צאנזער קשר אויף די תפילין של ראש
די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד
- אוזן שומעת
- שר העשר
- תגובות: 25
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 5:04 pm
צאנזער קשר אויף די תפילין של ראש
קען איינער אפשר צוצייגן אינסטרוקציעס, ווי צו מאכן א צאנזער קשר של ראש, יישר כח
- יוראפ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18361
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
- לאקאציע: על אדמת נכר
אזוי זוכענדיג האט מיר איינער געגעבן א קאפיע פון ספר תפלה למשה
איך האף אז איר וועט פארשטיין וואס דא שטייט - יענער האט מיר געזאגט אפילו מיט דעם איז עס נישט אזוי גרינג
[ס'איז טאקע נישט אזוי קלאר - עפעס א טערעטץ פארוואס סעט דיר אפשר נישט גיין]
בתקוה להצלחה
איך האף אז איר וועט פארשטיין וואס דא שטייט - יענער האט מיר געזאגט אפילו מיט דעם איז עס נישט אזוי גרינג
[ס'איז טאקע נישט אזוי קלאר - עפעס א טערעטץ פארוואס סעט דיר אפשר נישט גיין]
בתקוה להצלחה
- צוגעלייגטע
-
- צאנזער קשר-תפלה למשה.pdf
- (137.06 KiB) דאונלאודעד 251 מאל
-
- שר האלף
- תגובות: 1551
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm
איך האב נישט געטראפן פונקטליך ווי צו פרעגן מיין שאלה פרעג איך עס דא.
מיין בר מצוה רבי האט מיך עפעס געדרש'נט אז סאטמאר רב האט געהאט אן אנדערע שיטה ווי די וועלט בנוגע האלטן די תפילין של ראש בשעת'ן מאכן די ברכה, העכער'ן קאפ צו אין די הענט, עפעס אזוי, איך געדענק נישט פונקטליך.
איינער ווייסט אפשר פון וואס ער האט גערעדט? וואס האט סאטמאר רב אנדערש געטוהן וויאזוי די וועלט פירט זיך

ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך
-
- שר האלף
- תגובות: 1551
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm
טראק דרייווער האט געשריבן:נו, ווי שטייט דען אז נישט, ווי שטייט אז יא, און פארוואס האט ער זיך אזוי געפירט?
די וועלט מאכט כפי ההלכה כפשוטו עובר לעשייתן דהיינו מען לייגט ארויף אויפן קאפ קודם בלי הדק, נאכדעם מאכט מען די ברכה און דערנאך די הדקה אויפן קאפ, כדענק נישט פינקלעך די מקורות פארוואס די רבי האט זיך אנדערש געפירט כו׳
על "טעם וריח" אין להתווכח
- חוח בין השושנים
- שר האלפיים
- תגובות: 2688
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
טעם וריח האט געשריבן:טראק דרייווער האט געשריבן:נו, ווי שטייט דען אז נישט, ווי שטייט אז יא, און פארוואס האט ער זיך אזוי געפירט?
די וועלט מאכט כפי ההלכה כפשוטו עובר לעשייתן דהיינו מען לייגט ארויף אויפן קאפ קודם בלי הדק, נאכדעם מאכט מען די ברכה און דערנאך די הדקה אויפן קאפ, כדענק נישט פינקלעך די מקורות פארוואס די רבי האט זיך אנדערש געפירט כו׳
עס איז דא א שיטה אז ביים של יד הייסט נישט געלייגט ביז מען מאכט דעם הידוק, אבער ביים של ראש איז די הנחה אויפן קאפ - די מעשה המצוה.
וועגן דעם האט דער רבי קודם געמאכט די ברכה, פארן ארויפלייגן אויפן קאפ, סזאל זיין עובר לעשייתן.
עי' בספר ברכת התפילין עמ' ס ואילך, ובעמ' סה הוא מבאר את שיטת הרה"ק מסאטמאר.
בוא וראה איך הכסף מקלקל: הזכוכית כשהיא שקופה ונקיה אנחנו יכולים לראות דרכה את כל העולם, אבל אם נצפה אותה בכסף היא תהפוך לראי ואז נוכל לראות בה רק את עצמינו.
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט