מקשטא ליה תכא ומקשטא ליה פומא, מקשטא ליה תכא ומהדרא ליה גבא

קושיות והערות בלימוד הגמרא

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

[quote="נישט גוט"]אוי טייבעלע טייבעלע, שלח לחמך (זו תורה'ס שלך - לכו לחמי בלחמי) על פני המים (בעת שפלגי מים ירדו עיני), כי ברוב הימים תמצאינו (ווען עס קומט מיר אין פינטל), פונקט היינט בעת התגברות הנסיונות האב איך געטראכט צו מיר אז די חילוק פון א צדיק און א רשע איז כחוט השערה, ביידע האבן די זעלבע תאוות, דער צדיק האט עס דורך געבראכן, און די רשע נישט,

דער אמת׳ער צדיק קען פיל מאל האבען אסאך גרעסערע נסיונות װי דער רשע װי דער מאמר חז״ל כל הגדול מחבירו וכו..

און די זעלבע קען איך זאגן מיט א ברירות אז דער גרעסטער צדיק בימינו אלה, וואלט לכאורה נישט בייגעשטאנען "מיינע נסיונות", (איך ווייס אז בשעת'ן ליינען קוקסטו מיר ווי פון די לבנה אראפ - דאס איז נאר ווייל דו ביזט נאך אין די מצב קיינמאל געווען, און איך וואונטש דיר זאלסט עס נישט וויסן נישט ביי דיר און נישט ביי דיינע קינדער),


אמן כי״ר, אבער זאלסט װיסען ידידינו היקר אז איך קיק דיר בכלל נישט אן מאדנע אין (ליידער) פארשטיי איך דיר גאר גיט!

און איך ווייס איך אז עס וועט אי"ה קומען א צייט וואס כ'וועל צוריק קוקן אויף די יארן, און כ'על מיר נישט קענען מוחל זיין, איך האב געהאט די געלעגענהייט צו אזא התגברות התאוות וואס דער גרעסטער צדיק האט נישט געהאט די זכי' דאס צו טוהן (ווייל אויב יא וואלט ער דורך געפאלן און נישט געווען קיין צדיק - אויב ווילסטו מיר נישט גלייבן, וויל איך דיר זאגן אז איך בין נאך נישט געשלאפן די נאכט און איך וואלט ווען נישט געקענט טראכטן אזוי טיף ווען נישט אז איך בין איבערצייגט אז סאיז טאקע אזוי בעת מיין מח האט יא געדינט) און איך האב דאס ליידער נישט אויסגענוצט ווי עס דארף צו זיין,

לכבוד ידיד ה׳, ידידינו, וידיד כל ישרא-ל, ה״ה ״לו״ (בדרך תפילה, בקרוב ממש) טוב הי״ו

דאס הארץ גייט אויס פאר דיינער מיט מאכינישען אפילו איין רגע, כ״ש וכ״ש אז דאס איז כסדר׳דיגע יסורים נוראים!
איך װיל דיר דא שרייבען עטליכע װערטער חומר למחשבה, אבער ביטע נעם דאס נישט װי איינער שטייט דא אין דרשנ׳ט דיר, אין ער פילט גארנישט װי די שטייסט, װאס די פילסט, ער רעדט עפּעס אויף אן אנדערען פּלאנעט, (װאס איז זיכער אמת, װארום װי איז דען מעגלעך באמת צו פילען דיין װיטאג) אין אויב איז עס דיר נישט ניחא, לייען עס אפילו נישט, אין יה״ר כאולו לא כתבתיִ.
א) װיל איך אנהייבען אז די מחשבות װאס די טראכסט אז די װעסט צרוק קיקען אויף די יארען אין זיך נישט קענען מוחל זיין וכו׳ דאס זענען גיטע מחשבות צו האבען בשעת נסיון, אדער אפילו לחיזוק אויף קבלה על העתיד, אבער אויפען עבר אין אפשר בכלל ״צופיל״ דארט צוגיין איז היבש א סכנה, װייל דיין עיקור נסיון יעצט איז צו זיין בשמחה, צו האבען זעלבסט זיכערקייט איִן אמונה אין בטחון אין טאקע אין דעם אליין בטחון אז דער אייבשטער װעט העלפען זיך מתגבר זיין אויף דיע נסיונות כאטש זיי זענען אזוי אומדערטרעגלעך שװער!
(װארום אלימלא הקב״ה עוזרו לא היה יכול לו, איך מיין גיי מיר אונז זיך דען איינרעדען אז אונז קענען מער װי א מלאך?? וכדו׳) (כ״ש אויב ל״ע מען איז שוין יא דורך געפאלען איינס אדער מערערע מאל), און טאקע דער אמונה, בטחון, שמחה, זעלבסט זיכערקייט אויסער זיין רוחניות׳דיגער אופטהו, העלפט עס אויך בגשמיות בייצוקומען די גערפערליכע נסיונות. (איך מיין אז דאס האט הרה״ק ר׳ נחמן ברעסלעװער געמיינט מיט -די באקאנטע- והעיקור ״שלא לפחד״ כלל, כאטש מען איז אויף דעם גשר ״צר מאד״ װייל דאס אליין ״די פּחד״ איז גורם די נפילה ר״ל
איך האב אמאל געהערט א שיינעם משל בשם כ״ק אדמו״ר המרנ״ץ מבאבוב זצוק״ל זי״ע , אז װען מען דרייװעט א קאר אויב װעט מען לאנג קיקען אין שפּיגעל װעט מען ר״ל מאכען אן עקסידענט (װייל ער זעט דאך נישט װי ער פארט), אין שפּיגעל (היינו מאחריו) דארף מען נאר קיקען א רגע כדי צו װיסען װיאזוי צו גייען פאראויס! והנמשל פשוט דה״ה לגבי עבודת השי״ת דאם הוא ״מעיין״ בהעבר יותר מדי אז בא ר״ל לידי עקסידענט ודפּ״ח.

