קורצע עובדות און געדאנקען

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: אויפ'ן וועג צום רבי'ן

תגובהדורך בערל קראקאווער » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 1:01 pm

די וואכעדיגע סדרה פר' עקב שטייט די פסוקים

(יב) פֶּן תֹּאכַל וְשָׂבָעְתָּ וּבָתִּים טֹבִים תִּבְנֶה וְיָשָׁבְתָּ: (יג) וּבְקָרְךָ וְצֹאנְךָ יִרְבְּיֻן וְכֶסֶף וְזָהָב יִרְבֶּה לָּךְ וְכֹל אֲשֶׁר לְךָ יִרְבֶּה: (יד) וְרָם לְבָבֶךָ וְשָׁכַחְתָּ אֶת יְדֹוָד אֱלֹהֶיךָ הַמּוֹצִיאֲךָ מֵאֶרֶץ מִצְרַיִם מִבֵּית עבדים:

האב איך געהערט א מורא'דיגע ווארט נאכזאגן פון הייליגן רבי ר' זושא, האט ער געזאגט אזוי: אז אידישע קינדער וועלן האבן גרויסע הייזער, שאף און רינדער, אסאך געלט, אזוי אלעס וואס די פסוקים רעכנט אונז אויס דא.

דעמאלטס וועט זיין ורם לבבך, אידישע קינדער וועלן זיין דערהויבן, וועט זיין ושכחת, א לשון פון שכיח, וועט זיין שכיח ביי דיר השם אלקך!
אזוי האבן צדיקים אריינגעטייטשט אין די פסוקים לטובת אידישע קינדער.

מ'קען שוין צולייגן דאס באקאנט ווארט פון רבי מאיר'ל פרעמישלאנער וואס האט געטיישט די גמ' יאי' עניותא לישראל, האט ער געזאגט אידישע קינדער דארפן האבן א שיין ארעמקייט, דהיינו עטליכע הייזער אפאר יאך פעלד און אזוי ווייטער און ווייטער דאס הייסט א שיין ארעמקייט.

זאל דער אייבערשטער העלפן אז אידישע קינדער זאלן האבן הרחבה, אזוי ווי דער הייליגער בארדיטשובער האט געזאגט, ווייל פארוואס דארפן דען אידן הרחבה, ווער וועט האבן ריוח דערפון? נאר דער אייבערשטער אליין! אידן וועלן קענען טוהן מצות ווי עס ברויך צו זיין, צאלן שכ''ל אין צייט, טיילן צדקה ווי עס ברויך צו זיין, אריינברענגן א שבת און יו''ט מיט הרחבה, אמן.

א לעכטיגן שבת
ראש הקהל
הויפט געווינער פון שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
וואס האט מען צו זארגן וואס וועט זיין מארגן, בעסער פאררעכטן וואס איז געווען נעכטן...

אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

תגובהדורך אי-רעלעווענט » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 1:04 pm

שייין ווארט. לייג צו די ווארט פון רבי מאיר׳ל זי״ע, שגר אלפיך ועשתרות צאניך, שיק דיינע טויזענטערס און פאשע דיינע שאף!

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: אויפ'ן וועג צום רבי'ן

תגובהדורך בערל קראקאווער » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 1:05 pm

אה געוואלדיג, אויך די וואך טאקע.
ראש הקהל
הויפט געווינער פון שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
וואס האט מען צו זארגן וואס וועט זיין מארגן, בעסער פאררעכטן וואס איז געווען נעכטן...

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 12:58 pm

קען זיין שוין באקאנט פאר יעדן, אבער וועט גארנישט געשעהן נאכמאהל דאס פארציילן, בבחינת האמנתי כי אדבר.

