עניני תפלה - א דורך צו שמועסען

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » מאנטאג נובעמבער 07, 2016 12:45 pm

אשמנו איז דער וידוי אויפן חטא.
מה נאמר איז נישט קיין עקסיוז, נאר אדרבה איך נעם אוועק יעדער עקסיוז, איך האב געזינדיקט, און איך פארענטפער זיך נישט. נאר וואס דען, נחפשה ונשובה וכו'

אבער ביי די שבטים איז די טייטש אביסל אנדערש, זיי האבן געזאגט מיר זענען באמת אומשולדיג לפי אונזערע מעשים, נאר מיר האבן נישט קיין ברירה ווייל מיר האבן נישט וואס צו ענטפערן. זע ספורנו און תרגום יונתן
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך פאברואר 01, 2017 11:06 am

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:"הגאוה" והגדולה לחי עולמים
איז נישט א סתירה מיט
העוז "והענוה" לחי עולמים?

פרעג בעסער עוז איז נישט קיין סתירה מיט ענוה? נאר עס שטייט און .............. [אפשר קען מיר איינער דערמאנען] אז די האדרת והאמונה איז יעדע זאך א סתירה און די חידוש איז אז די באשעפער איז אוחז בשתי ראשים
אדרבה לאמיר עס צוזאמען אויסארבעטן וואס די סתירה איז

געהערט פון שאצער רב זז'ג אויף ה' מלך 'גאות לבש',
פשט איז אז דעם באשעפער דהיינו קדושה תורה ועבודה לאזט זיך נישט קונה זיין בשתי ראשים, מ'מוז זיין אריינגעטון ענטיירלי אין תורה אדער אין קדושה או עבודה כדי צו האבן דארט אמתדיג אן אחיזה.
דאס איז די גאות פון הקב"ה כביכול לאזט זיך נישט אזוי על שתי הסעיפים, פיין מסכים אביסל תורה אבער זאל שוין אויך זיין מיט נאך אנדערע חכמות וכו'. נאו נאו.

א שטארקע דערהער.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבל אני עשיתי ואני אשא ואני אסבל ואמלט

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך פאברואר 01, 2017 4:51 pm

הרב שוועמעל; א יישר כח פאר צוריק ארויף ברענגען דער אשכול און פאר אייערע חשובע אינפוט.

איך האב געטראכט א דערהער אויף וואס מען זאגט נאך עלינו לשבח דער אל תירא; וואס ענדיגט זיך מיט דער פסוק אין ישעי' (מ"ו, ד'):

וְעַד זִקְנָה אֲנִי הוּא וְעַד שֵׂיבָה אֲנִי אֶסְבֹּל אֲנִי עָשִׂיתִי וַאֲנִי אֶשָּׂא וַאֲנִי אֶסְבֹּל וַאֲמַלֵּט, פינעף מאל שטייט ואני.

דאס אז מען זאגט אל תירא איז פשוט א המשך פון וואס מען האט אנגעהויבען דאס דאווענען אין אדון עולם, "ה' לי ולא אירא"; ענדיגט מען דאס דאווענען מיט "אל תירא" האב נישט קיין מורא פון קיינעם; זיי א איד, פארלאז זיך אויף דער באשעפער און ער וועט דיר באשיצען.

האביך געטראכט אזוי. מען שטייט אויף אין דער פרי, מען וואשט זיך נעגעל וואסער, און מען זאגט מודה אני. דאס הייסט אז דער צווייטע ווארט וואס מען זאגט ארויס פון מויל איז "אני" ("איך"). א מענטש שטייט אויף אינדערפרי און עס גליסט זיך אים נישט ארויס צו גיין פון בעט, און שפירט זיך נישט גענוג וויכטיג; ווער בין איך, ווער דארף מיר, וואס קען איך שוין טוהן? איז הייבט מען אן דאנקען דער באשעפער פאר צוריק געבען די נשמה און מען זאגט "מודה" "מען דאנקט", און ווער דאנקט? "אני" - איך! יא, איך דאנק לפניך פאר דיר מלך חי וקים. מיין דאווענען, מיין לערענען, מיין זיין א איד איז יא, זייער וויכטיג פארען באשעפער. עס דארף זיין ויגבה לבו בדרכי ה'.

