חידושי תורה פון קינדער

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

חידושי תורה פון קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

איך עפן דא אן אשכול, וויבאלד עס מאכט זיך פיל מאל אז א קינד זאגט א געדאנק, א ווארט וואס ער האט געטראכט. רוב מאל איז דאס טאקע נארישע עמיראצישע געדאנקען, אבער אמאל אמאל פאלט אריין א גוט ווארט פון א קינד, וואס קען ליידער פארגעסן ווערן צוליב דעם וואס אין איש שם על לב, אז דער הבל פיהם פון תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא, פארמאגט א מורא'דיגע ריינקייט און הייליגקייט.

איך וועל אנהויבן מיט א שיינעם געדאנק פון מיין זיבן יעריגער, און מיר וועלן ווארטן צו הערן פון די חברים דא.

מיין זיבן יעריגער האט מיר געפרעגט א קושיא, פארוואס זאגט מען אז אליעזר איז געווען דער ערשטער שדכן וואס מיר געפינען אין די תורה, מיר געפינען א שדכן שוין פריער, דאס איז געווען שרה אמנו, בשעת זי האט אנגע'שדכנ'ט הגר פאר אברהם, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק. אויב אזוי קומט אויס אז זי איז געווען די ערשטע שדכנ'טע? שפעטער אין שבת קומט ער צוריק מיט א תירוץ, אז וויבאלד דער שידוך האט זיך נישט געהאלטן, נאך וואס אברהם האט פארשיקט הגר, הייסט דאס נישט קיין שידוך, און דעריבער ווערט שרה נישט פאררעכנט אלס די ערשטע שדכנ'טע.

מיין ניין יעריגער האט מחדש געווען פאריגע וואך, אז די ערשטע אותיות פון 'אברהם' איז 'אבר', אבער די ערשטע אותיות פון 'עפרון' איז 'עפר'. ביי א צדיק ווערט יעדע אבר אויסגעארבעט ווי עס דארף צו זיין, איז דער 'אבר' אן 'אבר', אבער ביי א רשע איז דאס 'עפר' - שטויב (גאנץ גוט - ווען עס שטייט ווען אין א חסידי'ש ספר וואלט מען עס אנגענומען אלס א שיין ווארט).
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

זיס ווי צוקער, טאקע טרעפליך, זאלסו שעפן אסאך נחת פון דיינע קינדער, לאורך ימים ושנים טובות
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6816
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

קענעהארע, אסאך אידיש נחת
אז די טייפסט עס שוין, סעיוו עס פאר זיי, גם כי יזקין...
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

זיס האט געשריבן:(גאנץ גוט - ווען עס שטייט ווען אין א חסידי'ש ספר וואלט מען עס אנגענומען אלס א שיין ווארט).

זייער א "זיס" ווארט
למעשה שטייט עס נישט אין קיין חסידיש ספר
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

גראדע האט מיר מיין ברודער פארציילט פאר עטליכי יאר צוריק, אז זיין אכט יעריגע יונגעל האט מחדש געוועהן טאקע דער וואך
אז דער מדרש זאגט אז בזכות יעקב נבקע הים, פארוואס טאקע בזכות יעקב,
האט ער גע'ענט'פערט, וויבאלד מ'זעהט און דער וואך, אז יעקב אבינו גלל את האבן מפי הבאר, וואס אלא אנדערע האבן נישט געקענט,
און ער האט עס באוויזען עס צו טוען מיט זיין "פינקי", זעהן מען אז יעקב איז געוועהן א "גבור",
ממילא האט דער ים געציטערט פון עים, און ווען זיי האבן געזעהן יעקב, האבן זיי זיך אלא אוועק געלאפן, און דער ים האט זיך צושפאלטן,
נא, נישט שלעכט פאר אן אכט יעריגע,

אגב קומט עס נישט צו, צו דעם וואס מיר געפונען בספרי קדמונינו הגדולי עולם זי"ע, מה שאמרתי לתרץ בימי ילדותי.......
און פארקראכענע סוגיות הש"ס, מבהיל על הרעיון זייערע גאונות נאך אלס קליינע קינדער
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

מענין לענין, א ווארט פון מיין קליינע זיבן יעריגע:

ביים פארהערן פרעגט ער מיר אז ער זעט א סתירה אין די פסוקים, בשעת קודם שטייט 'ויצחק בן ארבעים שנה בקחתו את רבקה', שטייט שפעטער 'ויצחק בן ששים שנה בלדת אותם'. סא, ווי אלט איז יצחק געווען, פערציג אדער זעכציג?

האב איך אים געענטפערט: "קוק גוט אריין אין די פסוקים און ענטפער מיר אליין דעם תירוץ."

שפעטער קומט ער, אז ער האט געטראפן דעם תירוץ: אינצווישן שטייט 'וימלאו ימיה' - עס איז פול געווארן די טעג. נו, אז עס איז פול געווארן, איז שוין געווארן דערפון זעכציג.

דאס איז טאקע גאונות.

(צוריק צום נושא, פון עכטע דברי תורה.)
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

שלעפשיץ האט געשריבן:
זיס האט געשריבן:(גאנץ גוט - ווען עס שטייט ווען אין א חסידי'ש ספר וואלט מען עס אנגענומען אלס א שיין ווארט).

זייער א "זיס" ווארט
למעשה שטייט עס נישט אין קיין חסידיש ספר

מען קען נישט וויסן. איך וועל נישט סעפרייזט ווערן ווען איך געפין עס ערגעץ.
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

די וואך האט מיין ניין יעריגע זוהן מחדש געווען ווי פאלגענד:

לכאורה איז שווער, אז יעקב אבינו זעט א לייטער ארויף אין הימל, פארוואס איז ער זעלבסט נישט ארויפגעקראכן דערויף ביז אין הימל? ווער וואלט אויסגעלאזט אזא געלעגנהייט ארויפצוגיין לעבעדיג אין הימל?

דער תירוץ איז, וויבאלד דער באשעפער איז געווען איבער אים אויף די וועלט. נו, וואס פארא ווערד האט דאס צו זיין אין הימל, בשעת דער באשעפער איז דא?!
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

אפשר שלא במקומו (נישט זיין חידוש, א 14 יעריגר איז א קינד?)
שמוא' נ"י בן י"ד האט מיר איבגערגעזאגט א חידה וואס זיין משגיח האט זיי געפגרעט
ה"ת מען זאל דארפען זאגען 19 ברכות נאך עסען ?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

כתב ולשון
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2015 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתב ולשון »

זיס האט געשריבן:מענין לענין, א ווארט פון מיין קליינע זיבן יעריגע:

ביים פארהערן פרעגט ער מיר אז ער זעט א סתירה אין די פסוקים, בשעת קודם שטייט 'ויצחק בן ארבעים שנה בקחתו את רבקה', שטייט שפעטער 'ויצחק בן ששים שנה בלדת אותם'. סא, ווי אלט איז יצחק געווען, פערציג אדער זעכציג?

האב איך אים געענטפערט: "קוק גוט אריין אין די פסוקים און ענטפער מיר אליין דעם תירוץ."

שפעטער קומט ער, אז ער האט געטראפן דעם תירוץ: אינצווישן שטייט 'וימלאו ימיה' - עס איז פול געווארן די טעג. נו, אז עס איז פול געווארן, איז שוין געווארן דערפון זעכציג.

דאס איז טאקע גאונות.

(צוריק צום נושא, פון עכטע דברי תורה.)

דאס קען אריינגיין אין מילתא דבדיחותא אשכול
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

קיקיון האט געשריבן:אפשר שלא במקומו (נישט זיין חידוש, א 14 יעריגר איז א קינד?)
שמוא' נ"י בן י"ד האט מיר איבגערגעזאגט א חידה וואס זיין משגיח האט זיי געפגרעט
ה"ת מען זאל דארפען זאגען 19 ברכות נאך עסען ?

טעם לפני הבדלה?
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

לכאורה האט געשריבן:

האלבע זאכען
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שכח אתה חוננתנו וטעם קודם הבדלה
דל גאה
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דל גאה »

לכאורה האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:אפשר שלא במקומו (נישט זיין חידוש, א 14 יעריגר איז א קינד?)
שמוא' נ"י בן י"ד האט מיר איבגערגעזאגט א חידה וואס זיין משגיח האט זיי געפגרעט
ה"ת מען זאל דארפען זאגען 19 ברכות נאך עסען ?

טעם לפני הבדלה?

