א בהמה, האט א יצר הרע?

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

א בהמה, האט א יצר הרע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

א בהמה וחיה צי האט עס א יצר הרע אדער ביי איר איז אלעס נאטור.
לכאורה נישט ווייל זי האט נישט קיין נשמה און נישט קיין דעת - ווידער ביי אדם שטייט כי יצר לב האדם, אבער פון גמרא אין ב"ק יט: איז משמע אז יא, ווען די גמ' איז דן כשכשה באמתה והזיקה קען זיין יצרה תקפה.
עפעס מקורות בנושא?

תודה רבה
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

די מהר"ל http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=327 ברענגט טאקע א ראיה פון די גמרא אין ב"ק אז א בהמה האט יא א יצר הרע, אבער זע דארט אין הערה 1520 וואס ער ברענגט פון אבות דרבי נתן.
אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 15, 2008 12:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטעס »

בפשטות, איז דאס תלוי ווי אזוי מ'איז מגדיר 'יצר הרע' דאס איז זיכער אז ס'איז דא א יצר הרע טבעי דהיינו א משיכה טבעית פון דעם גוף צום חלק ההיפך פון טוב, און אזוי ווי מיר טרעפן אין חז"ל אז זיי רופן אן דאס וואס א תינוק לאזט זיך מזיק זיין בגשמיות! 'יצר הרע' און דער סוג יצר הרע איז דא אויך ביי א בהמה, א בהמה האט טאקע נישט א נשמה אבער א נפש יא 'נפש הבהמית', ווידער איז דא א מושג 'יצר הרע' וואס מיינט א מלאך רע הוא שטן הוא מלאך המוות שבעה שמות נקראו לו, דהיינו א כח כללי פון כח הטומאה וואס איז זיך מתלבש אין כל מיני אופנים פון רע, וואס איז מסית דעם אדם צו חטאים ח"ו יורד ומסטין ועולה ומקטרג דער סוג איז לכאורה נישט שייך ביי א בהמה וואס האט נישט דעת און ממילא איז קיין בחירה נישט דא
(ויל"ע בזה ממה שאמרו חז"ל שכשרצו אנשי כנה"ג לבטל יצרא דעריות נתבטל גם כח התאוה בכלל עד שלא מצאו ביצה וכו' והרי יצרא דעריות שרצו לבטל ודאי היינו המלאך הרע דומיא דיצרא דע"ז ומשמע שגם כח התאוה הטבעי תלוי בזה וצ"ע)
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

מען זעט דאך בייים מבול אז די בהמות זענען באשטראפט געווארן ווייל זיי האבן געזינדיגט
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

דאכט זיך אז עס שטייט אז די בהמות זענען נשתנה געווארען לרעה דארך די פארפעסטעטע אטמאספערע פון די מענטשהייט
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

האט דען א בהמה א בחירה?
דארט ווי ס'פארהאן א בחירה, דארט איז דא דער יצ"ט וואס פרובירט איהם צו שלעפן רעכטס והיצה"ר פארקערט. אבער אז ס'ממילא נישט קיין בחירה מה לי יצ"ט ומה לי יצה"ר?

דער יצה"ר איז דארט כדי אריין צו נער'ן דעם מענטש צו עבירות, איז דען דא א מושג פון עבירות ביי א בהמה, אוודאי נישט. וואס מ'טרעפט יא בי בעלי חי' ולדוגמא ביים מבול אז 'נשתנו טבעם', זיי האבן זיך אויף געפירט אנדערש ווי זייער טבע, און אויפדעם זענען זיי געשטראפט געווארען.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

אויב אזוי פארוואס קומט זיך זיי א עונש אויב זיי האבן נישט קיין בחירה?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
קורץ און שארף
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 10, 2011 1:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קורץ און שארף »

איך ווייס נישט אויב ס'קומט אריין דא ממש צום ענין.

די גמרא אין ב"מ (לו:) דרוקט זיך אויס אויף די שטארבן פון א בהמה, "מלאך המות מה לי הכא מה לי התם", דאס הייסט אז די מלאך המות הרג'ט די בהמה.