ב)
א מיטגעמאכטער איד פון די מלחמה האט מיר אמאל געזאגט אז ביי די מלחמה יארען זענען די עיקור נסיונות געװען בין אדם לחבירו, װארום בין אדם למקום איז דאך געװען סכנות נפשות ממש, איז מען דאך געװען פּטור פון אלע מצװת (און דאס װאס מען האט געטהון מיט מסירת נפש האט דאך פארקערט מחי-ה געװען דעם מענטש װייל עס האט אהים געמאכט פילען װי א שטיקעל מענטש (אויף אסאך אופנים, נישט ח״ו אװעק צו מאכען די עבודות אין מצװת װאס אידען האבען געטהון מיט מסירת נפש) אבער בין אדם לחבירו איז געװען שרעקליכע נסיונות למשל אז מען האט געגעבן פאר איינעם צו טיילען דער ברויט, איז די נסיון געװען, אז ער זאל געבען פאר יעדען גלייך, נאך מער עס זענען געװען אין די באראקען אידען װאס זענען שוין נעבעך געװען מוזעלמענער, זיי זענען געלעגען אין זייערע ״בעטען״ אין טייל מאל זיך נישט געקענט רירען, האט מען געטיילט ברויט פאר יעדען איינעם און מען האט געלייגט נעבען זיי -דאס קליין שטיקעל הארטע ברויט- אין זיי האבען שוין נעבעך נישט געהאט קיין כח דאס אריינצולייגען און מויל, האט איינער זיך געקענט מאכען א חשבון, אז היות דער מוזלמענער עט דאך סייװי שטארבען אין א טאג צװיי (כך היה האמת ר״ל) אין איך מיט עסען נאך א פארציע ברויט האב איך נאך טשענסעס איבערצולעבען, עלעך כאפּען דעם שטיקעל ואין מי שיעכב בעדי, וחיי קודמין, (והיה הרבה שהניסיון הזה היה מידי קשה להם, ואי אפשר לדון אותם) אבער עס זענען געװען צדיקים װאס האבען גענומען דאס שיטקעלע ברויט, עס איינגעװייקט און װאסער אין אזוי צוביסלעך אריין געלייגט אין צװייטען איד׳ס מויל אריין!!!
לענינינו דארף א מענטש װיסען װאס זיין ״יעצטיגער״ נסיון איז. אװדאי פארשטייסטו אז די ביסט יעצט אין א שעת ״חירום״ אין אן עמערדזענסי, מלחמה סיטאציע (װען דען קען א מענטש שרייבען אז די גרעסטע צדיקים װאלטען נישט בייגעשטאנען די ניסיונות) דארפסט די װיסען אז דער עיקור װאס דער יצר װיל יעצט ביי דיר איז אז די זאלסט אריינפאלען אין יאוש אין עצבות ר״ל, װאס דאן האט ער דיר אינגאנצען היל״ת, דעריבער דארפסט די ״פאוקסען״ אויף דעם (שמחה, סיפּוק, זעלבסטזיכערקייט, בטחון כדלעיל) מער װי אלעם, און װי אויװען געשריבען װעט דיר דאס אליין העלפען מיט די אנדערע נסיונות!


איך האב נאך גאר אסאך צו שרייבען אבער איך בין גאר א פּאמעליכער טייפּער אין דער צייט ערלויבט נישט אצינד (די יעצטיגע האב איך אויך ״געמוזט״ אריין שטיפּען משום חומר המצב)
אבער איך האף נאך װייטער צו שרייבען שפּעטער, דערװייל בלייבט אויף אונז אלע מתפּלל צו זיין פאר חבירינו היקר אז ער זאל זיך ארויסזען פין זיין ביטערען מצב, און די אליין בין איך זיכער אז די גיסט דאך אויס דיין הארץ װען די זאגסט דער יה״ר אינדערפרי שתצילינו...וכו׳

