שבע נופות - שבע אקלימים

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

שבע נופות - שבע אקלימים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך וויל וויסן וויפיל קלימאטן זענען דא אויף דער וועלט

א גוגעל סוירטש האט מיר געברענגט אן ענטפער אויף 6

אבער מיר דאכט זיך אין רד"ק (תהלים ע"ד) אז ער רעדט פון 7
יארצייטן
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 06, 2010 6:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יארצייטן »

אויב איך פארשטיי פון וואס דיין שאלה רעדט זיך אט האסטו א גראף פון די וועלט מיט אירע קלימאטן, נישט זעקס און נישט זיבן. עס איז פינעף מיט סוב'ס.

פון וויקיפידיה
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35242
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קרעמער, דיין פראגע געהערט אין חק שנירל, כנלע"ד:

כונתך צו דעם רד"ק:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=271
זעהט אויס אווי איר האט רעכט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35242
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קרעמער, איבער די ז' אקלימים, עיין רבינו בחיי פ' עקב (דברים ח' ז') וברד"ק תהלים מ"ח עה"פ יפה נו"ף משוש כל הארץ בשם אביו וכן הוא בשרשים שרש נוף, כי האקלים השביעי הוא ארץ ישראל עיי"ש.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
רשכבהג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 29, 2011 1:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רשכבהג »

איך מעג אויך מיטהאלטן וואס מ'רעדט?

וואס מיינט קלימאטן? וואס מיינט אקלימים?
אוועטאר
ישובניק
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2010 11:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישובניק »

[
רשכבהג האט געשריבן:איך מעג אויך מיטהאלטן וואס מ'רעדט?

וואס מיינט קלימאטן? וואס מיינט אקלימים?



קלימאט= אידיש - אקלים = לה"ק - Climate = ענגליש

קלימאט איז א דורכשניטליכער וועטער סיסטעם אדער ציקל במשך א יאר אין אן אנגעגעבענעם געגנט / ארט / לאנד

וו.צ.ב.ש.: ניו יארק איז אונטער א "קאנטינענטאל" טיפ קלימאט, ד.מ. עס האט קאלטע און אפט שנייאיגע ווינטערס, און זייער ווארעמע און טיילווייז פייכטע זומערס; מער אנגעגנעם אין פרילינג און הערבסט, רעגן פאלט אין דורכשניט 2-4 אינטשעס פער מאנאט.
רוב טיילן פון מזרח און צפון אייראפע און טיילן פון רוסלאנד, און א גרויס טייל צפון מזרח אמעריקע, האבן א "קאנטינענטאל" קלימאט.
גראדע איז פאראהאן 2 סארטן "קאנטינענטאל" קלימאטן, א ווארעמערער סארט, מער דרום צו, [צ.ב.ש. ניו יארק, בודאפעסט] וואו אין זומער גייט דער טעמפעראטור ארויף צו 86 גראד פארנהייט [30 צעלזיוס] און העכער כאטש עטליכע מאל, און א קאלטערער סארט אין די געגנטער מער צו צפון, [צ.ב.ש. מאנטרעאל, מאסקעווע] וואו געווענליך ווינטער פאלט דער טעמפעראטור כאטש עטליכע מאל צו אונטער 0- פארנהייט [18- צעלזיוס].

