דרשה לרגל חג השבועות תשע"ד הבעל"ט

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

דרשה לרגל חג השבועות תשע"ד הבעל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

א
כדרכנו בקודש וועלען מיר מקדים זיין א מעשה
די מעשה איז געווען ביים גאון ר' חיים בריסקער זצ"ל
א גאסט איז ביי אים איינגעשטאנען און ר' חיים האט זיך מטריח געווען אים אויף צו נעמען כראוי
ער האט אליין אים צו געגרייט א בעט
אליין אים געגעבען צו עסען
און דער גאסט וואונדערט זיך: ר' חיים, לאזט מיר אייך העלפען, פארוואס זענט איר זיך אזוי מטריח? און ר' חיים ענטפערט נישט
נעקסטען אין דער פריה ביי שחרית זאגט ר' חיים אהן דער גבאי אז ער זאל מכבד זיין דער גאסט מיט הגבהה
גייט דער גאסט און שטייט שוין גרייט אויף צו הייבען דעם ס"ת
קומט ר' חיים צו אים און זאגט אים: לאזט מיר אייך העלפען, פארוואס זענט איר אייך אזוי מטריח....
און דער פשט אז אויף א מצוה איז דאך די טירחא א חשובע חלק און הכנסת אורחים איז א מצוה אזוי ווי הגבהת ספר תורה
די מצוה פון הכנסת אורחים איז ביי אונז א ירושה פון אברהם אבינו
און איז ביי אונז אזוי חשוב און זעלבסט פארשטענדליך אז עס שאפט גאר א נפקא-מינה לגבי הילכות יום טוב
ב
דער רמב"ם אין ה' תמידין ומוספין פרק ח' הלכה ח' שרייבט ואין עשייתן [פון די שתי הלחם אויף שבועות] דוחה יום טוב ואצ"ל שבת
אלא אופין אותן מערב יו"ט שנאמר הוא לבדו יעשה לכם, לכם ולא לגבוה
הגאון ר' אלעזר פלעקעלס זצ"ל בספרו תשובה מאהבה [והובא גם בטעם המלך ה' יו"ט] פרעגט א שווערע קשיא
אין פסחים דף מ"ו ע"ב איז דא א באקאנטע סוגיא
אויב איינער באקט פון יום טוב אויף וואכען טאג
איז דא א מחלוקת אמוראים
רבה האלט אז ער באקומט נישט קיין מלקות, ווייל ער האלט אז הואיל ואי מיקלעי ליה אורחים חזי ליה השתא נמי חזי ליה
דאס הייסט אז וויבאלד עס קען זיך מאכען אז געסט וועלען קומען מוז ער דאך האבען מיט וואס זיי מכבד צו זיין
הייסט דאס באקען א צורך יום טוב, און נישט נאר אויף חול
אבער רב חסדא האלט אז אויב באקט ער ניום טוב לחול באקומט ער מלקות, ווייל ער האלט נישט פון הואיל
איז דארט אין די גמרא א גאנצע שקלא וטריא
רבה פרעגט רב חסדא: אויב דו האלסט נישט פון הואיל וויאזוי קען מען קאכען פון יום טוב אויף שבת
עירוב תבשילין איז דאך נאר א תקנת חכמים און וויאזוי קען דאס מתיר זיין אנ'איסור דאורייתא
ענטפערט רב חסדא אז מן התורה זענען צרכי שבת מותר צו מאכען אויף יום טוב
נאר חכמים האבען גע'אסר'ט ווייל זיי האבען געוואלט אז מענטשען זאלען איינזעהן
אז אפילו פון יו"ט אויף שבת מעג מען נישט קאכען
איז אוודאי פון יום טוב לחול איז גאר שטארק דער איסור פון קאכען און באקען
און אויף דעם ארויף האבען חכמים מתקן געווען עירובי תבשילין וואס ווייזט אויף אז עס איז נישט סתם מותר צו קאכען
אפילו מיום טוב לשבת, וקל וחומר מיו"ט לחול
נאך האט רבה געפרעגט רב חסדא'ן פון די משנה ביי לחם הפנים אז ווען יום טוב פאלט פרייטיק מעג מען נישט באקען די לחם הפנים
לצורך שבת, און לפי רב חסדט וואלט דאס דאך געדארפט זיין מותר וויבאלד מן התורה צרכי שבת נעשין ביו"ט
איי חכמים האבען גע'אסר'ט, אבער דאס איז דאך נאר א שבות און אין שבות במקדש
ענטפערט רב חסדא אז נאר שבות קרובה התירו, דהיינו א זאך וואז וועט גענוצט ווערען גלייך דער טאג דערנאך
אבער שבות רחוקה, אזוי ווי לחם הפנים וואס וועט הערשט געגעסען ווערען צוויי שבתים ארום, האט מען נישט מתיר געווען
רב מרי האט געפרעגט אויף רב חסדא פון די זעלבע משנה נאר פון שתי הלחם
אז עס שטייט אז מען האט נישט געבאקען די שתי הלחם אויף יום טוב
נאר מערב יום טוב, און אויב האלט מען ווי רב חסדא אז צרכי שבת נעשין ביו"ט איז דאך ק"ו אז צרכי יו"ט נעשין ביו"ט
אבער נאך רבה איז נישט שווער, רש"י איז מסביר ווייל אויב איז די מאכל דערווייל אסור]
אזוי ווי שתי הלחם וואס איז אסור באכילה ביז שחיטת הכבשים וזריקת דמם
וועט הואיל נישט העלפען, און תוספות לערנט אז הואיל העלפט נישט אויב דער עיקר האפייה איז נישט לצורך אכילה ביום טוב
נאר לצורך מצוה פון הקרבת זבח אבער לפי רב חסדא וואלט לצורך מצוה אויך געדארפט זיין מותר] און
די גמרא ענטפערט אז ביי קרבנות איז דא א ספעציעלע ילפותא
שאני התם דאמר קרא לכם, און לכם מיינט ולא לגבוה
ג
זעהט מען פון די גאנצע מהלך אין די גמרא אז די ילפותא פון לכם ולא לגבוה איז נאר נייטיק לפי רב חסדא
אבער רבה דארף נישט צוקומען צו די ילפותא
איז דאך שווער ווייל פון דער רמב"ם זעהט אויס קלאהר אז ער פסקנ'ט ווי רבה
אין ה' יום טוב פרק א' הלכה ט"ו שרייבט ער דאך : המבשל ביו"ט לגויים או לבהמה או להניח לחול אינו לוקה
שאילו באו לו אורחים היה אותו תבשיל ראוי להן
און די נו"כ דארט זאגען אז דער רמב"ם פסקנ'ט ווי רבה
אויב אזוי פארוואס ברענגט ער אין ה' תמידין ומוספין א טעם וואס שטימט לפי רב חסדא
די קשיא איז געווארען באהאנדעלט דורך מערערע גדולים
וועלען מיר בעז"ה אראפברענגען עטליכע פון זייערע תירוצים
און דערנאך מצדד זיין וויאזוי מיר ווילען לענ"ד פארענטפערען די קשיא
ד
דער עונג יום טוב סי' מ"ד האט זיך געשטעלט אויף די גמרא אז היות רבה האט אליין געפרעגט פון די משנה פון לחם הפנים
אוןיב אזוי פארוואס האט ער אליין אויך נישט געפרעגט פון שתי הלחם וואס איז דאך די זעלבע משנה
נאר רב מרי האט פון דארט געפרעגט
זאגט דער עונג יו"ט אז אין מנחות דף מ"ו ע"ב שטייט
ת"ר שתי הלחם הבאות בפני עצמן [לפי רבי עקיבא אז כבשים אינן מעכבין את הלחם] יונפו
ותעובר צורתן [מען זאל זיי איבערלאזען די נאכט פסול צו ווערען בלינה] ויצאו לבית השריפה
פרעגט די גמרא מה נפשך, אי לאכילה אתיין ליכלינהו
אי לשריפה אתיין לישרפינהו לאלתר, למה להו עיבור צורה
ברענגט די גמרא צוויי תירוצים
רבה זאגט אז בעצם זענען די שתי הלחם ראוי צו עסען
נאר חכמים האבען גוזר געווען מען זאל זיי נישט עסען
ווייל נעקסטע יאהר וועלען זיי יא האבען כבשים און דעמאלס מעג מען דאך נישט עסען די לחם פאר זריקת דם הכבשים
ויאמרו אשתקד מי לא אכלנו לחם בלי כבשים, השתא נמי ניכול
און רב יוסף זאגט אז לעולם לשריפה אתיין אבער מען קען זיי נישט פארברענען גלייך ביז נאך יום טוב
ווייל אין שורפין קדשים ביום טוב
טענה'ט דער עונג יו"ט אז דערפאר האט רבה נישט געקענט פרעגען פון די שתי הלחם