יעצט די שאלה איז אויב די יצר הרע איז די מלאך המות, און אויב מען קען ברענגען א ראיה דערפון.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

msp האט געשריבן:דאכט זיך אז עס שטייט אז די בהמות זענען נשתנה געווארען לרעה דארך די פארפעסטעטע אטמאספערע פון די מענטשהייט

מקור?
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
קוטיג
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 16, 2016 2:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוטיג »

נודה לך האט געשריבן:
msp האט געשריבן:דאכט זיך אז עס שטייט אז די בהמות זענען נשתנה געווארען לרעה דארך די פארפעסטעטע אטמאספערע פון די מענטשהייט

מקור?

רמב"ן על בראשית פרק ו פסוק יג
והנני משחיתם את הארץ - כמו מן הארץ, וכן כצאתי את העיר (שמות ט כט), חלה את רגליו (מ"א טו כג) דבר אחר, את הארץ, עם הארץ, שאף שלשה טפחים של מחרישה נימוחו, לשון רש"י מבראשית רבה (לא ז) ורבי אברהם אמר שמלת "משחיתם" מושכת עצמה ואחרת עמה, והנני משחיתם ומשחית את הארץ:
ועל דרך האמת הוא כמו את השמים ואת הארץ, כי הארץ תהיה בהשחתה, שבהשחתת הארץ ישחתו, והנם נשחתים בעולם הבא, כדרך ויתעצב אל לבו (לעיל פסוק ו) ולזה רמזו בבראשית רבה (לא ז) לבן אדון שהיתה לו מניקה כל זמן שהיה סורח היתה מניקתו נרדית וכו':
קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע אויפן וואסער »

ברכות סא ע"א:
דרש רב נחמן בר רב חסדא: מאי דכתיב וייצר ה' אלהים את האדם בשני יודי"ן - שני יצרים ברא הקדוש ברוך הוא, אחד יצר טוב ואחד יצר רע. מתקיף לה רב נחמן בר יצחק: אלא מעתה, בהמה דלא כתיב בה וייצר - לית לה יצרא? והא קא חזינן דמזקא ונשכא ובעטא!
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:08 am

גמרא ורש"י מפורשת:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואשינגטאן »

"דתני רב אושעיא המרחיקין משור תם חמשים אמה ומשור מועד כמלא עיניו תנא משמיה דר' מאיר ריש תורא בדקולא סליק לאגרא ושדי דרגא מתותך אמר שמואל הני מילי בשור שחור וביומי ניסן מפני שהשטן מרקד לו בין קרניו" (ברכות ל"ג)
ופרש"י שם, ביומי ניסן - מתוך שעברו ימי הסתיו שהארץ יבשה ועכשיו רואה אותה מלאה דשאים זחה דעתו עליו ונכנס בו יצר הרע:
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!
אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואשינגטאן »

שאלו תלמידיו את ר"א מפני מה הכל מושלים בעכברים מפני שסורן רע מאי היא רבא אמר אפילו גלימי גייצי (הוריות)
ופרש"י, אמר להם מפני שסורן רע - שיצר לבם רע הוא יותר מדאי סורו שר שלהם כדאמר (ב"מ דף נט:) בגר שסורו רע דהיינו יצר הרע ששר שלו רע הוא:
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!
אוועטאר
פאפיגיי
שר חמש מאות
תגובות: 669
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע: בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאפיגיי »

אין די גליון וואס איז לעצטענ'ס ארויסגעקומען פון הגאון ר' יוסף ענגיל, איז געווען א שטיקל אריכות דערוועגן, פון א שטיקל אין 'בית האוצר'.
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.
אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Graphic24 »

אפשר קען מען זאגן בפשטות אז פונקט ווי א איד וואס איז באשאפן געווארן בלויז צו טאן דעם רצון ה׳ און ווען ער נויגט אפ הייסט דאס אז ער איז נמשך נאכ׳ן יצר הרע, להבדיל ס׳זעלבע ביי בע״ח אויב ער נויגט אפ פון זיין נאטירליכע אויפירונג... למשל א לייב וואס פארציקט הייסט עס נישט שליטת היצר הרע, משא״כ א בהמה וואס וועט דאס טאן...
זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער קלוג »

איך מיין נישט אוועק צו מאכן די אשכול וואס איז אבער זיכער אז א מענטש האט א יצר הרע לויט אלע דיעות אין מען דארף ארבעטען דעראויף אויב נישט קען מען אליינס אריינגיין אין די שאלה אויב א בה... האט א יצר הרע
אתה חונן בעט מען נאכאלץ
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”