מיט א שבע ברכות אויך ?
דל נעם אוועק (כמו דל עשתרות קרנים) גאה דאס גאווה ... אויף דעים ברויך מען ארבעטן
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

דל גאה האט געשריבן:

צו אזא תשובה וואלט דער משגיח ג'ענטפערט
וואס איז דיין חשבון ?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

מסתבר
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2015 10:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתבר »

זיס האט געשריבן:די וואך האט מיין ניין יעריגע זוהן מחדש געווען ווי פאלגענד:

לכאורה איז שווער, אז יעקב אבינו זעט א לייטער ארויף אין הימל, פארוואס איז ער זעלבסט נישט ארויפגעקראכן דערויף ביז אין הימל? ווער וואלט אויסגעלאזט אזא געלעגנהייט ארויפצוגיין לעבעדיג אין הימל?

דער תירוץ איז, וויבאלד דער באשעפער איז געווען איבער אים אויף די וועלט. נו, וואס פארא ווערד האט דאס צו זיין אין הימל, בשעת דער באשעפער איז דא?!

ענליכס צו דעם געהערט בשם א פריערדיגן גדול (כמדומה הגה"צ ר' יוסף צבי דושינסקי זצ"ל) אז מ'האט אים אמאל מכבד געווען אויף א שמחה ארויפצוגיין אויבן אן, האט ער געזאגט א פלא נעכטן בין איך געווען אויף א שמחה דא אין זעלבן זאל און דער אויבן אן איז געווען אויף די אנדערע זייט, האט מען אים געזאגט דער אויבן אן איז נישט געוואנדן אין א זייט, נאר דארט וואו די שיינע אידן זיצן דארט ווערט אויטאמאטיש דער אויבן אן.‏

האט ער געזאגט יעצט פארשטייט ער וואס ס'שטייט והנה מלאכי אלקים עולים ויורדים בו, און רש"י איז מדייק פארוואס ס'שטייט פריער עולים און דערנאך יורדים אמער זיי קומען דאך פון אויבן דארף שטיין יורדים ועולים עיי"ש, נאר קען זיין פארוואס הייסט די הימל אויבן, ווייל השי"ת איז דארט איז דארט אויבן אן, אבער ביי די חלום שטייט והנה ה' נצב עליו, איז דאן די ערד געווארן די אויבן אן און די הימל אונטן, ממילא זענען די מלאכים וואס זענען געקומען פון הימל ארויפגעגאנגען צו דער ערד, און דאן צוריק אראפגעגאנגען אין הימל, ודפח"ח.‏
דל גאה
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דל גאה »

קיקיון האט געשריבן:
דל גאה האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:אפשר שלא במקומו (נישט זיין חידוש, א 14 יעריגר איז א קינד?)
שמוא' נ"י בן י"ד האט מיר איבגערגעזאגט א חידה וואס זיין משגיח האט זיי געפגרעט
ה"ת מען זאל דארפען זאגען 19 ברכות נאך עסען ?

טעם לפני הבדלה?

מיט א שבע ברכות אויך ?

צו אזא תשובה וואלט דער משגיח ג'ענטפערט
וואס איז דיין חשבון ?

אזוי האבן מיר נאך זיבן ...
דל נעם אוועק (כמו דל עשתרות קרנים) גאה דאס גאווה ... אויף דעים ברויך מען ארבעטן
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

tlnt.gif
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

יש דברים בגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 15, 2012 8:42 pm

דבר תורה אדער מעשה לסיום מסכת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש דברים בגו »

נישט געוואלט עפענען א באזונדערע אשכול פרעג איך עס דא.

ווער עס קען מיטטיילן מיט מיר א שיינע מעשה אדער דבר תורה לסיום מסכת אויף איבערצוזאגן וואלט איך שטארק הנאה געהאט. איך דארף עס נייטיג!
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

דער מהרש"ל ברענגט אין ים של שלמה, אז ער האט געוואלט זאגן ביי א סיום מסכת שהשמחה במעונו, ולא איסתייעא מילתא, עס איז געווען א מכשול ביי די סעודה, האט ער געזעהן אז מען וויל ניט פון הימעל מען זאל משנה זיין דער מנהג
פרעעגט דער ערוך השלחן אין הל' ת"ת פ"וו טאקע נישט. ענטפערט ער, ביי סתם א שמחה ווי א חתונה זאגט מען שהשמחה במעונו צו זאגן דא איז טאקע א שמחה גשמיות, אבער די עכטע שמחה איז למעלה, משא"כ ביי א סיום מסכת איז נישט קיין פשט צו זאגן שהשמחה במעונו, ווייל נישט נאר במעונו איז דא דער עכטע שמחה, נאר דא אויך ווייל עס איז רוחניות
למה זה תשאל לשמי...
יש דברים בגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 15, 2012 8:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש דברים בגו »