רוב טיילן ארץ ישראל, אויסער דרום, איז אונטער א "מעדיטירעניען" = Meditiranean קלימאט, א קלימאט וואס רוב לענדער מיט ברעג מיטן "ים התיכון" [וועלכעס הייסט טאקע אזוי: "מעדיטירעניען סי"] פארמאגן, דארט איז ווינטער קיל, רעגנדיג און פייכט, און זומער איז זוניג הייס און טרוקן.
די סארט קלימאט נעמט אריין טיילן פון גריכענלאנד, איטאליע, דרום שפאניע, פארטוגאל, אין דרום אייראפע, צפון מאראקא, אלדזשעריע און טוניס, און א קליין טייל עגיפטן, אין צפון אפריקע], טיילן פון דרום קאליפארניע, א קליין פיצל טייל פון צענטראל- מערב טשילע און טיילן פון דרום און דרום-מערב אויסטראליע, גאר אינטערעסאנט איז דער פאקט אז דער סארט קלימאט פארנעמט קנאפע 2% פון די וועלט'ס יבשה, אבער טוט ארייננעמען אין זיך אזויפיל ווי 20% פון אלע סארטן פלאנצן אין די וועלט.
טייטלביימער און ווי פארשטענדליך, לולבים, וואקסן טאקע אמבעסטן אין די סארט קלימאט, מיר זעען דאס זייער בולט: אונזערע אלע לולבים קומען אדער פון שפאניע, מצרים [דאס איז עגיפטן], אדער קאליפארניע, אין פאקט וואקסן נישט גוט קיין טייטלביימער אין פלארידע, ווייל עס איז דארט זייער א פייכטער סובטראפישער קלימאט.

באמת, צו באשרייבן קלימאטן קען מען אנפילן גאנצעטע בלעטער, נאר איך האב נישט קיין געדולד דערצו... סליחה...


קלימאטן האבן א שטארקן אפעקט אויף די לעבנסשטייגער סיי פון מענטשן, די נאטורליכע ענווייראנמענט, באשעפענישן און געוואוקסן, וועלכער עקסזיסטירן יעדער ביי "זייער" סארט קלימאט.
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

ישוב'ניק ברוכים הבאים אין קרעטשמע, זעצט אייך, דערכאפט אייך דאס הארץ.

א גרויסע ש'כח פאר די שיינע ידיעות, עס איז זייער אינטרעסאנט, און עס וואלט געווען א גוטע איידיע איר זאלט מער מאריך זיין דערין.

עפעס האב איך געהערט אז דער אייבירשטער האט ספעציעל געמאכט אר"י זאל זיך גרעניצן מיט פארשידענע סארט קלימאטן דורך די קאנטינענטען וואס ער באגעגענט זיך, דאס הייסט פון איין זייט האט ער אזיע, און מצרים וואס איז אפריקע, טערקיי וואס איז אייראפע, (לבנון און סוריא איז א חלק פון אר"י געווען) אז אזוי האט די הייליגע לאנד דאס בעסטע פון אלע זייטן און די פירות באקומט די בעסטע כוחות פון אלע פלעצער.

איך האב עס נאר נישט קלאר ארויס ווייל איך ווייס נישט ווי עס שטייט.
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35242
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

שויתי, עיין בהרד"ק ובחיי הנ"ל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריק פערי »

דאכט זיך מיר אז דער יעב"ץ אין מגדל עוז רעדט עפעס דערפון, איך געדענק אבער נישט די פינקטליכע מקור
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

עס איז דא א שטיקל ד"ת פון ר"ר יהונתן אויף פ' נח, קוק נאך אין אהבת יהונתן אין די בי עס
געשטימט פאר ראשעק הול
JOELHEALTH
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 26, 2008 1:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך JOELHEALTH »

farshlufen האט געשריבן:קרעמער, דיין פראגע געהערט אין חק שנירל, כנלע"ד:

כונתך צו דעם רד"ק:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=271
זעהט אויס אווי איר האט רעכט.

לשון רדק וכן כל גבולות ארץ שהם שבעת גופות ...... לכאורה איז נישט ממש אזוי ווי ער זאגט ,אז יעדע קאנטינענט האט א אנדערע קלימאט ,ווי מזעט אויף wikpidia map
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35242
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

כבוד ר' יואל, איר זענט א בעל פלוגתא מיטן רד"ק?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
JOELHEALTH
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 26, 2008 1:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך JOELHEALTH »

farshlufen האט געשריבן:כבוד ר' יואל, איר זענט א בעל פלוגתא מיטן רד"ק?

