ט' כסליו עת רצון?

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

ביזנעסמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 12:04 pm
לאקאציע: אויף וואקאציע

ט' כסליו עת רצון?

תגובהדורך ביזנעסמאן » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2009 9:48 am

עס ליגט מיר נישט יעצט אויפן קאפ די מקור, און אויב איינער קען עס צוצייכענען איז ער מכובד.

אבער אפיציעל הייסט עס אז די ניינע חודש אין יאר (כסליו) אין די ניינטע טאג (היינט, ט' כסליו) און אין די ניינטע שעה (אין ניו יארק קומט עס אויס צווישן 2:07 און 2:55 נאכמיטאג) איז א ספעציעלער צייט וואס די שערי שמים זענען אפן אין די תפילות ווערן נתקבל.

אלזא טייערע אידן! כאפט אריין, און פויעלט אלס גוטס אמן!
תורה איז די בעסטע סחורה.

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

תגובהדורך ליינער » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2009 9:54 am

13 דקות של עת רצון מיוחד לתפילה ולישועה
בשעה 13:43 יתחילו 13 דקות של עת רצון מיוחדת לתפילה ולישועה, למען הכלל והפרט, כמובא בספרים קדמונים, שאחת לשבע שנים נפתח בשמים עת רצון לפעול ישועות ונצורות. זה הזמן לתרום כסף לצדקה ולהתפלל

יוחנן וייסברג ט' כסלו תש"ע - 26/11/2009 13:13
בשעה הקרובה, וליתר דיוק בשעה 13:43, יתחילו רבבות יהודים לשאת תפילה לאדון כל, לישועה כללית ופרטית. התפילות ימשכו 13 דקות עד השעה 13:56, לנוכח שעת העת רצון הנדירה.

מקור הסגולה הוא בספר הקבלה "ברית מנוחה" של רבי אברהם ב"ר יצחק מרמון מספרד, שכותב על מסורת הקיימת שאחת לשבע שנים נפתח בשמים עת רצון מיוחד לפעול ישועות ונצורות.

לפי המופיע בספר הקבלה, שעת עת רצון מיוחדת זו, מתרחשת בשנה התשיעית למנין שנות היובל, בחודש התשיעי שהוא חודש כסלו, ביום התשיעי לחודש, ובשעה התשיעית.

לפי הלוח המקובל, הזמן המדויק הוא היום בשעה 13:43 ויימשך 13 דקות עד השעה 13:56.

גדולי הדורות בשנים קדמוניות היו עורכים תפילות בשעה זו, וגם השנה, צפוים רבבות לשאת תפילות בשעה זו.

(קרעדיט אתרוג)
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפטיל » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2009 10:08 am

ווען איז די פונקטליכע זמן אין די ניו יארקער אופק?
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2009 10:50 am

א מחלוקת צווישן ביזנעס קאפ מיט ליינער, לויט ביזנעס קאפ קומט עס אויס אום 2:07 און לויט ליינער קומט עס אויס אום 1:43.

ווער עס ווייסט די פונקטליכע צייט זאל ביטע מודיע זיין.

עס איז וויכטיג אנצוצייכענען אז מיר זענען פאררוקט אין די ריכטיגע צייט מיט בערך פיר מינוט.

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2009 10:53 am

זאגט מיר איינער אז מען גייט דערמיט לויטן ארץ-ישראל'דיגע זייגער, אויב אזוי האבן מיר שוין לכאורה פארפאסט...
איז דאס ריכטיג?

ביזנעסמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 12:04 pm
לאקאציע: אויף וואקאציע

תגובהדורך ביזנעסמאן » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2009 12:28 pm

זיס האט געשריבן:א מחלוקת צווישן ביזנעס קאפ מיט ליינער, לויט ביזנעס קאפ קומט עס אויס אום 2:07 און לויט ליינער קומט עס אויס אום 1:43.

ווער עס ווייסט די פונקטליכע צייט זאל ביטע מודיע זיין.

עס איז וויכטיג אנצוצייכענען אז מיר זענען פאררוקט אין די ריכטיגע צייט מיט בערך פיר מינוט.


עס איז נישט קיין מחלוקת, 1:43 איז די ארץ ישרא'לדיגע זייגער און 2:07 איז די אמעריקאנער זייגער.

זיס האט געשריבן:זאגט מיר איינער אז מען גייט דערמיט לויטן ארץ-ישראל'דיגע זייגער, אויב אזוי האבן מיר שוין לכאורה פארפאסט...
איז דאס ריכטיג?

זאג מיר, שבת מאכסטו אויך לויטן ארץ ישראל'דיגן זייגער?

לאמיר נישט פארגעסן: יעדעס מאל ווען א איד איז מתפלל צום אייבערשטן איז אן עת רצון און מיר זענען זיכער אז דער אייבערשטער הערט אויס זיינע תפילות!
תורה איז די בעסטע סחורה.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » פרייטאג נובעמבער 27, 2009 11:07 am

דא איז דער שטיקעל פון דעם 'ברית מנוחה' אבער עס איז דא א גרויסער פראבלעם.

גיי ווייס ווען איז יובל!!!
מעהאט שוין נישט געהאלטען יובל איבער צוויי טויזענט יאהר!!!

זיין לשון דארט
צוגעלייגטע
untitled2.jpg
untitled2.jpg (11.01 KiB) געזעהן 3387 מאל
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מוצ"ש נובעמבער 28, 2009 7:33 pm

איבער שבת איז אויסגעקומען צו רעדען וועגען דער סגולה.
פארציילט מיר מיין יונגערע זוהן עפעס אינטערעסאנט.

ער האט א סופערמארקעט און פלעטבוש און רוב פון זיינע קאסטאמערס זענען ספרדישע יודען פון סירישען אפשטאםן.

אויף עוועניו פי קארנער אשען פארקוועי איז דא א גרויסע ספרדישע סענטער. (דאס איז אוויא דער שומר שבת בית מדרש פאר די ספרדים). ער קומט אסאך אהון דאווענען מנחה און ווינטער. ער האט די וואך געזעהן א צעטעל דארט וועגען צאמקומען ט' כסלו זאגן תהילים ברבים בערך די ניינטע שעה פון טאג.
ער האט געפרעגט דארט וואס איז פשט, האבען זיי אוהם געזאגט אז א יעדע צווייטע יאהר פון שמיטה איז דא אזא צאמקומען וועגען דער סגולה, און היות מען ווייסט נישט ווען איז יובל טוט מען דאס א יעדע צווייטע יאהר פון שמיטה וואס דאס איז די ניינטע יאהר פונעם פריערעדיגען שמיטה.

זאגט מיר מיין זוהן, אז ביי די ספרדים איז דאס אן אלטע באוויסטע זאך, ומשום איזה סיבה האט עס זיך דאס יאהר איבער געפליסט צו אינז אשכנזים.
פון וואס ער האט אויסגעשמעקט פון זיי, זעהט אויס אז די וואס זענען ביזי מיטען פארכאפטען סולדאט 'שאליט' די האבען געהאט א האנט און דעם אז דער אשכנזי עולם זאל מתפלל זיין און דער באשטימטע צייט לטובתו.
the SCY is the limit

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

מחר בין השעות 7:43 ו 7:56 בניו יארק - עת רצון

תגובהדורך ניק ניק » זונטאג דעצמבער 04, 2011 10:36 pm

באקומען אין אימעיל. לינק
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » זונטאג דעצמבער 04, 2011 10:41 pm

איינמאל אין 7 יאר, וואס מ'בעט פאר א חבר ווערט מקובל, נאר 13 מינוט, כאף מעט קענען עפעס אריינכאפן, ווער דארף א ישועה?
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג דעצמבער 04, 2011 11:09 pm

א דאנק פאר די סגולה הרב ניקניק.

לאמיר נאר אויסשמועסן, ער זאגט דאך שעה תשיעית וואס דאס איז פון 2 ביז 3 נאכמיטאג (כלשון הגמרא בשעות היום).
אויך פארוואס נאר 13 מינוט, א שעה איז מער, און אפילו לשעות זמניות (מנץ עד השקיעה) איז עס יעצט 53 מינוט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
אייער_קיכל
שר חמש מאות
תגובות: 923
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

תגובהדורך אייער_קיכל » זונטאג דעצמבער 04, 2011 11:15 pm

מיר אויך שווער דאס, וואס עפעס צופרי? שעה תשיעית איז נ.מ.

ועוד, וואס עפעס יעדע 7 יאר? ער ברענגט דאך אז די סגולה איז די 9'טע יאר ליובל, נו ווי קומט יעדע 7 יאר אריין?

פייוול הנקרא 5'איש
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 23, 2011 3:56 am

תגובהדורך פייוול הנקרא 5'איש » זונטאג דעצמבער 04, 2011 11:17 pm

אפשר שהזמן תלוי כפי אופק אר"י

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » זונטאג דעצמבער 04, 2011 11:20 pm

אין לנו עסק בנסתרות איך האב אפילו נישט פראבירט צו פארשטיין וואס די חיד"א און די ברית מנחה שרייבט און א ודאי נישט ווערטער פון הייליגען מהרח"ו און אנדערע מרי דרזי, נאר ווען ער וואלט געהייסן טוהן עפעס מאדנע זאכן וואלט איך פראבירט צו דערגרינטעווען צו ער איז גיט מעתיק די ספרים און צו די ספרי קודש רעדן טאקע פון דעם, אבער דא אין אונזער פאל רעד ער בסך הכל פון דאווענען, נו א תפילה קען קיינמאל נישט שאדן במילה נעם איך עס אן בלינדערהייט.
---------------

מי שנדב לבו אותו אדרבה ירחיו בדיבור בהבהרת הדברים, כידוע אינו דומה העושה כתַּם לעושה בחכמה.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג דעצמבער 04, 2011 11:27 pm

פון וואו שטאמט דער צעטיל, ווער האט דאס צאמגעשטעלט?

יבואו תורים ויתעסקו בטורים

(לבדיחא בעלמא, אדרבא זאל ער מבאר זיין פון וואנעט נעמט ער די פונקטליכע 13 מינוט).
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » זונטאג דעצמבער 04, 2011 11:38 pm

ניק ניק האט געשריבן:באקומען אין אימעיל.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

תגובהדורך שמן זית » זונטאג דעצמבער 04, 2011 11:47 pm

זיכער עפעס א טעות, די 9טע יאר פון יובל איז פארשטענדליך, ווייל נאך יעדע שמיטה איכא לספוקי אפשר איז יעצט יובל, סא אזויווי תשס"א איז געווען שמיטה קען זיין אז תשס"ב איז יובל איז ס"ג די ערשטע יאר פון יובל,
(טעות א') קומט אויס אז די 9'טע יאר איז תשע"א נישט ע"ב, (צייל מיטן פינגער),
(טעות ב') 9טע שעה אין טאג איז צווישן 2 און 3 נאכמיטאג, אטון אויב רעכנט מען פון ביינאכט שעות שוות איז עס צווישן 2 און 3 ביינאכט

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג דעצמבער 04, 2011 11:50 pm

פייוול הנקרא 5'איש האט געשריבן:אפשר שהזמן תלוי כפי אופק אר"י

דאס שטימט שוין בעסער, די שעה תשיעית אין אר"י 2-3 נ.מ. איז 7-8 צופרי אין ניו יורק.

בלייבט נאר שווער פארוואס בלויז 13 מינוט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » זונטאג דעצמבער 04, 2011 11:54 pm

שמן זית האט געשריבן:זיכער עפעס א טעות, די 9טע יאר פון יובל איז פארשטענדליך, ווייל נאך יעדע שמיטה איכא לספוקי אפשר איז יעצט יובל, סא אזויווי תשס"א איז געווען שמיטה קען זיין אז תשס"ב איז יובל איז ס"ג די ערשטע יאר פון יובל,
(טעות א') קומט אויס אז די 9'טע יאר איז תשע"א נישט ע"ב, (צייל מיטן פינגער),
(טעות ב') 9טע שעה אין טאג איז צווישן 2 און 3 נאכמיטאג, אטון אויב רעכנט מען פון ביינאכט שעות שוות איז עס צווישן 2 און 3 ביינאכט


יעצט אריינגעטראכט דיש ליישב בקל קודם (טעות א) די חשבון פון יובל איז זייער קאמפלעצירט און אויף (טעות ב') איז פשוט אז מ'רעכנט לויט ארץ אשר עין ה"א בה, נאר פארוואס 13 מינוט ווייס איך נישט
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » זונטאג דעצמבער 04, 2011 11:55 pm

אפס, כאב נישט באקומען די האק קעסטל
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מאנטאג דעצמבער 05, 2011 6:46 am

ראשית כל, ער איז אליין מעתיק בשם הרמב"ן אז די שעה תשיעית "הוא שעת מנחה", והדברים ברורים.

והשנית, אויב האט דאס שייכות מיט יובל דאן איז די חודש התשיעי "סיון" נישט כלסיו, ווייל מען רעכנט תשרי אלס די ערשטע נישט ניסן.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24933
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג דעצמבער 05, 2011 7:28 am

א רפואה שלימה, א רחמנות נעבעך.

האיך יתקיימו שניהם? תיקו.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוהב ספרים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מאנטאג דעצמבער 05, 2011 7:53 am

ער מאכט דארט אויף די צעטל כמה וכמה טעותים

א. נישט די זיבעטער נאר די ניינטער
ב. במקור אין ספר ברית מנוחה שטייט נאך יובל, וואס היי יאר איז זיכער נישט, אבער אפשר אולי לתרץ כי מפני הספק מען ווייסט נישט ווען ס'איז יובל איז נאך יעדער שמיטה, וואס היי יאר איז זיכער אויכעט נישט
ג. וואס האט דאס מיט ארץ ישראל, אין ברית מנוחה וואס דער מחבר האט נישט געוואינט אין ארץ ישראל, שטייט די ניינטער שעה וכו' נישט תלוי בארה"ק, אלא בכל מקום ומקום במקום שאדם נמצא שם. און נאך מער שרייבט ער בפירוש זמן מנחה שנענה בה אליהו, לפי ידיעתי האט ער נישט געדאווענט מנחה בשעה 7:53 בבוקר
ד. בפשטות מיינט דאס דארט די גאנצע ניינטע שעה, נאר האט מען שוין מוסיף געווען די ניינטע מינוט אויכעט.

ה. ועל כולם ס'איז א פאר קאפיטלעך תהלים נישט קיין ברכה לבטלה

פועלט אלעס גוטס
צוגעלייגטע
ברית מנוחה - Copy.png

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מאנטאג דעצמבער 05, 2011 10:34 am

אויף קול מבשר 1-1-4 איז געווען א אינטערוויא מיט הרב גנוט ווי ער האט שיין מבאר געווען די נושא

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » מאנטאג דעצמבער 05, 2011 10:36 am

בי"ד אין ירושלים האט אויך ארויסגעלייגט פלאקאטן היינט אויסצוניצן דעם עת רצון
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: להודות און 3 געסט