לב בשר האט געשריבן:בכלל האבעך שוין אויבן געשריבן, די בעש״ט שרייבט אין די בריוו פאר זיין שוואגער אז משיח האט אים געזאגט אז ער וועט קומען ווען די וועלט וועט קענען מאכן יחודים און עליות נשמה אזוי ווי דער בעש״ט...
דער בעש״ט שרייבט דארט ווייטער אז ער האט געוואלט אויסלערנען געוויסע סגולות און שמות פאר אנדערע אז זיי זאלן אויך קענען מאכן עליות נשמה, וילמדו וישיגו כמו אני, ולא נתנה רשות כל ימי חיי לגלות זאת.
מ׳דארף צוקומען צו עליות נשמה צו משיג זיין השגת אורו של בעש״ט (שנוגע ענין הגאולה)...
קוקטס אריין אין די בריוו בפנים.
יעדער בר דעת פארשטייט אז מיר, און די דורות הבאים, האבען קיין שייכות צו די ענינים, ויבוא משיח צדיקינו ויגאלינו בב״א.
יא יא ווען מען איז מעתיק א קליין שטיקל קען דאס אויסקוקן ווי אין די תורה שטייט ועבדתם אלהים אחרים.... דער בעש"ט ווינדערט זיך דארט ותמהתי ע"ז והי' לי צער גדול באריכות הזמן כל כך וכו', ער האט צער אויף די אריכות הזמן, און אויף דעם זאגט ער אז ער האט מקבל געווען 3 שמות וואס דורכדעם וועט דאס נישט זיין אזוי שווער און עס וועט נתגלה ווערן זיין דרך איינס צוויי ווייל די 3 שמות איז בניקל ללמוד ולפרש. און אויף דעם שרייבט ער אז מען וועט קענען אנקומען גרינג צו גרויסע מדריגות, און די 3 שמות "לא נתנה רשות כל ימי חיי לגלות זאת" די וועג וויאזוי מען קען פלוצלינג אנקומען צו עליות...
בקיצור דאס וואס ער שרייבט ולא נתנה רשות כל ימי חיי לגלות זאת, רעדט ער נישט בעצם פון זיין דרך און פון זיינע מעיינות, נאר ער רעדט פון עפעס א שנעלע לייטער וואס מען זאל דורכדעם פלוצלינג קענען ארויפליען און הימל... און דאס האט מען אים נישט געגעבן קיין רשות צו מגלה זיין.
מה שאין כן די עצם מעיינות הבעש"ט איז יא שייך צו פארשפרייטן, נאר די בעש"ט ווינדערט זיך דארט און האט צער "באריכות הזמן" אז עס גייט נישט אין איין מינוט צו פארשפרייטן אויף די וועלט די אור פון די בעש"ט.
אבער טאקע במשך הדורות איז דאס יא געווארן מער און מער פארשפרייט, און אוודאי איז דאס א קירוב הגאולה, און ווי די לשון פון די עטרת צבי מזידיטשויב וואס שרייבט טאקע אז בימיו איז שוין ב"ה יא דא א התפשטות פון די דרך הבעש"ט און אוודאי איז דאס א קירוב הגאולה, ווי זיין לשון איז ועוד נוסף העירוני מן השמים
כי ראיתי התפשטות החסידות, ומרגלא בפומייהו שנתגלה חכמת הבעל שם טוב אשר נאמר בסוף ספר תולדות יעקב יוסף שבהתגלות תורת הבעל שם טוב הקדוש והנורא יבא משיח,.
און פונקט ווי האסט נישט געוויסט פון די בריוו פון די עטרת צבי וואס רעדט פון די יפוצו, אזוי אויך פעלט דיר פשוט חסרון ידיעה פון נאך צענדליגער פלעצער ווי עס ווערט דערמאנט די ענין פון יפוצו, דער קאמארנער דערמאנט דאס אויף עטליכע פלעצער, און נאך אסאך רעדן דערפון, אבער וואס פרעגסטו נאכאמאל?