ווייל לדידיה זענען זיי בעצם ראוי לאכילה אפילו פאר די הקרבת הכבשים
די כבשים זענען דאך נישט מעכב בכלל צו די היתר אכילה
ווייל אפילו אויב עס זענען בכלל נישטא קיין כבשים מעג מען מה"ת עסען די שתי הלחם
און אפילו מען האלט נישט פון רב חסדא'ס יסוד אז צרכי שבת נעשין ביום טוב
נאר ווי רבה זאגט אז מען האלט פון הואיל ואי מיקלעי ליה אורחים
וועט אויך זיין שווער פארוואס באקט מען נישט די שתי הלחם אויף יום טוב
זיי זענען דאך נישט אסור דערווייל [אין אמת'ן שטימט דאס נאר מיט רש"י'ס מהלך אין די סוגיא, אבער לפי תוספות
איז די פראבלעם ווייל דער עיקר אפייה איז נישט לצורך אכילה] קומט אויס אז אפילו רבה דארף צוקומען צו די ילפותא
שטימט דערפאר פארוואס דער רמב"ם האט געברענגט לכם ולא לגבוה אלץ טעם פארוואס מען באקט נישט שתה"ל אויף יו"ט
און שתי הלחם הייסט בעיקר לה' און הערשט שפעטער ווערט עס איבערגעגעבען צום כהן
אבער פון לחם הפנים האט ער יא געפרעגט ווייל דאס הייסט נישט לגבוה
דער דברי מלכיאל חלק ג' סימן כ"ד וכ"ה דינגט זיך אויף דעם
ווייל די סיבה פארוואס מען מעג נישט עסען די שתי הלחם פאר הקרבת הכבשים
איז נישט מחשש שמא יפסלו או יאבדו הכבשים וואס לפ"ז וואלט טאקע לפי רבה די שתה"ל נישט געווען אסור באכילה
ווייל די כבשים זענען נישט מעכב את הלחם און אפילו אויב זיי ווערען פסול אדער פארלוירען איז מה"ת די לחם מותר באכילה
נאר ווייל די זריקת הדם איז טאקע א מתיר די לחם באכילה אזוי ווי די משמעות פון רש"י אין די סוגיא
און אויב אזוי ווילאנג די כבשים זענען יא דא זענען די שתה"ל אסור באכילה פאר די זריקת הדם
ה
דער תורת חסד חלק א' סימן נ"ד אות ד' זאגט אז אויב איז דער איסור אפיית הלחם ביו"ט נאר ווייל עס איז נישט שייך הואיל בכה"ג
איז דער איסור האפייה אלץ מלאכה ביום טוב וואס איז בעשה ולא תעשה
און די מצות האפייה קען נישט דוחה זיין עשה ולא תעשה
ולפי זה נשים וואס זענען פטור ממצות עשה שהזמן גרמא איז ביי זיי דאך נאר דא א לאו פון מלאכה ביו"ט
וואלט מען געקענט הייסען א פרוי צו באקען די שתי הלחם אויף יום טוב
ווייל ביי איר איז דאך עשה דוחה לא תעשה
דערפאר דארף מען אנ'עקסטערע ילפותא פון לכם לא לגבוה וואס איז א לאו הבא מכלל עשה
און אע"פ אז עס האט א דין ווי אנ'עשה און עס איז דאך זמן גרמא
דאך זענען נשים מוזהרות אויף א לאו הבא מכלל עשה שהזמן גרמא
און היות דער רמב"ם פסקנ'ט ווי רב אשי אז די סיבה פארוואס אין שורפין קדשים ביו"ט איז ווייל אין עשה דוחה לתו"ע
דארף ער טאקע צוקומען צו די ילפותא פון לכם ולא לגבוה עכ"ד
אביסעל שווער אויף דעם איז ווייל עס ווערט אהנגענומען אז דער רמב"ם האלט ווי דער חינוך אז
נשים זענען יא מוזהר אויף דער עשה דשבתון ווייל עס איז דא דער לאו פון כל מלאכת עבודה לא תעשו
און וויבאלד זיי זענען מחוייב צו היטען דער לאו אפילו עס איז הזמן גרמא
זענען זיי שוין אויך מוזהר אויף די עשה וואס גייט מיט דעם לאו צוזאמען
ו
בעזהשי"ת קען מען אפשר זאגען באופן אחר
ממש בדרך פלא איז מיר נזדמן געווארען א מאירי אין פסחים דף מ"ו ע"ב