ע״כ דברי כעת, ידידך הכאוב עם צערך, ומברך בלונ״ח בכל טוב תמיד
הק׳ הטמון תחת הניק בשם װער װייסט בלע״ז
עכ"ז פיל איך ווי איך קען מיר נישט קיין עצה געבן און איך טראכט מי טרערן אין די אויגן:
הייליגע באשעפער ביזטו דער וואס האט באפוילן פרו ורבו?
ביזטו דער וואס האט געהייסן מחנך זיין די קינדער על דרך הישר?
ביזטו דער וואס האט געזאגט אז די זאכן זענען ביהרג ואל יעבור?
ביזטו דער וואס האט געמאכט די תאוה כמעט אוממעגליך זיך צו האלטן ווען נישט די שטארקע "וימאן, וואס כלל ישראל האט?
ביזטו דער וואס האט מיר אריין געלייגט אין אזא מצב אז התגברות התאווה זאל זיין כמעט מן הנמנע און איך זאל דארפן האבן ריכטיג מסירת נפש נישט דורך צופאלן?
ביזטו דער וואס האט געזאגט בן עשרים ולא נשא כל ימיו בהרהור עבירה?
ביזטו דער וואס האט געזאגט ישא אשה ואח"כ ילמוד תורה בטהרה?
ביזטו דער וואס האט גע'אסר'ט יחוד ביי אפילו ביים גרעסטן צדיק?
ביזטו דער וואס האט געזאגט שרוי בלא אשה שרוי בלא חומה?
ביזטו דער וואס האט געזאגט רווק לא ילמוד סופרות (משום אימהותא דינוקא)?
ביזטו דער וואס האט געגעבן תורה שבע"פ אויפן הר סיני און כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש ובכללו מה שאמר ר' עמרם נורא בי עמרם כדי נישט אריין צופאלן אין א נסיון?

די ענטפער אויף די אלע זאכן איז א גראבע - יא


טא אויב אזוי, וויאזוי ערווארסטו נאך פון מיר ערליכע דורות בעת ווען איך פיל אז יעדע מינוט אין די מצב קען מיר ברענגען צום ערגסטן?

אבער אריינקומענדיג אין די אשכול אזוי באשמורת הבוקר בעת שמדת הרחמים גובר איבערליינענדיג די ווארט וואס טייבעלע האט אראפגעברענגט, האב מיר געפילט אזוי אין פלאץ אז די טרערן האבן געפלאסן
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

נישט גוט האט געשריבן:שויתי'ניק מי לחשך לומר אז איך קען עס בייקומען? ווער ווייסט וויפיל איך פאל יא דורך? אחוץ די יודע תעלומות?


דער באשעפער זאגט אז די קענסט!

וואס איז די סתירה צו דעם אז די פאלסט דורך? נאך אלס זאגט דער באשעפער, קינד מיינס כ'זאג דיר קלאר די קענסט, ווען מען לערנט א קינד גיין, לאזט מען אים אפ, און מען לאזט אים פאלן און נאכאלס זאגט מען יא, די קענסט! וויפיל די פאלסט נאך אלץ קענסטו, זיי זיך נישט מייאש, נעקסטע מאל, כאילו לא היה, יא, איך קען!

פארשטיי, אז מ'דארף לערנען פון בע"ד, ער שלאגט זיך נישט אומזיסט.
שויתי השם לנגדי תמיד
נישט גוט
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 28, 2012 10:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט גוט »

מיינע טרערן האבן נאכנישט געסטאפט זייט די פאריגע תגובה'ס, איך קען נישט עסן און נישט שלאפן און נישט דאווענען און נישט לערנען און נישט ארבעטן, איך בין אין די מוד יעצט צו איין זאך

......................................................................................
....................................................................................

וער עס פארשטייט פארשטייט
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

אנטשולדיגט פארן זיך פאר שפעטיגען, איך האב געזאגט היינט אינדערפרי אז אי"ה וועל איך צוברענגען עטליכע הייליגע מאמרים פון א תלמיד מרבנו הקדו' הרמח"ל,
דער תלמיד איז געוועהן איינע פון זיינע גרעסטע תלמידים, ער האט געהייסען הרה"ק ר' משה דוד וואלי זצוק"ל, ער האט געמאכט א סאך ספרים איינע פון די ספרים
זיינע הייסט שבעים תקונים, עס איז געדרוקט געווארן צום סוף פונעם ספה"ק פון זיין הייליגען רבי תקונים חדשים די לעצטע דרוק, דארט האט ער עטליכע מאמרים
וואב טוהען ממש רעדן פון אזוינע מצבים, און איך גיי דא בעזה"י ציטירען ווארט ביי ווארט וואס דארט שטייט מיט אביסעלע טייטש, דאס איז שטארקע ווערטער וואס
אויב עס וואלט נישט געשטאנען איז א פחד אזוי צו רעדן, ועתה בזה החלי בעזה"י תיקון כ"ז.