איך וויל עם פארשטיין, עס קען זיין אז ער מיינט לאו דוקא, או אפשר לומר נשתנה הטבע מבריות העולם globel worming וכדומה
JOELHEALTH
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 26, 2008 1:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך JOELHEALTH »

סקוקט מיר אויס אז מער ווייניגאר איז טאקע יעדע קאנטינענט א אנדערע קלימאט ,אבער עס איז דא פיארשידענע זאכן וואס זענען גורם זיך צו טוישען איך וועל אן אנדער מאל מסבערן אויב דער עולם וויל.....
לעצט פארראכטן דורך JOELHEALTH אום דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2011 11:59 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

צולייגער האט געשריבן:עס איז דא א שטיקל ד"ת פון ר"ר יהונתן אויף פ' נח, קוק נאך אין אהבת יהונתן אין די בי עס

דער נצי"ב און העמק דבר פרשת נח שרייבט אז דאס וואס מען טרעפט עצמות פון בריאות משונות וואס זענען היינט נישט פארהאנען דאס זענען פון פארען מבול.
און ער שרייבט
ואע"ג שנצאים באקלים שאינם חיים שם זה נעשה ע"פ ששינו את דרכם על הארץ והלכו למקום אחר
the SCY is the limit
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

זייט די תגובה האט מען ר' שמחה שוין נישט געזעהן אין אונזער וועלט
אפשר האט איינער אים געטשעפעט
אפשר איז ער נאכאמאהל געפאהרען
ער פעהלט אונז
מיר ווילען איהם צוריק....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

איך מיין אז מען מיינט דא די' זיבען קלאסישע קלימאטן. דאס זענען נישט די זיבען קאנטינענטן, נאר זיבען רונדיכיגע פאסן ארום דער וועלט: דריי צפון, דריי דרום, און איינס אינדערמיט.
JOELHEALTH
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 26, 2008 1:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך JOELHEALTH »

ביטע זיי מסבר, וואס מיינט פאסן ?
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

דא האט איר איין ארטיקל וועגען דעם באגריף, אין א מאפע פון די קלימאטן [אבער לויט די שיטה אז עס זענען נאר פארהאן פינף קלימאטן].
אוועטאר
ישובניק
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2010 11:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישובניק »

ערשט קלאסיגער פלאגיאריזם אין קר"י בולעטין פארגאנגענעם פ' אח"ק ע"ג

זיי האבן פשוט קאפי/פעיסט פון "אייוועלט" אות ביי אות וואס איך האב דא געשריבן! :oops: :roll: :x

קלימאט= אידיש - אקלים = לה"ק - Climate = ענגליש

קלימאט איז א דורכשניטליכער וועטער סיסטעם אדער ציקל במשך א יאר אין אן אנגעגעבענעם געגנט / ארט / לאנד

וו.צ.ב.ש.: ניו יארק איז אונטער א "קאנטינענטאל" טיפ קלימאט, ד.מ. עס האט קאלטע און אפט שנייאיגע ווינטערס, און זייער ווארעמע און טיילווייז פייכטע זומערס; מער אנגעגנעם אין פרילינג און הערבסט, רעגן פאלט אין דורכשניט 2-4 אינטשעס פער מאנאט.
רוב טיילן פון מזרח און צפון אייראפע און טיילן פון רוסלאנד, און א גרויס טייל צפון מזרח אמעריקע, האבן א "קאנטינענטאל" קלימאט.
גראדע איז פאראהאן 2 סארטן "קאנטינענטאל" קלימאטן, א ווארעמערער סארט, מער דרום צו, [צ.ב.ש. ניו יארק, בודאפעסט] וואו אין זומער גייט דער טעמפעראטור ארויף צו 86 גראד פארנהייט [30 צעלזיוס] און העכער כאטש עטליכע מאל, און א קאלטערער סארט אין די געגנטער מער צו צפון, [צ.ב.ש. מאנטרעאל, מאסקעווע] וואו געווענליך ווינטער פאלט דער טעמפעראטור כאטש עטליכע מאל צו אונטער 0- פארנהייט [18- צעלזיוס].

רוב טיילן ארץ ישראל, אויסער דרום, איז אונטער א "מעדיטירעניען" = Meditiranean קלימאט, א קלימאט וואס רוב לענדער מיט ברעג מיטן "ים התיכון" [וועלכעס הייסט טאקע אזוי: "מעדיטירעניען סי"] פארמאגן, דארט איז ווינטער קיל, רעגנדיג און פייכט, און זומער איז זוניג הייס און טרוקן.
די סארט קלימאט נעמט אריין טיילן פון גריכענלאנד, איטאליע, דרום שפאניע, פארטוגאל, אין דרום אייראפע, צפון מאראקא, אלדזשעריע און טוניס, און א קליין טייל עגיפטן, אין צפון אפריקע], טיילן פון דרום קאליפארניע, א קליין פיצל טייל פון צענטראל- מערב טשילע און טיילן פון דרום און דרום-מערב אויסטראליע, גאר אינטערעסאנט איז דער פאקט אז דער סארט קלימאט פארנעמט קנאפע 2% פון די וועלט'ס יבשה, אבער טוט ארייננעמען אין זיך אזויפיל ווי 20% פון אלע סארטן פלאנצן אין די וועלט.
טייטלביימער און ווי פארשטענדליך, לולבים, וואקסן טאקע אמבעסטן אין די סארט קלימאט, מיר זעען דאס זייער בולט: אונזערע אלע לולבים קומען אדער פון שפאניע, מצרים [דאס איז עגיפטן], אדער קאליפארניע, אין פאקט וואקסן נישט גוט קיין טייטלביימער אין פלארידע, ווייל עס איז דארט זייער א פייכטער סובטראפישער קלימאט.


באמת, צו באשרייבן קלימאטן קען מען אנפילן גאנצעטע בלעטער, נאר איך האב נישט קיין געדולד דערצו... סליחה...

קלימאטן האבן א שטארקן אפעקט אויף די לעבנסשטייגער סיי פון מענטשן, די נאטורליכע ענווייראנמענט, באשעפענישן און געוואוקסן, וועלכער עקסזיסטירן יעדער ביי "זייער" סארט קלימאט.

זע פאטאקאפיע:
אטעטשמענטס
KJBulletin.jpg
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

במחילת כבודם, זיי זענען מלומד בכך. עס געדענקט זיך גוט ווען זיי האבן גענומען מיינס אן ארטיקל און אריינגעלייגט אלס בריוו צו "ביי מיר האט עס פאסירט" א.ד.ג.

זיי ווערן נישטאמאל רויט דערפון, כדרך אומ-דזשורנאליסטישע אויסגאבן בימינו.
אוועטאר
ישובניק
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2010 11:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישובניק »

שרייבט טאקע דער באקאנטער שריפטשטעלער ה.פ. דעם ארטיקל?? [זע נאמען אין קעסטל] לאזט זיך נישט גלייבן.
די פלאגיאריזם ענדיגט זיך נישט דא...
דער פאקט איז די גאנצע פארזעצונג איז אן איבערגעשריבענער סעריע פון ארטיקלען וואס עס איז שוין געווען געדרוקט אין "דער איד" 20 יאר צוריק אין אין לויף פון די נ"ב-נ"ג יארן, באגלייט מיט בילדער.
יענץ - יא, מיט די בילדער - איז נאכגעשריבן פון א ספר "צבא השמים" אין עברית, ארויסגעגעבן דורך אן איזראעלי פראפעסאר, ד"ר. נ. וידאל.
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

לא יאומן כי יסופר
ממש קאפיע פעיסט מיט אלע גרייזן מיט אלע מארקס.. גיב עפעס כאטש א טויש מיט אפאר ספעלינג חילוקים, זיי עס קונה בשינוי עט ליעסט.
אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 13, 2009 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער איד »

מאכט נישט קיין סענס. ס'דא זיכער דא ווער ס'טרעפן ר' הערשל'ן אין שול צו אויף די גאס אולי זאל אים איינער א פרעג טאן דערוועגן.
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

לויט ווי איך פארשטיי, איז די זיבן קלימאטן
נאס, טרוקן, ווינטיג, רעגן, זוניג, הייס, קאלט
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”