ער איז מחדש דארט אז לרב חסדא אויב איינער איז אופה מיו"ט לחול און למעשה קומען יא אורחים אויף יום טוב
און זיי עסען דאס געבעקס וועט דער אופה נישט באקומען קיין מלקות
איי אויב אזוי איז דאך אלעמאהל א ספק אפשר וועלען דאך קומען אורחים
זאגט דער מאירי אז רב חסדא האלט אז התראת ספק שמה התראה
און מען גיט אים א התראה אז אויב וועלען נישט קומען קיין אורחים
און עס ווייזט זיך אויס אז ער האט טאקע געבאקען מיו"ט לחול וועט ער באקומען מלקות
און דאס הייסט א גוטע התראה
לפי זה איז דא אנ'אלטערנאטיווע סיבה פאר נישט צו באקומען קיין מלקות אויף אפייה מיום טוב לחול
אויב מען האלט התראת ספק לאו שמה התראה וועט מען נישט קענען געבען מלקות
עס איז דאך א ספק אפשר וועלען למעשה יא קומען אורחים
ז
בשיטת הרמב"ם לגבי התראת ספק איז דא א טומעל
ער שרייבט אין הילכות סנהדרין פרק ט"ז הלכה ד' ביי לאו הניתק לעשה אז התראת ספק שמה התראה
און לאידך גיסא שרייבט ער אין ה' שבועות פרק ה' הלכה ב' אז אויב איינער איז נשבע אז איינער זאל טוהן כך וכך
באקומט ער נישט קיין מלקות ווייל עס קען דאך זיין אז יענער וועט הערען און טאקע יא טוהן כך וכך
איז עס דאך א התראת ספק און לאו שמה התראה
דער נודע ביהודה תניינא חאהע"ז סי' ע"ז און דער באקאנטע גאון ר' אייזיל חריף ז"ל אין עמק יהושע סימן י"ט ווילען מחלק זיין
אז ווי דער ספק איז בידו מברר צו זיין אויס צו פיהרען כרצונו זאגט מען התראת ספק שמה התראה
אבער אויב איז דער ספק תלוי בדעת אחרים וואס ער קען נישט מכריח זיין
איז דער ספק אזא מין ספק אויף וואס די התראה הייסט נישט קיין ריכטיגע התראה
דער חת"ס אין חלק ו' ליקוטים סימן ס"ב און ר' שמעון ז"ל אין שערי יושר שער הספיקות פרק ד' זאגען
אז דער רמב"ם האלט דוקא ביי לאו הניתק לעשה ווי דער עבירת הלאו איז נישט בספק
נאר עס איז א ספק אויב ער וועט מנתק זיין דורך עשיית העשה אדער נישט
אין אזא פאל זאגט מען אז התראת ספק שמה התראה
אבער אויב איז דער עבירת הלאו בספק דעמאלס זאגט מען אז התראת ספק לאו שמה התראה
אויב אזוי לפי די ביידע מהלכים אין אונזער פאל ביי אופה מיו"ט לחול וואס עס איז א ספק צו געסט וועלען קומען
און אויב זיי קומען ווערט למפרע אויס די עבירת הלאו בכלל
וועט דער רמב"ם טאקע האלטען אז די התראה בכה"ג לאו שמה התראה
ח
קען מען אויב אזוי זאגען אז דער רמב"ם האלט טאקע בעצם ווי רב חסדא
און ער האלט נישט פון הואיל און צרכי שבת נעשין ביום טוב
און שטימט שוין פארוואס ער ברענגט די ילפותא ביי שתי הלחם אז מען מעג זיי נישט באקען אויף יו"ט
ווייל מען דרשנ'ט לכם ולא לגבוה אזוי ווי רב חסדא
און ווערט פארענטפערט אויך די קשיא פון ים של שלמה אין ביצה פרק ב' וואס פרעגט
פארוואס דער רמב"ם אין ה' יו"ט פרק ו' הלכה א' ברענגט דער טעם פאר עירובי תבשילין
אז עס איז כדי שיאמרו אין אופין מיו"ט לשבת, קל וחומר מיו"ט לחול
וואס דאס איז דאך נאר לשיטת רב חסדא
אבער לשיטת רבה איז דאס נישט די סיבה
נאר לפי דברינו איז נישט שווער ווייל דער רמב"ם האלט טאקע יא ווי רב חסדא
נאר די סיבת הפטור פון מלקות איז נישט וועגען הואיל
נאר ווייל עס איז א ספק אויף וואס מען זאגט התראת ספק לאו שמה התראה
עס איז אויך מדוייק אין דעם לשון פון רמב"ם
ער שרייבט אינו לוקה שאילו באו לו אורחים היה אותו תבשיל ראוי להן
אויב גייט דאס לפי רבה איז דאך עיקר חסר מן הספר
די סברא לפי רבה איז דאך אז הואיל אויב עס קומען געסט דארף ער דאך עפעס האבען זיי מכבד צו זיין
השתא נמי חזי ליה, הייסט דאס שוין יעצט לצורך היום
און דער רמב"ם ברענגט נישט אראפ דער אויספיהר פון השתא נמי חזי ליה
וואס דאס איז די גאנצע יסוד פון רבה'ס פטור
ער שרייבט נאר אז עס איז א ספק אפשר וועלען קומען געסט
איז לכאורה מדוייק כמש"כ אז דער פטור איז טאקע ווייל עס בלייבט א ספק
און אין אזא מין ספק זאגט מען התראת ספק לאו שמה התראה
ט
והעירני מיין חברותא ידידי ר' אריה יהודה מאיער נ"י
אז הגה"ק ר' אלחנן ז"ל ברענגט דער מאירי אין זיין קובץ שיעורים פסחים אות קצ"ג
ער פרעגט דארט א קשיא אויף דער מאירי
ווייל שטייט אין מנחות ס"ד ע"א איתמר שחט שתי חטאות של ציבור [כגון בר"ח או ביו"ט שחל בשבת] ואינו צריך אלא אחת
אמר רבה ואיתימא רבי אמי חייב על השניה ופטור על הראשונה
ואפילו נתכפר לו בשניה און רש"י איז דארט מסביר כגון שנשפך דם הראשונה לאחר שחיטת השניה
און מען וואלט געקענט טענה'ן אז פאר די ערשטע איז ער פטור ווייל ער האט דאך געשחט'ן ברשות
און די צווייטע איז דאך סוכ"ס געווען לצורך זאל ער אויך זיין פטור
קמ"ל אז ער איז חייב אויף די צווייטע ווייל אזלינן בתר שחיטה
פרעגט ר' אלחנן ז"ל אז לפי דער מאירי אזוי ווי ביי אופה מיו"ט לחול אויב קומען אורחים וועט ער זיין פטור
ווייל למעשה איז עס טאקע געווען לצורך, וואלט אויך געמוזט אזוי זיין ביי שחט שניה אז ער זאל זיין פטור
אויב נשפך דם הראשונה ווייל למעשה איז שחיטת השניה געווען לצורך
יוד
קען מען אפשר זאגען על פי דער שפת אמת דארט
ער פארענטפערט די תמיהה פון לחם משנה פארוואס דער רמב"ם אין הילכות שגגות פ"ב הט"ו
ברענגט נישט אז אפילו נתכפר בשניה איז ער חייב על שחיטת הראשונה
זאגט דער שפת אמת אז דער רמב"ם לערנט פשט אין די גמרא
נישט ווי רש"י אז עס רעדט זיך ווען נשפך דם הראשונה
נאר עס רעדט זיך ווען שתיהן קיימין לפניו און ער קען טוהן די זריקה פון וועלכער קרבן ער וויל
דעמאלס אויב ער באשליסט צו טוהן די זריקה מיט די דם השניה איז ער טאקע חייב
אבער אויב עס איז נשפך געווארען דם הראשונה און ער האט גענוצט די שניה
וועט ער פטור זיין לפי הרמב"ם ווייל קמי שמיא גליא אז שחיטת השניה איז געווען לצורך
און רש"י וואס האט נישט געוואלט אזוי לערנען איז ווייל ער האלט אז אין אזא פאל ווען שתיהן קיימין לפניו
וועט דער צווייטער נישט זיין כשר לקרבן משום מצוה הבאה בעבירה
וע"ש שפלפל בזה באריכות
עכ"פ קען מען לפי זה פארענטפערען ר' אלחנן'ס קשיא
ווייל דער מאירי קען דאך לערנען פשט אין די גמרא אזוי ווי דער שפת אמת אליבא דהרמב"ם
אז די גמרא רעדט נישט אין א פאל ווען נשפך דם הראשונה
נאר ווען שתיהן קיימין לפניו און ער אליין באשליסט צו נוצען די שניה
דעמאלס איז ער טאקע חייב על השניה ווייל עס איז נישט געווען לצורך
יא
דער טל תורה אין ביצה כ"ה ע"א ברענגט א מערקווירדיגע אבני נזר
אז מען טאהר נישט קאכען אויף יום טוב לצורך אכילת פחות מכזית
ער איז מוכיח דאס פון די משנה אין ביצה: לא ישחוט מסוכנת אא"כ יש שהות לאכול כזית מבעוד יום
אז דער תנא איז מדייק צו שרייבען כזית דייקא
אויך אין חידושי חשק שלמה אויף משניות דארט זאגט ער אזוי
און ברענגט אויך אזוי אראפ פון ס' המאיר לעולם בשם דער גדול ממינסק ז"ל
דער אבני נזר וויל אזוי ארום פארענטפערען פארוואס מען האט נישט געבאקען די שתי הלחם אויף יום טוב
וויבאלד חז"ל דערציילען אונז אז די כהנים האבען נאר געגעסען פון דעם כפול
דערפאר האט מען נישט געמעגט באקען אוף יו"ט וויבאלד מען האט נישט געגעסען דערפון כאטש א כזית
עכ"ד בס' טל תורה שם
אינטערעסאנט איז אבער אז אין אגלי טל מלאכת טוחן סק"ל בלייבט ער נישט אזוי
ער זאגט אז די אכילה פון אלע כהנים וואלט זיך מצטרף געווען להתיר האפייה
וויבאלד עס שטייט אך אשר "יאכל" וואס מיינט עס איז גענוג אז עס ווערט געגעסען
ער שטעלט צו די גמרא זבחים ל"א ע"ב ביי פיגול אז מחשבת אכילה פון איין כזית לכמה אנשים
אפילו ביותר מכדי אכילת פרס איז זיך טאקע מצטרף און דער קרבן ווערט פיגול
און מען דרשנ'ט דאס פון פסוק ואם האכול "יאכל" וואס מיינט אז עס ווערט געגעסען פאסיוו
און דערפאר ווערט מצטרף די אכילה פון עטליכע מענטשען
איז אזוי אויך לגבי אוכל נפש איז גענוג אז א כזית ווערט געגעסען דורךעטליכע מענטשען
יב
מען טרעפט אז אפילו פאר מתן תורה האבען די אבות הק' געהיטען די תורה און אפילו מצוות דרבנן
עס איז דאך א משנה מפורשת סוף קידושין: מצינו שעשה אברהם אבינו את כל התורה כולה עד שלא ניתנה
שנאמר עקב אשר שמע אברהם בקולי וישמור משמרתי מצוותי חוקותי ותורותי
און אין יומא כ"ח ע"ב שטייט אויך אז רב האט געזאגט קיים אברהם אבינו כל התורה כולה
שנאמר עקב אשר שמע אברהם בקולי וגו' אמר רבא ואיתימא רב אשי קיים אברהם אבינו אפילו עירובי תבשילין
שנאמר תורותי אחת תורה שבכתב ואחת תורה שבעל פה
הג"מ ישעיה ברלין ז"ל פרעגט טאקע לימא כתנאי, וואס זענען די אמוראים עפעס מוסיף אויף די משנה
ובאמת יש להעיר אין די שינוי הלשון
אין די משנה שטייט עשה און אין די גמרא שטייט קיים
עשה הערט זיך בעסער, ווייל לכאורה דער לשון פון קיים שטימט נאר ווען מען איז מצווה ועושה
און די אבות זענען דאך נישט מצווה געווען עס איז דאך געווען פאר מתן תורה
אויך אין מדרש משלי איז דא א נפלא'דיגע מדרש
וואס איז משמע אז נאר די מצוות המחוייבות ווערט גערעכענט אויף זייער קרעדיט
אויף דעם פסוק רבות בנות עשו חיל ואת עלית על כולנה שטייט דארט
אדם הראשון נצטווה על שש מצוות, נח על אבר מן החי, אברהם על המילה, יצחק חנכו לשמונה
יעקב על גיד הנשה, יהודה על היבמה, ישראל על רמ"ח מצוות עשה כנגד רמ"ח אברים
כל אבר ואבר אומר לו לאדם בבקשה ממך עשהבי מצוה זו
ושס"ה מצוות לא תעשה כנגד ימות החמה, וכל יום ויום אומר לאדם אבקש ממך שלא תעשה בי עבירה זו
האב איך געטראכט אז אפשר דאס איז די כוונה אין מדרש
אז ווען מען רעכענט צוזאמען די מצוות פון די צדיקים פאר מתן תורה
איז עס אכט און פערציג
וואס דאס איז די גימטריא פון חי"ל
זאגט דער פסוק רבות בנות האבען טאקע געטוהן צוזאמען אכט און פערציג מצוות
אבער דו כלל ישראל דו האסט אזוי פיהל מצוות
רמ"ח מצוות עשה און שס"ה מצוות לא תעשה
את עלית על כולנה
קומט דאך עכ"פ אויס אז די אבות האבען נאר למעשה געטוהן א קליינער צאהל מצוות
טא וואס מיינט קיים כל התורה כולה עד שלא ניתנה
קען זיין אפשר עס איז באוויסט דער מדרש אין ילקוט שמעוני פ' במדבר רמז תרפ"ד
בשעה שקבלו ישראל את התורה נתקנאו אומות העולם בהן
מה ראו להתקרב יותר מן האומות
סתם פיהן הקב"ה אמר להן: הביאו לי ספר יוחסין שלכם, שנאמר הבו לה' משפחות עמים, כמו שבני מביאין
איז דער פשט אזוי ווי דער תוספות יו"ט אויף פרקי אבות פרק ה' משנה ג' טייטשט
אז דוקא ביי עשרה נסיונות נתנסה ,שטייט אברהם מיט דעם טיטעל "אבינו" שרייבט ער
שאנו זוכים ומקבלים טובה בזכותו זה שעמד בכל הנסיונות לפיכך קוראו התנא בכאן אבינו נ"ל
דהיינו אז די אמונה, די קבלת עול התורה והמצוות איז ביי אונז איינגעבאקען דורך אברהם אבינו'ס עבודה
דאס וועט האבען ביי אונז א קיום לעולם ועד
קען זיין אז דאס איז די כוונה פון די גמרא אין יומא "קיים" אברהם אבינו כל התורה כולה
אברהם אבינו האט געגעבען די תורה א קיום ביי זיינע צאצאים עד סוף כל הדורות
זאלען מיר טאקע זוכה זיין מקבל זיין די תורה מאהבה
ונהיה אנחנו וצאצאינו וצאצאי עמך בית ישראל כולנו יודעי שמך ולומדי תורתך לשמה
ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים בב"א
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

נו? ווער מאכט א פידיעף פון דעם?
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

דרשה לרגל חג השבועות תשע_ד הבעל_ט.pdf[/attachment]
אטעטשמענטס
אידישע וועלט פארומס • זעה די אשכול - דרשה לרגל חג השבועות תשע_ד הבעל_ט.pdf
דא האט איר
(209.94 KiB) געווארן דאונלאודעד 187 מאל
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

מ,ס,פ,

זייער שיין ;l;p-
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

וואנדער איבער וואונדער, הערליך.

א גרויסן דאנק.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

לשם יחוד קוב"ה... גיי מיר יעצט דורכלערנען די דרשה בעיון.
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

געוואלדיג!

דברי פי חכם חן.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

א דאנק אייך פאר מעיין זיין
תזכו למצוות
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
קהלס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 12:16 pm
לאקאציע: אין קהל'ס אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהלס נאר »

שיין געשריבן
פרייט אייך ברידערלעך! זייט בשמחה!‎‎‎‎
אוועטאר
מי אני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 19, 2014 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי אני »

געוואלדיג!
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

ארויף
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

גיימער פרובירן מעיין זיין
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”