צוויי וואונדער השגחה עליונה מעשיות וואס האט פאסירט, איבערגעגעבן דורך הרה"ג ר' אברהם שארר שליט"א

א קורץ קליפ פון 4:14 מינוט

קרעדיט: Torah Anytime

אוועטאר
חמרא טבא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3994
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 2:48 pm

אי-רעלעווענט האט געשריבן:שייין ווארט. לייג צו די ווארט פון רבי מאיר׳ל זי״ע, שגר אלפיך ועשתרות צאניך, שיק דיינע טויזענטערס און פאשע דיינע שאף!

יאך האב געהערט ועשתרות צאניך און מאך רייך דיינע שאף
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חמרא טבא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3994
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 2:52 pm

בערל קראקאווער האט געשריבן:די וואכעדיגע סדרה פר' עקב שטייט די פסוקים

(יב) פֶּן תֹּאכַל וְשָׂבָעְתָּ וּבָתִּים טֹבִים תִּבְנֶה וְיָשָׁבְתָּ: (יג) וּבְקָרְךָ וְצֹאנְךָ יִרְבְּיֻן וְכֶסֶף וְזָהָב יִרְבֶּה לָּךְ וְכֹל אֲשֶׁר לְךָ יִרְבֶּה: (יד) וְרָם לְבָבֶךָ וְשָׁכַחְתָּ אֶת יְדֹוָד אֱלֹהֶיךָ הַמּוֹצִיאֲךָ מֵאֶרֶץ מִצְרַיִם מִבֵּית עבדים:

האב איך געהערט א מורא'דיגע ווארט נאכזאגן פון הייליגן רבי ר' זושא, האט ער געזאגט אזוי: אז אידישע קינדער וועלן האבן גרויסע הייזער, שאף און רינדער, אסאך געלט, אזוי אלעס וואס די פסוקים רעכנט אונז אויס דא.

דעמאלטס וועט זיין ורם לבבך, אידישע קינדער וועלן זיין דערהויבן, וועט זיין ושכחת, א לשון פון שכיח, וועט זיין שכיח ביי דיר השם אלקך!
אזוי האבן צדיקים אריינגעטייטשט אין די פסוקים לטובת אידישע קינדער.

מ'קען שוין צולייגן דאס באקאנט ווארט פון רבי מאיר'ל פרעמישלאנער וואס האט געטיישט די גמ' יאי' עניותא לישראל, האט ער געזאגט אידישע קינדער דארפן האבן א שיין ארעמקייט, דהיינו עטליכע הייזער אפאר יאך פעלד און אזוי ווייטער און ווייטער דאס הייסט א שיין ארעמקייט.

זאל דער אייבערשטער העלפן אז אידישע קינדער זאלן האבן הרחבה, אזוי ווי דער הייליגער בארדיטשובער האט געזאגט, ווייל פארוואס דארפן דען אידן הרחבה, ווער וועט האבן ריוח דערפון? נאר דער אייבערשטער אליין! אידן וועלן קענען טוהן מצות ווי עס ברויך צו זיין, צאלן שכ''ל אין צייט, טיילן צדקה ווי עס ברויך צו זיין, אריינברענגן א שבת און יו''ט מיט הרחבה, אמן.

א לעכטיגן שבת

די ווארט איז געדרוקט אין אור לשמים פ' פנחס בשמו אין בנין דוד אין פ' בראשית ברענגט ער עס בשם דער שפאלע זיידע
לעצט פאראכטן דורך חמרא טבא אום דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 11:36 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חמרא טבא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3994
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 2:54 pm

בערל קראקאווער האט געשריבן:זאל דער אייבערשטער העלפן אז אידישע קינדער זאלן האבן הרחבה, אזוי ווי דער הייליגער בארדיטשובער האט געזאגט, ווייל פארוואס דארפן דען אידן הרחבה, ווער וועט האבן ריוח דערפון? נאר דער אייבערשטער אליין! אידן וועלן קענען טוהן מצות ווי עס ברויך צו זיין, צאלן שכ''ל אין צייט, טיילן צדקה ווי עס ברויך צו זיין, אריינברענגן א שבת און יו''ט מיט הרחבה, אמן.

א לעכטיגן שבת

אויף דעם האט דאך רבי מאיר'ל געטייטשט צרופה אמרתך די תורה באשטייט פון מאד דהיינו געלט ועבדך אהבה וועגן דעם האט עס מאיר'ל ליב
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חמרא טבא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3994
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 3:01 pm

קיקיון האט געשריבן:בילד בשם הרה"ג ר' שלמה זלמן אוירבאך זצ"ל
אלול הוא זמן של חיפוש. "ויתורו את ארץ כנען" מתורגם:"ויאללון ית ארעא דכנען"

כ"ה בספה"ק שער המלך ועבודת ישראל
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10719
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 4:36 pm

בעאבאכטער האט געשריבן:קען זיין שוין באקאנט פאר יעדן, אבער וועט גארנישט געשעהן נאכמאהל דאס פארציילן, בבחינת האמנתי כי אדבר.

צוויי וואונדער השגחה עליונה מעשיות וואס האט פאסירט, איבערגעגעבן דורך הרה"ג ר' אברהם שארר שליט"א

א קורץ קליפ פון 4:14 מינוט

קרעדיט: Torah Anytime

מורא'דיג (בפרט די צווייטע מעשה, אויב אמת)
יישר כח פארן ברענגן
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 4:47 pm

יא, די צווייטע איז מורא'דיג.

פארוואס זאל דאס נישט זיין אמת? ס'קען דאך בוודאי זיין, עס פאסירט דאך כסדר מיט אונז, נאר בהעלם.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10719
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 11:41 pm

האסט געהערט אמאל דעם אויסדרוק TOO GOOD TO BE TRUE?
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 8:48 am

הרב לכאורה,
איר האט בוודאי זיך נישט געכאפט אז די עובדא איז א דירקטע מעשה פון באשעפער יתב"ש אליין און נישט א מופת פון א רבי'ן וכו'.
ולכן איז דער אויסדריק א פארדריסליך פאטאלן טעות, און מוז תיכף פארראכטן ווערן דורך אייך.

ולגופו של עובדא האט איך געמיינט צו זאגן, אז די מעשה קען געוויס געשעהן, און השי"ת מאכט מיט אונז כסדר ניסים נאר זיי זענען בהסתר, כלומר באהאלטענע השגחה.
די פראגע ביי די מעשה איז נאר צו דער באשעפער האט מגלה געוועהן זיין נס מיט אפענע השגחה אדער ניין.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12477
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 7:52 am

Screenshot 2017-11-06 20.18.11.png
Screenshot 2017-11-06 20.18.11.png (415.4 KiB) געזעהן 1281 מאל

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 9:31 am

ייש"כ
א "חסידישע" מעשה פונעם דייטשען גדול זצ"ל
זוכט איר דוי?

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12477
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג אפריל 16, 2018 2:18 pm

הרב שלו' טענדלער א מפקח אין ועד הכשרות ד'באלטימער STAR K אין א אינטערוויא 1:15 בענין די מכירת הביער דורך רב וויינפעלד פון OK דערציילט
א מאמר החכם פון מרן מהר"י ט"ב זי"ע וואס ער האט געהערט פון הרה"ג ר' משה היינעמאן זיין BOSS
הרה"ג ר' אהרן קוטלער זי"ע האט ממנה הרב היינעמאן ער זאל זיין בראש דעם בויען פון א מקוה טהרה אין לעיקווואד
איז הרב היינעמאן געדאנגען זיך שואל עצה זיין מיט מרן זי"ע
האט אים דער רבי זי"ע געזאגט
" א מקוה וואס מען דארף קוקען אין שו"ע בשעת בויען איז שוין פסול"

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12477
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג יולי 16, 2018 8:40 am

71wqVxA7AXL._SX522_.jpg
71wqVxA7AXL._SX522_.jpg (170.76 KiB) געזעהן 274 מאל


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט