגט פאר איר אז ער האט כרוספדין. יענע מיינענדיג אז דאס איז א מחלה אדער וואס האט זיך באדאנקט און געזיכט א צווייט מקום.

פאר ווער עס האט נישט פארשטאנען, כרוספדין ווערט אנגערופן אין גמרא ציצית.

זייטזשע מוחל, איר מאכט א קוגל, דער תרגום אויף "ציצית" איז "כרוספדין".

ראו מה בין בני לבן חמי

געשריבן: דינסטאג יאנואר 17, 2017 12:01 pm
דורך שטאלצער יוד
New Delhi - Air India will introduce women-only seats on its domestic flights to give female passengers more choice and comfort, said a senior official from the national carrier, rejecting claims the move was linked to reports of in-flight - attacks.

From Wednesday, Air India will allocate six seats in the third row of its economy class cabin for solo women travelers - making it the only airline in India, and possibly the world, to take this step, said the official.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 17, 2017 2:14 pm
דורך חאכאם
בנוגע אחורי אישה האבעך געהערט פון א דיין אז אויף אזא אופן איז קיין פראבלעם ווען מען קען נישט אנדערש

זיצן אויפן פליגער נעבן א אשה

געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2017 12:34 am
דורך טעם וריח
מאכט זיך אמאל א אימבאטעמטע סיטאציע ווען מען טרעפט זיך אויף א אנגעפאקטע פליגער און דיין זיץ גורל געפאלט נעבן א אשה. אלזא וואס איז די הלכה אין אזא פאל?

- איבערדרייען די פליגער ביז די טרעפסט א אנדערע זעץ
- פשוט אראפגיין פון פליגער
- זיצן דארט פארשטייט זיך אפגעהיטן

ווער עס קען אריינקומען קלאר וואס איז די הלכה, השקפה, מנהג , וזכות הרבים יהיה תלוי בו.

געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2017 12:38 am
דורך שבתי בוים
על פי הלכה איז אסור נאר נגיעה לשם חיבה, מנהג והשקפה דאס איז שוין תלוי כל אחד לפום דרגה דילי'.

געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2017 12:42 am
דורך ראפאט קראמפלי

געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2017 12:43 am
דורך הרבטייטעלבוים

געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2017 12:33 pm
דורך סאדאם חוסעין
שבתי בוים האט געשריבן:על פי הלכה איז אסור נאר נגיעה לשם חיבה, מנהג והשקפה דאס איז שוין תלוי כל אחד לפום דרגה דילי'.

אדער אויב מען קען ח"ו געבן א פאל דורך מיט א מחשבה אדער ווייז אז מען ווייסט קלאר ביי זיך אז מען גייט נישט דורך פאלן איז נישט קיין איסור על פי הלכה אויב עס איז נישט דא קיין דרכא אחרינא.

געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2017 1:03 pm
דורך שבתי בוים
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
שבתי בוים האט געשריבן:על פי הלכה איז אסור נאר נגיעה לשם חיבה, מנהג והשקפה דאס איז שוין תלוי כל אחד לפום דרגה דילי'.

אדער אויב מען קען ח"ו געבן א פאל דורך מיט א מחשבה אדער ווייז אז מען ווייסט קלאר ביי זיך אז מען גייט נישט דורך פאלן איז נישט קיין איסור על פי הלכה אויב עס איז נישט דא קיין דרכא אחרינא.


איז די מחשבה דער איסור, נישט דאס זיצן.

געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2017 1:21 pm
דורך שמן זית
איך נעם אלץ א אייל זיץ,
1)צו קענען זיין יוצא ונכנס
2)אז אויב די נעקסטע איז א אשה, זאל איך קענען זיצן מער צום דורכגאנג, נישט דארפן צוקומען צו נגיעה

געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2017 1:59 pm
דורך דער בדחן
שמן זית האט געשריבן:איך נעם אלץ א אייל זיץ,
1)צו קענען זיין יוצא ונכנס
2)אז אויב די נעקסטע איז א אשה, זאל איך קענען זיצן מער צום דורכגאנג, נישט דארפן צוקומען צו נגיעה


א אייל סיעט האט נאך א מעלה אז די וועסט שנעלער קענען טוישען,

איך האב געהערט לעטענס א מעשה פון א גרויסער ערליכע יוד ווואס איז געפארן מיט א קבוצה בחורים אויפן פלעין, און סאיז געוועהען א אשה האט ער זיך געזעצט נעבען איר כדי די בחורים זאלען נישט דארט זיצען....

געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2017 2:26 pm
דורך סאדאם חוסעין
שבתי בוים האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
שבתי בוים האט געשריבן:על פי הלכה איז אסור נאר נגיעה לשם חיבה, מנהג והשקפה דאס איז שוין תלוי כל אחד לפום דרגה דילי'.

אדער אויב מען קען ח"ו געבן א פאל דורך מיט א מחשבה אדער ווייז אז מען ווייסט קלאר ביי זיך אז מען גייט נישט דורך פאלן איז נישט קיין איסור על פי הלכה אויב עס איז נישט דא קיין דרכא אחרינא.


איז די מחשבה דער איסור, נישט דאס זיצן.

אויב קען מען האבן א מחשבה, איז די איסור די זיצען,

געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2017 3:40 pm
דורך חוקר
איינער צייכנט דא צי סימן קצ"ה פאר די הלכות דא
עס איז טועת און דארט איז אסאך הארבער (עס וועט אויסקומען ענדערש צו זיצן נעבן א שיקסע)

געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2017 3:55 pm
דורך קאץ און מויז
הרה"ג ר' אברהם מרדכי מלאך שליט"א פארציילט ביי זיין פאריגע וואך שיעור א מעשה

א איד האט געוואלט טוישן זיין פלאץ כדי נישט צו זיצן נעבן אן אישה אבער קיינער האט נישט געוואלט זיך טוישן, פארשטייט זיך מען האט אים געזאגט זעץ דיר אראפ אדער גייסטו אראפ,
האט ער געזאגט איך גיי אראפ, שוין זייענדיג ביי די טיר קומט א גוי צו לויפן קום איך טויש מיר מיט דיר,
פרעגט ער אים וואס איז יעצט געשעהן? זאגט ער אייביג ווען די אידן פארפאסן א פליגער וכדומה זענען זיי מתפלל די פליגער זאל קראכן,
יעצט קום די שטארב צוזאמען מיט אונז!

געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2017 4:20 pm
דורך סאדאם חוסעין
חוקר האט געשריבן:איינער צייכנט דא צי סימן קצ"ה פאר די הלכות דא
עס איז טועת און דארט איז אסאך הארבער (עס וועט אויסקומען ענדערש צו זיצן נעבן א שיקסע)

יש דברים וואס דארט איז הארבער און יש דברים וואס דא איז הארבער בכלל נישט קיין שייכות.
למשל יוחוד גייט נישט אן דארט, און איבערגעבן שלא להסתכל גייט נישט אן דא.

געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2017 4:27 pm
דורך סאדאם חוסעין
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
שבתי בוים האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
שבתי בוים האט געשריבן:על פי הלכה איז אסור נאר נגיעה לשם חיבה, מנהג והשקפה דאס איז שוין תלוי כל אחד לפום דרגה דילי'.

אדער אויב מען קען ח"ו געבן א פאל דורך מיט א מחשבה אדער ווייז אז מען ווייסט קלאר ביי זיך אז מען גייט נישט דורך פאלן איז נישט קיין איסור על פי הלכה אויב עס איז נישט דא קיין דרכא אחרינא.


איז די מחשבה דער איסור, נישט דאס זיצן.

אויב קען מען האבן א מחשבה, איז די איסור די זיצען,

עס איז דא א לאו פון ונשמרתם מכל דבר רע,
און עס איז דא א לאו פון ושמרתם את משמרתי לבילתי עשות מחוקות התואבות

געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2017 7:45 pm
דורך שבתי בוים
מען קען האבן א מחשבה אפילו מ'זיצט נישט נעבן א פרוי, ווערט נאכנישט דאס זיצן א מעשה איסור.
די מחשבה בלייבט דער איסור, טוישן פלאץ איז אפשר א הכשר, אבער זיצן נעבן א פרוי ווערט נישט קיין עצם איסור ווילאנג די גמרא זאגט עס נישט.
כגעדענק נישט אזא גמרא ונשמרתם מכל דבר רע לומר שלא לישב אצל אשה בשעת נסיעה באווירון, דאכט מיר די גמרא דרשנט אנדערע זאכן.

געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2017 7:48 pm
דורך למעלה משבעים
שו"ת שבט הלוי ח"ד סי' קל"ו האט געשריבן:...דודאי אסור לשבת על ידה כשיש במציאות לעמוד, דנגיעת בגד הוא ודאי ויכול לצמוח מזה נגיעת גוף על ידי בגד משא"כ איסור הסתכלות דאפשר וחייב לעצום עיניו, ועוד דגם כשיושב על ידה יבא להסתכלות, ועצם הישיבה ע"י ערוה מכניס הרהורים כידוע והוא בכלל התרחקות מעריות ובכלל מה דכ' אל תקרב וגו',...

געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2017 8:07 pm
דורך שבתי בוים
אין אגרות משה איז דא א תשובה פארקערט.

געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2017 8:20 pm
דורך כא כא כא
מיין דיין האט געזאגט אזוי.
להלכה הייסט נישט די נגיעה מיטן עלענבויגן צי אן אנדערע קליינע ב'מיסטעק א נגיעה, איבערהויפט אויב מ'איז אנגעטון מיט בגדים. אבער פארשטייט זיך אז גוט איז עס נישט, סא דארף מען זען ווי שווער ס'איז און וויפיל מ'דארף פאר דעם איבערדרייען, משא''כ זיצן צווישן צוויי פרויען איז יא אסור און פארדעם דארף מען שוין יא איבערדרייען.