ולכל היד החזקה ולכל המורא הגדול וגו', זש"ה "רֶשֶׁת הֵכִינוּ לִפְעָמַי כָּפַף נַפְשִׁי כָּרוּ לְפָנַי שִׁיחָה נָפְלוּ בְתוֹכָהּ סֶלָה", הנה כבר פירשנו במקום אחר ענין הרשת, (אז וואס) שתכף אל
הצדיק הרשת פרושה לפניו מן הס"א, ער האט מסביר אין א פריערדיגע תיקון אז נאך די אותיות צ' ק' וואס איז מרמז אויפן צדיק קומט תכף די אותיות ר' ש' ת' וואס דאס מאכט די
ווארט "רשת", דאס זאגט ער דא שתכף אל הצדיק ה"רשת" פרושה לרגליו, און דאס איז כדי שלא יוכל (הצדיק) לעלות בעליותיו דרגא בתר דרגא, שרייבט ער ווייטער דארט אלא
שהרשעים הללו חשבו לרעה והאלקי' חשבה לטובה, איז ער מסביר שהרי הצדיק עצמו כשרואה שאינו יכול לעלות מפני כובד האבן ורשת פרושה, מה הוא עושה? מיד הוא כופף
את את קומתו ומשפיל את ראשו "והקדושה יורד אליו ושורה עליו", ברזא דכתיב ואל זה אביט אל עני ונכה רוח וחרד על דברי, שרייבט ער דערנאך פייערדיגע רייד "ונמצא בזה
כי מאחר שהוא אינו יכול לעלות במקום הקדושה" ווייל די ס"א לאזען איהם נישט ארויס פון זייער רשות, אבער וויבאלד ער האט זיך משפיל געוועהן מיטן שרייען צום בוכ"ע בבכי
ובתחנונים איז וועגען דעם "הקדושה עצמה יורדת אצלו", ממש פחדים די קדושה אליין דאס הייסט דער בו"ע ברוב הדרתו קומט אראפ און איז שורה אויף דעם מענטש וואס איז
אין טיפען שאול אין די האנט פון די חיצונים, און לא זו בלבד ער ווערט נאך אנגערופן א צדיק, נישט סתם א צדיק נאר א צדיק המברר וואס דאס איז גאר א הויכע מדרגה, שטייט
דארט ווייטער און דורך דעם אז עס קומט אראפ די קדושה טיף אין אפגרינד צו שורה זיין אויף דער צדיק, ונתקן ע"י זה תיקון יותר גדול, און דאס איז אז ונשלם חפצו יתברך שהוא
להוריד את האורות העליונים במדבר ציה וערבה ולתת את ישועתו עד קצה הארץ, ברזא דכתיב העם ההולעים בחשך ראו אור גדול, ועוד שיקויים בזה מקרא שכתוב יְשֻׂשׂוּם מִדְבָּר
וְצִיָּה וְתָגֵל עֲרָבָה וְתִפְרַח כַּחֲבַצָּלֶת, כי כוונת המאציל לתקן העולם בשלמות - אדם ובהמה תושיע ד', ממש ווי די ווערטער וואס מיר האבן אראפ גברענגו מספה"ק פרי הארץ כי רוצה
הוא בהתגלות אלוקו' גם שם, שרייבט ער דארט ווייטער וז"ס "רשת הכינו לפעמי כפף נפשי", לתכלית הנזכר ובתחלה און אנהייב איז טאקע צדיק כפף לעשות רצון קונו, ער גייט
איינגעבויגען פונעם עול הס"א והחיצונים אבל לבסוף וועט זיין צדיק פשוט אויסגעגלייכט ומעמל נפשו יראה ישבע כי פועל אדם ישלם לו וכארח איש ימציאנו.

זאל דיר שוין דער בו"ע אויך ליכטיג מאכען זאלסט שוין זעהן אור גדול, און זאלסט מער נישט פאלען קום בתולת ישראל, דו ביסט דאך דער תיקון פאר כלל ישראל, דורך דיר
וועט אויפשיינען די אור פון משיח זיי נישט געפאלען און צובראכען כי קרובה ישועתך לבא, האסט אין זיך א טייערע נפש וואס דערגרייכט העכער פון דיינע חברים וואס האבן
נישט די נסיונות, דיין איין געשריי צום טאטען אין הימל איז בוקע אלע מחיצות ווייל עס קומט פון אן אמת'דיגער לב נשבר, און אויף דעם ווארט דער בו"ע, איין טרערעלע פון דיר
איז ווערט גאר א סאך, עס דערגרייכט צום העכסטען פלאץ וואס נאר שייך, עס בלייבט א אבן טובה בכתר עליון, און מיר בעטען אז זאלסט שוין זעהן די אור מיט דיינע פליישיגע
אויגן, און עס זאל נמתק ווערן אלע דינים פון דיר און דיין ארומיגע, ותזכה בסייעתא דשמיא לבשר לנו במהרה בשורות טובות אמן
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
גובערנאטור
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גובערנאטור »

אוי טאטע אין הימל! וואס זאל איך זאגן?
און איך קען נאך האבן טענות אויף דיר? אויף וואס, אז די קאווע איז נישט געלונגען אדער ווייסעכוואס?

גוטער, (כ'גיי דיר נישט רופן ביי דיין ניק, פארפאלן), זאלסט וויסן איך שרייב נישט, ווייל איך ווייס נישט וואס.
אבער כ'קען דיר נאר איבערזאגן מיין שמועס מיט'ן רבוש"ע פון אפאר מינוט צוריק:

טאטע אין הימל, כ'האב יעצט געזען די וויי געשריי פון איינע פון דיינע באליבטע בן יחיד'ס,
כ'קען אים נישט, כ'ווייס נישט ווער דאס איז, אבער דאס זע איך, אז ער איז דיינס א קינד און ער האט דיך ליב.
רבוש"ע, דו ביסט דאך א כל יכול, ווייז דיין רחמנות אז מ'זאל דאס זעהן און שפירן, העלף דעם איד מיט אלע אנדערע אין די מצב.
הראני ה' חסדך וישעך תתן לנו.
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

א המשך צום פריערדיגע ווארט.
איז ער ממשיך דארט בדבריו הקדושים.

