וואס עפעס? האט געשריבן:שלום וברכה
הער איך אז סדא א ערענסטע מחלוקת בעניני מעשר צווישן היינטיגע פוסקים
טייל האלטן אז מעשר איז פון אלעס וואס מען פארדינט און טייל פוסקים האלטען אז מעשר איז נאר פון וואס מען לייגט אוועק נאך אלע לעבענס הוצאות אריינגערעכענט רענט/עסן/בילס/קליידער וכדומה
קען איינער ביטע מסביר זיין וואס זענען די צדדי המחלוקת? אויף וואס איז עס געבויעט?
בכלל נישט קיין נייע מחלוקת !
עס איז פארהאן א תושבה אין אבקת רוכל פונעם בית יוסף זי"ע וואס זאגט אט דעם קולא אז מען רעכנט אראפ אלע הוצאות, און אויף דעים איז דא חולקים, כמדומה אז דער ברכי יוסף זאגט (אדער ברענג פון אן אנדערע ואס זאגט) אז עס קען נישט זיין די בית יוסף האט דאס געשריבען ע"ש,
בקיצור עס איז א גרויס פלאנטער, אין די פוסקים ניצען עס פאר א צירוף, למשל אז איינער איז מסופק צו ער איז בגדר א "עני", דעמאלטס קען ער זיך פארלאזען וכדו' וכדו'.
אבער דאס איז קלאר (איעדער איז מודה צו דעים, אין עס האט נישט קיין שייכות מיט'ן מח' הנ"ל) אז אויב איינער האט אריינגעלייגט אין א ביזנעס 100,000$ אין האט פארדינט די ערשטע יאר $200,000 דארף ער נישט געבן מער פון 2, נאר פון איינס, ווייל ער האט נאר פארדינט איינס, די זעלבע איז א מלמד וואס הוצאות פון זיינע ספרים אין הוצאות הדרך צו און פון חדר קאסטען עם אף א סכום מסוים יעדעס יאר, פאנגט זיך אהן די רווחים נאך מען רעכנט אראפ וואס עס קאסט עם.
ברכה והצלחה !