מען הייבט נישט אן מיטען אני, נאר מיט דער ווארט מודה, אבער גלייך נאכען ווארט מודה זאגט מען שוין "אני" צו באקומען דער מוט און געפיל אז מען מיינט מיך ממש.

מען זאגט א א צווייטע מאל אני "מודה אני" אין אלקי נשמה.

מען קומט אריין אין בית המדרש און מען הייבט אן מה טובו, אוו מען זאגט דריי אני'ס איינער נאכען צווייטען:

ואני ברוב חסדך אבוא ביתך...
ואני אשתחוה ואכרעה אברכה...
ואני תפלתי לך ה' עת רצון...

ביים דאווענען (פון הודו און ווייטער) זאגט מען אויך א צוויי אני'ס. ביים סוף פון הודו, "ואני בחסדך בטחתי", און ביי מזמור שיר חנוכת זאגט מען "ואני אמרתי בשלוי"

אויך זאגט מען א פאר ואנחנו'ס (אונז) אדער לי"ס (מיר), אבער פאר הודו זאגט מען פינעף מאל דאס ווארט "אני" (איך), צו געבען דער כח פאר א מענטש זיך צו נעמען דאווענען און אנהויבען דער טאג ווי א איד, אז מען מיינט טאקע אים.

איז דעריבער אפשר האבען חז"ל געהייסען זאגען נאכען דאווענען דער פסוק איז ישעי' וואס האט אויך פינעף אני'ס, אז יעצט נאכען דאווענען האלט זיך נישט גרויס; דער ריכטיגע "אני" און דער איין איינציגער "אני" וואס איז דער הייליגער באשעפער.

פינעף אני'ס רצופים דארף מאכען א רושם אויף א מענטש אז דער באשעפער איז דער אני, דער כל יכול.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

גראמער
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

תגובהדורך גראמער » מיטוואך פאברואר 01, 2017 9:50 pm

זייער א שיין ווארט. קיפ איט קאמינג

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג פאברואר 02, 2017 1:31 am

געוואלדיג שיינע טרעף הרב שפושמן!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלפיים
תגובות: 2824
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מיטוואך מאי 10, 2017 1:53 pm

ד' שפתי תפתח ופי יגיד.

דער מזרחי זאגט לשון הגדה איז נאר שייך ביי א דבר חדש, א נייעס.

איז אדער ופי יגיד, יעדע תפילה איז א נייעס, אזוי ווי איך האב נאך קיינמאל נישט געזאגט די ווערטער, א בחינה פון ונאמר לפניו שירה חדשה הללו עבדי ד'.

אדער די עצם זאך אז מיין מויל עפענט זיך און רעדט איז א נייעס, ד"מ עס רעדט נישט יעצט ווייל איך האב שוין אמאל גערעדט, נאר עס פאסירט א דבר חדש, מיין מויל עפענט זיך און עס רעדט.
כתיבה וחתימה טובה. הכ"ד המצפה לישועה קרובה.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות
בעמ"ח אשכולות התמרים

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג מאי 12, 2017 4:24 pm

זייער שיין הרב טיילבוים.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג מאי 12, 2017 4:26 pm

וואס איז פשט אין וואס מיר זאגען אין תפלת מוסף:

אז מסיני נצטוו צווי פעליה כראוי
ותצונו ה' אלקינו להקריב בה קרבן מוסף שבת כראוי

וואס איז פשט אין די צוויי מאל כראוי?

אין די זמירות שב"ק זאגט מען טאקע:

כל מקדש השבת כראוי לו
כל שומר שבת קודש כדת מחללו

דער כראוי איז גענומען (לכאורה) פון תפלת המוסף.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5643
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג מאי 21, 2017 4:32 pm

בעצם איז דאך דאס אויף די סדר אותיות תשר״ק

דאכט זיך מיר אז דער בית יוסף בשם אבודרהם איז מסביר די כראוי
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 25, 2017 12:44 pm

א דאנק אייך; דארף מען עס נאכקוקען און זעהן.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

שלימות בתפלה

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 25, 2017 12:49 pm

היות עס האט מיט תפלה, און נאך מיט שלימות התפלה, איז לייג איך דא א לינק צו טרעפען אויב נאך עפעס וועט ווערען אויס געמועסט אויף דעם.

viewtopic.php?p=1449849#p1449849

"א ווארט פון רבי אביגדור זצ"ל" אין די קלאסיפייד. (Y-50-b) #334

תפלה מיינט אמונה; עס מיינט בטחון; עס מיינט יראת שמים; עס מיינט א וועלט מיט זאכען.