וואס האסטו געמיינט אז וויבאלד דער ס"ם הרשע וועט זעהן אז די קדושה איז אראפ דא אין זיין שטעטל וועט ער אויפגעבן זיין קאמפ, ער האלט נישט דערביי און ער הייבט אן פון דאס ניי,
זאגט ער אזוי דארט, אך אמנם כשרואים החיצונים שלא הועילו כלום ברשת אשר הכינו לפעמיו של הצדיק, אז הם מחדשים עלילות ברשע להורידו בשוחה עמוקה פי זרות אשר כרו לפניו,
דאס הייסט נישט נאר אז זיי בלייבן נישט שטיל נאר זיי קומען צוגיין מיט נסיונות שווערער און גרעסער פון פריער, זיי גראבען אויף א טיפערען גרוב, ווייל די פריערדיגע איז דאך שוין מלא
קדושה דארפן זיי גיין טיפער, אין דאס איז כדי שישתקע בתוכה ויתיאש מן הקדושה ח"ו, וז"ס כרו לפני שיחה, הערסט דא ווערטער זיי ווערען נישט מיד נאר זיי קומען שוין דאס מאל מיט
אזוינע נסיונות צו איינזינקען דעם צדיק אין די טומאה, און מען שאל שיך אינגאנצען מייאש זיין פון די קדושה רח"ל, אוי טאטע געוואלד וואס טוהט זיך דא? זאגט ער דארט זאלסט וויסען
אבל גם את זה האלוק' חשבה לטובה בלי ספק, כי מתוך כך הצדיק עצמו מברר ברזא דשפחה בישא אשת זנונים כל הניצוצות שבלעה ועשקה בגזל ועושק רש, דאס הייסט אז מיט דעם
וואס דו טוהסט תשובה צום בו"ע און שרייסט צו איהם הצילני נא מיד עושקי, נעמסטו ארויס כל הניצוצות אשר עשקה וגזלה, נישט נאר פון דיר פון גאנץ כלל ישראל, און דאס איז דייקא
די כח פון א צדיק המברר וואס ער האט א נשמה כללית ווי משה רע"ה און טאקע וועגען דעם שטייט משה רע"ה צו דיין רעכטע האנט און העלפט דיר מיט די עבודת הבירור, און דאס
זאגט ער דארט ווייטער און דאס איז אלעס בכח "היד החזקה והמורא הגדול" של משה, שמאמצים כחו של המברר להתעסק במלאכת הבירור, ובגמר בירורו הם עצמם סוד הידים
"שמוציאין אותו מתוך ההפיכה בפתע פתאום", ונפלו שם תחתיו כל החיצונים שהכינו את הרשת ללכדו וכרו את השיחה להפילו, כענין שנאמר "צדיק מצרה נחלץ ויבא רשע תחתיו",
וז"ס כרו לפני שיחה נפלו בתוכה סלה, סלה דיקא שהנפילה שלהם תהי' נצחית בלא תקומה, און פאר דיר מיין טייערער פריינד ענדיגט ער צי און זאגט וצדיקים ישמחו יעלצו לפני אלקי'
וישישו בשמחה, און דאס איז ווייל נשבע ד' בימינו וגו', עכ"ד.

איז גיב נאר א קוק ווי ווייט זיי די רשעים ווילן זאלסט אריין פאלן אין יאוש, זאלסט נאר איין זאך וויסען די אלע נסיונות און נפילות אלעס איז פאר איין צוועק פאר תיקון השכינה, און א
טובה פאר כלל ישראל, האסט טאקע געהאט נפילות און דו האסט נאך אלס די נפילות אבער זאלסט וויסען און גדענקען וואס דא שטייט, דער בו"ע לאזט זיך אראפ צו דיר און ריהט
אויף דיין קאפ, דער ס"ם קען זיך נישט קיין עצה געבען דערמיט, און משה רבינו שטייט צו דיין רעכטע זייט און איז זיך משתתף אין דיין צער און העלפט דיר בעטען און ער ברענגט
ארויף דיינע תפלות אויבן און פאר איהם איז נישט פארמאכט קיין שום מחיצה אלעס איז אפען פאר איהם, און תפלתי לד' אז מען זאל שוין הערן פון דיר טאקע א גוטע בשורה מיט
א פריילעך הארץ, עס זאל דיר לעכטיג ווערען לעולם ועד סלה, עס איז טאקע א ברכת הדיוט אבער גלייב מיר עס קומט ארויס פונעם טיפען הארץ וואס ווייטאגט פאר דיר און בעט
פאר דיין ליכטיגקייט שנשמע ונתבשר בשורות טובות ישועות ונחמות במהרה, אמן,
לעצט פארראכטן דורך טייבעלע אום דאנערשטאג מאי 17, 2012 12:31 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

נישט גוט האט געשריבן:מיינע טרערן האבן נאכנישט געסטאפט זייט די פאריגע תגובה'ס, איך קען נישט עסן און נישט שלאפן און נישט דאווענען און נישט לערנען און נישט ארבעטן,
וער עס פארשטייט פארשטייט


ווער קען דען באמת פארשטיין...

אבער איין זאך זאלסטו וויסן, אז אידישע קינדער מיט פילבארע הערצער הערן דיין וויי געשריי, עס שניידט אדורך זייער הארץ און זיי טראכטן מיט טרערן אין די אויגן, אוי וויי געוואלד, ווי אזוי קען מען העלפן אט דעם טייערען לעכטיגען אינגערמאן???

