די גמרא אין מסכת שבת דף ס''ח עמוד ב' ברענגט אראפ די מחלוקת צו יו''ט דארף זיין חציו לכם אדער כולו לה' דהיינו כולו רחניות אדער אויכעט אביסעל גשמיות און די גמ' פירט אויס ,אמר ר' אלעזר הכל מודים בעצרת דבעינן נמי לכם מאי טעמא יום שניתנה בו תורה הוא.
לכאורה דארף מען פארשטיין אויב יום שניתנה בו תורה הוא וואלט דאך געדארפט זיין כולו לה' דהיינו זיצען א גאנצען טאג אין בית המדרש און הארווענען ! נישט ''נמי לכם'' ווי קומט אריין גשמיות אין אזא דערהויבענע טאג?
ונ''ל לתרץ בהקדם פין נאך א מימרא ידועה ,בשעה שעלה משה למרום לקבל התורה אמרו מלאכי השרת תנה הודך על השמים וכו' ,צר קלסתר פניו של משה כאברהם אבינו ואמר להם,הלא זהו שאתם אכלתם אצלו בשר וחלב...
איז שווער וואס איז די גרויסע טענה אז די מלאכים האבען געגסען ביי עם בשר וחלב,ווייל זיי האבען געגעסען ביי אברהם אבינו קומט זיך זיי נישט די הייליגע תורה? האבען די אידען נישט עובר געווען קיין שום עבירות ביז דאן?
נאר ס'איז באקאנט אז די וועלט שטייט אויף דריי עמודים,תורה,עבודה,וגמילת חסדים.כלפי תורה ועבודה איז קלאר אז די מלאכים זענען אויף א העכערע דרגא ווי אונז ,זיי האבען דאך נישט קיין יצר הרע וואס זאל זיי אפרעדען דערפין .אבער אין די מידה פין חסד דא זענען מיר אידען שטערקער ווייל דאס איז בכלל נישט שייך ביי זיי ,יעדע מלאך האט וואס ער דארף משא''כ מענטשען דארפען כסדר געבען און באקומען פין אנדערע.האט דער באשעפער געזאגט הרי אתם אכלתם אצלו עטס האטס געגעסען ביי עם ער האט געמאכט הכנסת אורחים מיט ענק - גמילת חסדים,וואס דאס איז נישט שייך ביי ענק ממילא קענט עטס נישט האבען די תורה ווייל עס פעלט ענק א ריזען טייל וואס עטס וועטס נישט קענען מקיים זיין.
לויט דעם פארשטייט מען שוין זייער גיט פארוואס בעינן נמי לכם ,דהיינו ברענג אריין געסט צום סעודה ,פריי דיך לכבוד יו''ט מיט מעדנים ומטעמים ווייל דאס האט גורם זיין אז מיר זאלען באקומען די תורה און נישט די מלאכים.
לפי זה קען מען אפשר אויך זאגען פשט אין די גמ' ווייטער ,רב יוסף ביומא דעצרתא אמר הב לי עגלא תלתא ,אמר אי לא האי יומא דקא גרים כמה יוסף איכא בשוקא ,איז שטעלט זיך די פראגע א)פארוואס דוקא אן עגלא תלתא האט ר' יוסף געוואלט ב)וואס איז פשט אינעם לשון האי יומא דקא ''גרים'' לי' ער וואלט געדארפט זאגען אי לאו דנתנו תורה היום וכדומה, דער לשון קא גרים איז משמע אז מ'רעדט פין א צווייטע טאג און נישט פין שבועות,נאר לפי אונזער הקדמה פארשטייט מען שוין גאר גיט ,אן עגלא תלתא האט ער געבעטען לרמז די שלשה בקר וואס אברהם אבינו האט געגעבען פאר די מלאכים צו עסען און וועגען דעם האט ער טאקע געזאגט אי לא האי יומא - גייט ארויף אויף יענע טאג וואס די מלאכים האבען באזיכט ביי אברהם און ער האט מקיים געוועען הכנסת אורחים מיט זיי,דקא גרים – וואס דאס האט גורם געווען אז מיר זאלען טאקע קענען מקבל זיין די תורה, וואס ווען נישט דעם,כמה יוסף איכא בשוקא ווייל די מלאכים וואלטען עס באקומען.
ואפשר לומר אז דעס איז אויך א טעם לגבי וואס מיר עסען מיליכיגס אויף שבועות אלס זכר צו די חמאה וחלב וואס אברהם האט סערווירט פאר די מלאכים וואס אדאנק זיין מדת החסד האבען מיר ,זיינע יורשים די גומלי חסדים באקומען די הייליגע תורה על הר סיני ביומא דעצרתא.