און דערפאר האט דער אויבערשטער געמאכט א וועלט פון בְּזֵעַת אַפֶּיךָ, וועגען די שלימות פון תפלה.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5643
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דאנארשטאג מאי 25, 2017 6:10 pm

שאינו יודע האט געשריבן:בעצם איז דאך דאס אויף די סדר אותיות תשר״ק

דאכט זיך מיר אז דער בית יוסף בשם אבודרהם איז מסביר די כראוי



טעות געווען

ער רעדט נישט, דער ליקוטי מהרי״ח ברענגט אז מען זאל עס זאגן משלים זיין די סדר האותיות
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
גין-גאלד
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 12:02 pm
לאקאציע: נישט אהער און נישט אהין

תגובהדורך גין-גאלד » פרייטאג יוני 09, 2017 4:33 pm

זעהנדיג יעצט דעם אשכול, דערמאן איך מיר עפעס וואס איז מיר אריין אין קאפ, ביים זאגן ''הלל'' פארגאנגענעם ר''ח.

יוסף ה' עליכם עליכם ועל בניכם:
(דא וואלט געפאסט אז די פסוק זאל ווייטער ממשיך זיין און זאגן וועלכע זאך דער אייבערשטער זאל פארמערן. אבער למעשה נישט מער און נישט ווייניגער, קוקט וואס עס שטייט ווייטער...) ברוכים אתם לה' עושה שמים וארץ: טאקע א שיינע ברכה פאר זיך, אבער געוואלד און געשריגן, ער האלט דאך נאך דא אינמיטן א זאץ,
ער האט דאך נאכנישט אויסגעפירט וואס די הוספה איז, יוסף ה' עליכם ועל בניכם, און פלוצלינג האקט ער אריין מיט א נייע ברכה ?.

יוסף ה' עליכם, פיין און וואויל איך בין גרייט פאר אן הוספה, אבער א הוספה פון וואס?, געזונט? פרנסה? נחת
קוק נאכאמאל איבער די גאנצע קאפיטל, ס'שטייט זילטש אויף וואס די הוספה גייט ארויף.

גראדע איז מיר איינגעפאלן א פשט:
אין די פסוק פארדעם שטייט, יברך יראי ה' הקטנים עם הגדולים;
און אויף דעם ארויף בעהט מען ווייטער, יוסף ה' עליכם, דער אייבערשטער זאל טאקע פארמערן פון די סארט ביי כלל ישראל, יראי ה'.

ווער ס'ווייסט די עכטע פשט אין פסוק, זאל זיך אנרופן. א דאנק.
האלט! איידער איר זאגט אויס פאר אייער ''נאנטסטער חבר'' ווער עס פארשלייערט זיך אונטער אייער ניק, ביטע ליינט דא.

אוועטאר
גין-גאלד
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 12:02 pm
לאקאציע: נישט אהער און נישט אהין

תגובהדורך גין-גאלד » פרייטאג יוני 09, 2017 6:56 pm

וואס איז דאס מיט מיר?
איך נעם מיך אלאמירן וועגן א טייטש ווארט אויפן געוועב, אין צייט וואס כ'האב עס נאך ניטאמאל אין 1 טייטש-סידור נאכגעקוקט ?

נאכן שרייבן דאס פאריגע תגובה, האב איך גענומען א סידור מיט ע''ט, ווי אויך א תהלים מיטן פי' מצידות, און געטראפן אז די טייטש איז פשוט:
די קאפיטל בענטשט די יודן מיט א כלליות'דיגער ברכה, יברך וכו' יברך וכו'. יעצט זאגט די פסוק אז דער אייבערשטער זאל נאכמער פארמערן דאס כלליות'דיגער ברכה: יוסף ה' עליכם עליכם ועל בניכם, וואס? דאס כלליות'דיגער ברכה!.