והוא פלאי האט געשריבן:דער מהרש"ל ברענגט אין ים של שלמה, אז ער האט געוואלט זאגן ביי א סיום מסכת שהשמחה במעונו, ולא איסתייעא מילתא, עס איז געווען א מכשול ביי די סעודה, האט ער געזעהן אז מען וויל ניט פון הימעל מען זאל משנה זיין דער מנהג
פרעעגט דער ערוך השלחן אין הל' ת"ת פ"וו טאקע נישט. ענטפערט ער, ביי סתם א שמחה ווי א חתונה זאגט מען שהשמחה במעונו צו זאגן דא איז טאקע א שמחה גשמיות, אבער די עכטע שמחה איז למעלה, משא"כ ביי א סיום מסכת איז נישט קיין פשט צו זאגן שהשמחה במעונו, ווייל נישט נאר במעונו איז דא דער עכטע שמחה, נאר דא אויך ווייל עס איז רוחניות

יישר כח. ווער עס האט נאך זאל זיך לאזן הערן...
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

נאך איינס פןון ארכיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

הרמ"א מסביר הטעם שמזכירים בני רב פפא בסיום מסכת משום שרב פפא עשיר גדול היה (פסחים מט, א) והיה גם מחזיק תורה גדול ונהג לעשות לבניו החשובים סעודה נאה בכל סיום מסכת ולכן זכה שמזכירים אותו בכל סעודת סיום.
(מובא ביש"ש המצוין בגמרות אצל סיום מסכת)
ושמעתי פעם מדרשן אחד שהוסיף נופך
דברב פפא מצינו שהחשיב הלימוד של בניו
דהגמ' בברכות דף מ"ה אומר דבזימון אין אחד צריך להפסיק לשנים, ומקשה הגמ', והא רב פפא אפסיק לי' לאבא מר ברי', והיינו לבנו שהי' אחד הפסיק, ומתרץ שאני רב פפא דלפני משורת הדין הוא דעבד, פירש"י לאחשובי'...
והיינו שאף דרב פפא לא הוצרך להפסיק לבנו שיזמן, אבל רצה להחשיבו שיראה החשיבות שלו, שמזדרז לילך לביהמ'ד ללמוד, הפסיק
ולפיכך זכה רב פפא לעשרה בנים כבני רב פפא
ולכן בסיום שעושים טראסק ומחשיבים המציאות של הבנים שסיימו מסכת
מזכירים בני רב פפא, להראות למה זוכים, כשמחשיבים בנים שסיימו מסכת
ודו'ק כי קצרתי מאד
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6816
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

איך האב אמאל געהערט דאכט זיך בשם אלטשטאטער רב

אז מען טרעפט צען מאל אין שס אמר רב פפא נעביד כתרווייהו, צוויי געדענק איך,
די ברכה נאך מגילה און ביי מודים דרבנן

און דמוקיר רבנן הוי לי' בנין רבנן, צען מאל האט ער מחשיב געווען האט ער געהאט צען קינדער ת"ח
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

זיס האט געשריבן:די וואך האט מיין ניין יעריגע זוהן מחדש געווען ווי פאלגענד:

לכאורה איז שווער, אז יעקב אבינו זעט א לייטער ארויף אין הימל, פארוואס איז ער זעלבסט נישט ארויפגעקראכן דערויף ביז אין הימל? ווער וואלט אויסגעלאזט אזא געלעגנהייט ארויפצוגיין לעבעדיג אין הימל?

דער תירוץ איז, וויבאלד דער באשעפער איז געווען איבער אים אויף די וועלט. נו, וואס פארא ווערד האט דאס צו זיין אין הימל, בשעת דער באשעפער איז דא?!

זייער א שיינע תירוץ!

נאך א תירוץ קען זיין, וויבאלד די מלאכים זענען געגאנגען ארויף און אראפ, האט ער נישט געוואלט איינשטעלן און ארויפגיין, טאמער אינמיטן וועג ארויף וועלן זיי צוריק אראפקומען.
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: חידושי תורה פון קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

הרב @זיס דיין 9 יעריג'ס דארף היינט צו זיין א בחור פון 18 בן שמונה עשרה לחופה. ער איז געווען א שארף קינד מיט חידושים,

שוין א חתן אדער נאך עוועליבל?
על "טעם וריח" אין להתווכח
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”