כ'קלער צו מיר, הלוואי הלוואי נעמסטו די כוחות הנפש וואס די האסט באמת אין דיר ווייל דוקא דארט ווי דער בע"ד פארלייגט זיך אויף א מענטש דארט ליגט זיינע כוחות באהאלטן...

און די שטארקסט זיך און די גייסט ארויס אין מלחמה...

דער עיקר האבן צדיקים געלערנט, איז זיין אין מלחמה.

אויב פאלסטו, הייב זיך אויף.

אויב כאפסטו, געב צוריק.

נאר געב נישט אויף ח"ו.

ווייל קיין יאוש איז גארנישט פארהאנדן!

שריי צו השי"ת וואס איז שומע תפילת "כל" פה.

:cry: :cry: :cry:
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

טאקע א פלא עס איז נאכנישט דא א סופארט גרופע פאר אזאנע אומשטענדן.

http://www.guardyoureyes.org/ קען אפשר אביסל לייכטער מאכן.
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

איך האב מורא אריין צי רעדען צווישן אזאנע געהויבענע יודען, אבער איין זאך קען איך זאגען אז בשעתן ליינען די שורות קומט מיר אריין א גאנצע צייט אין קאפ די ניגון פון יונתן שווארץ וואס ער זינגט אויף די ספירה טעיפ חזק.
יאנקעל די פופציגער
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

דא ציטיר איך א מעשה וואס איך האב געשריבן אין אן אנדער אשכול.
טייבעלע האט געשריבן:איין טאג גיי איך אריין ארים 10:30 - 11:00 אין א ביהמ"ד, איך האב געזיכט א שטיל פלאץ, א ביהמ"ד וואס מען ניצט
נישט איבער דעם טאג, אבער ווי נאר איך קום אריין אין שול, הער'ך עפעס פונעם צווייטן צימער אז איינער איז דא, לייג
איך צו אן אויער צו הערן וואס יענער זיכט דא, הער איך א שטילע געוויין, גיי איך צו נענטער צום טיר הערן וואס עפעס
גייט פאר, צי מיין שטוינונג הער איך ווי ער האלט סוף דאווענען, זעהט אויס ער האט זיך פארדאווענט, ער האלט ביי
קוה, נו טראכט איך ביי זיך מאי כל הרעש וואס איז דא צי וויינען דא, לייג איך צו שטערקער מיין אויער זייער שטיל,
און איך הער ווי ער זאגט אין כאלוק' אין כאדונינו, און ער רופט זיך אן אין דעם אידישע שפראך, רבוש"ע הערסט איך
שריי אויס, יא איך קליינער מענטש זינדיגער מענטש גארנישט מיט גארנישט, דער נידריגסטער בריי' אויפן וועלט, איך
שריי אויס מיט אן אמת אין כאלוק' וכו', זאגט ער ווייטער איי וועסטו וועלן זאגען וואס א ווערט האט דאס, זאג איך
דיר רבוש"ע טאקע אז איך זינדיגער מענטש וואס ליגט טיף טיף אין שאול רח"ל, שרייט אויס און איז מודה אז אין
כאלק' וכו', איז דאך בבחינת מלאך רע עונה בע"כ אמן, אין דא פלאצט ער אויס אין א געוויין, און גיט א שריי רבוש"ע
וועט מען מיר וועלן זאגן אז מחיצה מפסקת ביני ובינך, און די תפילות קענען נישט ארויף גיין, און דא הערט מען א
ביטערליכער געוויין וואס האט מיר דורך געשניטן אלע ביינער עד דכדוכה של נפש, ער גיט ארוס א מורה'דיגער
געשריי און זאגט בשום פנים ואופן קען דאס נישט זיין, ווייל מלא כל הארץ כבודו, עס איז נישטא קיין שום זאך
אויף דער וועלט וואס דו ביסט נישט מחיה, איז ממה נפשך לומר אז עס איז דא א מחיצה המפסקת ביסטו דאך
עס מחיה, קניפ איך זיך אן אין די חיות, ווייל די חיות וואס טוהט מיר מחיה זיין איז איינס מיט יענעם חיות, עס
איז נישט שייך אן אופן אויף דער וועלט אז דו הערסט נישט ווייל עפעס איז מפסיק, אני ד' השוכן אתם בתוך
טמאותם, ביסט דא מיט מיר און דו הערסט מיינע תפילות, און אויב ביסטו נישט מחיה די מחיצה המפסקת קען
דאך עס נישט עקזיסטירן, איז זאג איך דיר רבוש"ע איך גלייב באמונה אמיתית ופשוט, אז דו ביסט דא מיט
מיר און דו הערסט מיינע תפילות, יא דא אינטען אין שאול, וויל איך דיר פרעגען איז דען נאך דא איינער אויף
די וועלט, און בפרט אן איש מכובד א מלך בשו"ד וואס זאל זיך אראפ לאזען צו איינעם און זיין מיט אים אין
די מיסט, און נישטא נאר דאס נאר ער איז גרייט אים ארויס העלפן און הערן זיינע בקשות, אויף טאקע שריי
איך אויס מיט רעכט, "אין כאלוק' וכו', און אזוי ווען ער איז אנגעקומען צו מי כאלוק', אזוי האט ער איבער
געגאנגען די תפילה דאכט זיך צוויי דריי מאל, איך בין דארט שוין נישט געבליבן כ'האב נישט געוואלט ער
זאל וויסן אז איינער האט אים געהערט, אבער א יש"כ פאר אים די קומעדיגע טעג האט זיך עס ביי מיר געזאגט
אין גאנצען אנדערש, אשרי שזכיתי לשמוע דברים כאלה.

ד"א יענער איז געוועהן א אינגער מאן, פרעגט מיר נישט ווער און ווי ווייל איך קאן נישט זאגען.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
נישט גוט
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 28, 2012 10:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט גוט »

טייבעלע ליינענדיג די מעשה פון אין כאלקינו האב איך איך ארויסגענומען א טישו צו ווישן מיינע טרערן,
נישט גוט
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 28, 2012 10:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט גוט »

עס איז שוין באלד 48 שעה וואס איך פיל ווי איך האלט עס נישט עס אויס, נאך א מזל עס איז דא א "אייוועלט, ווי קיך קען מיר אויסגעבן,

עד מתי?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הרב ר' גוט, איך פיל מיט אייער צער און פיין, זייט וויסן אז די ישועה איז אט אט ביים טיר, עס וועט נאך קומען לעכטיגע פרייליכע און דערהויבענע טעג בקרוב, האלטס אייך שטארק ווערטס נישט צובראכן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
נישט גוט
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 28, 2012 10:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט גוט »

הרב פארשלאפן פאר דיר איז עס גרינג צו זאגן, אפשר אפילו טוהן אויך,
פאר מיר איז עס זייער שווער צו זאגן און אוממעגליך צו טוהן,

ווער זאגט דיר אז די ישועה איז נאנט? ביזט א נביא?
נישט גוט
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 28, 2012 10:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט גוט »

היינט ביי שמו"ע ווען עס איז געווען דמעות כמים, עבור מים,
האב איך געטראכטאז די גאנצע צרה איז נישט ווערט געווארן אפילו אז ס'האט אויפגעטוהן אז איך זאל דאווענען מיט טרערן ווייל איין מאל מען פאלט אדורך ליידער וועגט אולי אלעס איבער.
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

נישט גוט האט געשריבן:היינט ביי שמו"ע ווען עס איז געווען דמעות כמים, עבור מים,
האב איך געטראכטאז די גאנצע צרה איז נישט ווערט געווארן אפילו אז ס'האט אויפגעטוהן אז איך זאל דאווענען מיט טרערן ווייל איין מאל מען פאלט אדורך ליידער וועגט אולי אלעס איבער.

נישט גוט האט געשריבן:ווער זאגט דיר? ביזט א נביא?

מיר ווייסן נישט חשבונות שמים, אבער מיר גלייבן די הייליגע צדיקים וואס האבן יא געוויסט און געזען וואס טוט זיך און האבן געזאגט אז עס איז דא דערין סודות נוראים, און עס איז דא א וועג פון תשובה פאר אלעס.

ולשיטתך האט דער אייבירשטער בכלל נישט געדארפט באשאפן די וועלט, אדער נאר באשאפן צדיקים עושי רצונו.
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

נישט גוט האט געשריבן:הרב פארשלאפן פאר דיר איז עס גרינג צו זאגן, אפשר אפילו טוהן אויך,
פאר מיר איז עס זייער שווער צו זאגן און אוממעגליך צו טוהן,

ווער זאגט דיר אז די ישועה איז נאנט? ביזט א נביא?

וואס ווייסטו וואס ביי מיר איז גרינג? דאכטזיך אייך אז אלעמאל איז געווען / איז לעכטיג?

ווען אזויפיל ידידים זענען פאר אייך מתפלל מעומק הלב איז אודאי געוויס אז תפלתם אינה חוזרת ריקם.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
נישט גוט
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 28, 2012 10:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט גוט »

פארשלאפן אומווילנדיג האסטו מיר געגעבן די מערסטע חיזוק, דו האסט ארויסגעברענגט אז דורך מיין עפענען די אשכול האט עס געברענגט א רבים זאל מתפלל זיין, יאפס תפלת רבים האט א שטארקע כח, כערעכט,
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

נישט גוט האט געשריבן:פארשלאפן אומווילנדיג האסטו מיר געגעבן די מערסטע חיזוק, דו האסט ארויסגעברענגט אז דורך מיין עפענען די אשכול האט עס געברענגט א רבים זאל מתפלל זיין, יאפס תפלת רבים האט א שטארקע כח, כערעכט,

און אז דורך דיין עפענען דעם אשכול קענען נאך אסאך שעפן הויפענעס חיזוק און זיך שטארקן ביים דורכגיין זייערע אייגענע נסיונות האסטו א חלק אין די אלע התגברות היצר, מגלגלין זכות על ידי זכאי


יישר כח "נאר גוט"
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
משה פיש
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2010 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה פיש »

איך זיץ שטיל אין די זייט און איך ליין די אשכול מיט נאסע אויגן. ווי א איד קען אזויפיל מיטמאכן און פון די אנדערע זייט ווי עס קומען אזויפיל גוטהארציגע אידן און פראבירן וואס זיי קענען אים ארויסצוהעלפן מיט חיזוק און שיינע טייטשן. די אלע זאכן זענען גוט און חשוב אבער וואס טוט זיך מיט די עצם פראבלעם? ר' איד האט איר פראבירט עפעס צו טון אז די שלום בית זאל גוט ווערן? פארוואס און וויאזוי איז עס אנגעקומען צו אזא מצב ווי איר האלט יעצט. ס'איז צום גלייבן אז דאס איז נישט פון ווען איר האט אזוי חתונה געהאט נאר ערגעץ אינדערמיט האט עס געכאפט א שאקל און לויט די מצב קוקט עס אויס ווי פון די שאקל איז עס געווארן א שטורעם ווינט און מ'האלט ווי מ'האלט ליידער.

אפשר קען מען נעמען און פאררעכטן די יסוד און אלעס וועט בעזר השם צוריק אריין פאלן אין פלאץ. איר ווייסט אז ס'איז דא וואוילע אידן וואס טוען דערין און העלפן אין אזעלכע פעלער האט איר פראבירט דאס?
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

אה! ר' משה איז דא. ער האט אויבן אנגעמערקט אז ער איז שוין פארטיג מיט די אלטע פראבלעמען.

ר' גוט; זענט איר שוין געווען דא?
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

א גוט מארגן

אינעם היינטיגען הייליגן ספירה טאג, ווינטש איך דיר זאלסט זיך קענען שטארקן אין יעדן מצב און זיך דערהאלטן, ווי אזוי עס איז נאר, ביים לעכטיגען בורא עולם, און ווי אמשנעלסטן צוקומען צום ריכטיגן ישועה אכי"ר
שויתי השם לנגדי תמיד
נישט גוט
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 28, 2012 10:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט גוט »

גאנץ ספירה איז דאך די זעלבע זאך כמבואר בבני יששכר, די גאנצע וואך (יסוד) נאך מער, עש"ק נאך מער (די 7 טעג פון די וואך זענען קעגן די 7 ספירות), איבערהויפט היי יאר ווען די ימי הספירה גייען לויט די ימי השבת, למשל היינט עש"ק איז חמשה שבועות ו"ששה" ימים, איז עס א קדושה משולשת, (עקשעלי פיר - 1)עמר בגימטרי"א קרי) 2)יסוד 3)שביסוד 4)עש"ק,
דאס איז דאך א חלק פון די ווייטאג ס'איז א ידיעה אהן א הרגשה,
נישט גוט
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 28, 2012 10:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט גוט »

GPS WANTAD,

שוין דורך די שערי תפלה, אנגעקומען צו שערי דמעות און שוין דאס אויך דורך, ווי גיי איך ווייטער?
על משכבי בלילות בקשתי את שאהבה נפשי, "בקשתי ולא מצאתי", אקומה נא בעיר "בשווקים וברחובות" אבער עס איז ליידער נאך אלץ "בקשתי ולא מצאתי",

ווי קומט מען אהן צו שערי רחמים, שערי חיים "טוב"ים, און "שערי קדושה"?
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

זאגסט דאך אזוי גוט די קדושה איז אזוי גרויס אין די טעג פון ספירה און עס שיינט אריין אין טיפעניש פון יעדען הארץ ווי אימער ער גפינט זיך נאר, און אפי' מען האט עפעס ח"ו קאליע געמאכט
קומט אראפ א יעדען טאג ביים ספירה ציילן א דרויסע אור וואס שנייד דורך אלע פגמים און עס ווערט אלעס פאראכטען, עס בלייבט נישט קיין שום פגם, און דאס חזר'ט זיך איבער יעדען טאג
ביים ציילן די ספירת העמר, עס ווערט לעכטיג דער "עמר", עס ווערט עמר נקי, מען שפירט בממשות אז מען איז נאנט געווארן צום בו"ע, און פון דארט גייט מען ארויף ווייטער מיט געגועים וכיסופים
צום בו"ע, יעדער זאך וואס מען טוהט זאל זיין א תפילה צום בו"ע, מען זייט רייניגען די שטוב לכבוד שב"ק בעט מען רבוש"ע אזטי זאלסטו רייניגען מיין הארץ אין מיינע געפילן און מיין נפש וטהר
לבנו לעבדך באמת, און אזוי ווען שטעלט קאכען ךכבוד שסת בעט מען רבוש"ע אזוי ווי איך צינד אהן די פייער אויף קאכען לכבוד שב"ק אזוי זאלסטו אנצינדען א הייליג פייער א ברען אין מיין הארץ
פאר דיר בוכ"ע אש תמיד תוקד על המזבח לא תכבה, און אזוי ביי יעדע מעשה לכבוד שבת,

זאל דיר דער בו"ע רייניגען אין גאנצען און זאלסט זיך דערהייבן טאקע דארט אויף די מדריגה וואס דיין נפש לעכצט אנצוקומען דארט יעדער האט א השתוקקות צו זיין שורש, און צו דארט זאלסטו
דערגרייכען, און מיר זאלען הערן פון דיר גוטע בשורות, א בשורה פון קדושה וטהרה זאלבט דערהויבן ווערען למעלות רמות ווי טיף און שטארק דיינע נסיונות זענען געוועהן זאל זיין זה לעומת זה
דיין רוחניות דיין הארץ זאל מיט א תשוקה זיין צום בו"ע תמיד בכל ובכל רגע ובכל שעה, און זאלבט זוכה זיין צו כל טוב סלה ועד.

דאס רעדט צו דיר דיין פריינד טייבעלע
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
שרייב תגובה

צוריק צו “סוגיות הש"ס”