מיין פשט'לע איז אבער נאך אלץ א גוטע, לענ''ד.
האלט! איידער איר זאגט אויס פאר אייער ''נאנטסטער חבר'' ווער עס פארשלייערט זיך אונטער אייער ניק, ביטע ליינט דא.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5643
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג יוני 11, 2017 11:23 am

איך האב שוין לאנג געמאכט א ענליכע פשט׳עלע

יוסף ה׳ איז א ברכה אויף א ריבוי אין יראת שמים
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

לטובה ולברכה
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 14, 2013 1:13 pm

תגובהדורך לטובה ולברכה » דאנארשטאג יולי 06, 2017 1:19 pm

SPUSMN האט געשריבן:וואס איז פשט אין וואס מיר זאגען אין תפלת מוסף:

אז מסיני נצטוו צווי פעליה כראוי
ותצונו ה' אלקינו להקריב בה קרבן מוסף שבת כראוי

וואס איז פשט אין די צוויי מאל כראוי?

אין די זמירות שב"ק זאגט מען טאקע:

כל מקדש השבת כראוי לו
כל שומר שבת קודש כדת מחללו

דער כראוי איז גענומען (לכאורה) פון תפלת המוסף.

דעת זקנים פר' פנחס
לכאו' כראוי לו פון כל מקדש איז אויך פון דעם כדרכם של בעלי הפיוטים
צוגעלייגטע
כראוי.jpg
כראוי.jpg (109.18 KiB) געזעהן 4024 מאל

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג יולי 06, 2017 2:18 pm

א דאנק אייך פאר עס ברעגען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » דאנארשטאג יולי 06, 2017 2:30 pm

וואסערע שייכות האט די כל מקדש שביעי כראוי מיט די כראוי פון מוסף, ביי מוסף זאגט ער דאך די סיבה וועגן כפל.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:08 pm

עס איז משמע אז עס האט נישט; ווייל גלייך נאכדעם זאגט מען: כל שומר שבת קודש כדת מחללו, איז א סימן אז מען רעדט דא פון די צוויי הפיכים, מען זאל נישט קומען ח"ו צו קיין חילול שבת פון איין זייט, און מען זאל מקדש זיין דער שבת כראוי לו ווי עס באדארף צו זיין פון צווייטער זייט.

נאכדעם זאגט מען שכרו הרבה מאד על פי פעלו, וואס מיינט אז "כראוי" (ווי עס באדארף צו זיין) האט נישט קיין שיעור למעלה, און מעסט זיך לפי פעלו, וואס מער מען איז מקדש השבת.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג מארטש 16, 2018 3:05 am

חמלה גדולה ויתרה חמלת עלינו.

פארוואס עפעס חמלה "יתירה", דהיינו איבריג, מער וויפיל גענוג. און אויך אויב ס'יז איבריג וואו איז עס געגאנגען די איבריגע חמלה?

נאר אולי, געזען אין אור החיים הק' יענע וואך אויפן פסוק והמלאכה היתה דים לכל המלאכה לעשות אותה והותר, פרעגט ער ממ"נ איז עס געווען דים אדער והותר?

ענטפערט ער אז די אידן האבן טאקע געברענגט מער, והותר, אבער דער רבש"ע האט חס געווען על כבודן של כל אחד ואחד, און כדי קיינער זאל נישט זאגן אז מיין נדבה איז איבערגעבליבן און נישט פארנוצט געווארן, האט ער בדרך נס אריינגעקוועטשט, קאמפרעסד די אלע נדבות אין די מלאכת המשכן אזוי אז גארנישט איז נישט איבערגעבליבן לבסוף, אפילו פאקטיש איז געווען מער.

דאס הייסט אזוי, ביים אפוועגן איידערן בויען, איז עס טאקע געווען מער. אבער ביים אפוועגן לבסוף איז עס געווען גענוי די סכום פון ויהי זהב התנופה תשע ועשרים ככר וגו' וכסף פקודי העדה מאת ככר וגו' ככתוב בפר' פקודי. (אדער פארקערט).

יעצט ממילא קען זיין דא אויך אז די חמלה יתירה איז געווען צווייפאכיג, איינס ער האט געגעבן מער וויפיל מ'דארף מדה כנגד מדה, והותר. און אויך האט ער בדרך נס עס מצמצם געווען עס זאל אריינגיין אין אונז און טאקע פארנוצט ווערן עד הסוף אז גארנישט זאל נישט גיין לטמיון.
באהבתו ובחמלתו הוא גאלם בב"א
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5405
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » זונטאג מארטש 18, 2018 9:02 pm

אדער קען זיין פשוט פשט, יתירה מער ווי עס קומט זיך אונז.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג מארטש 20, 2018 4:40 pm

לכאורה סאדאם זענט איר גערעכט און דאס איז פשוט פשט, אבער עס האט מיר אויך אלע מאל געבאדערט ווי שוועמל דער לשון "יתירה".

הרב שוועמעל'ס חידוש און צושטעל איז א שיינע; אבער עס מוז פארט זיין עפעס טיפערס אין פשט פון די ווערטער.

א יישר כח אייך ביידע פאר באנייען און באשטייערען צו די העכסט וויכטיגע אשכול אונזערע.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג מארטש 23, 2018 3:19 am

סאדאם חוסעין האט געשריבן:אדער קען זיין פשוט פשט, יתירה מער ווי עס קומט זיך אונז.

ווייסט דאך אודאי וואס "פשוט" מיינט יא?
פשוט נבילתא בשוקא, שינד עס אפ, מאך עס פשוט, וועסטו טרעפן די טיפקייט וואס ליגט אינעווייניג...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג יוני 25, 2018 6:16 pm

msp האט געשריבן:מענין לענין
מיין עלטער זיידע זצ"ל אין ספר איפה שלמה שרייבט בתכלית הקיצור א רמז אזוי
מה טבו אהליך יעקב בגימטריא ש"י
לכאורה איז דאס א רמז אויף די ש"י עולמות
אבער דארף א ביאור מה השייכות
האב איך געטראכט אזוי
דער זיידע דארט אין א סיום הש"ס ברענגט א יסוד פון רבי'ן רבי יונתן זי"ע אז דער חשבון פון ש"י עולמות גייט אזוי
ער לייגט קודם א יסוד אז אויף נישט טוהן קיין לאוין קומט נישט קיין עולמות נאר פאר קיום מצוות עשה
נאך לייגט ער צו אז אזוי ווי ווען אידען זענען נהנה מן הקודש דארפען זיי צולייגען א חומש דהיינו א פערטעל
אזוי אויך מדה טובה מרובה דארף כביכול דער באשעפער צולייגען א חומש מלבר דהיינו א פערטעל
איז אויב מען מאכט א חשבון פון רמ"ח מצות עשה קומט אויס א פערטעל 62 איז צוזאמען מאכט דאס 310
דהיינו ש"י עולמות
נאר דער פראבלעם איז ווי אזוי איז שייך מקיים צו זיין אלע רמ"ח מצוות עשה
יש בכהונה, יש בנכסים ואין לו, יש בזמן הבית
נאר דארך לערנען תורת המצוות ווערט גערעכענט ווי מקיים געווען די מצוות
כדאיתא כל הלומד תורת עולה כאילו הקריב עולה....
איז שוין גוט דער רמז: מה טבו אהליך יעקב - אהלים של תורה - וואס דארך דעם קען מען זוכה זיין צו ש"י עולמות
ווען איך האב דאס איבערגעזאגט פאר א חשובער יונגערמאן אין אנטווערפען מיט יאהרען צוריק
ר' סענדער מאטיאס נ"י האט ער מיר אויף דעם פלאץ צו געלייגט אז מה טבו איז 62 און אהליך יעקב איז 248
והדבר פלא....


הפלא ופלא. האמיר שוין א שיין תורה נאכצוזאגן פאר מיין זיידע אויף די וואך פרשת בלק.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5643
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דינסטאג יוני 26, 2018 4:31 pm

יישר כח פארן ארויפשלעפן די אשכול
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט