שלאגן קינדער צוליב חינוך

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

מכטי1 האט געשריבן:כהאב געהערט פין א מחנך אז א קינד איז אזוי ווי א מזוזה מ'דארף געבן א טאפ (פאטש) אין דערנאך א קיש!

;l;p-
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

אן אמת ווארט
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

ועפי"ז נ"ל סמיכות הפסוקים ולמדתם אותם את בניכם וגו' לוכתבם על מזוזות ביתך ובשעריך, ודו"ק.
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

באמבאסטיש האט געשריבן:ועפי"ז נ"ל סמיכות הפסוקים ולמדתם אותם את בניכם וגו' לוכתבם על מזוזות ביתך ובשעריך, ודו"ק.

;l;p-
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

באמבאסטיש האט געשריבן:ועפי"ז נ"ל סמיכות הפסוקים ולמדתם אותם את בניכם וגו' לוכתבם על מזוזות ביתך ובשעריך, ודו"ק.

געוואלדוונע!
יקותיאל
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 1:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקותיאל »

באמבאסטיש האט געשריבן:ועפי"ז נ"ל סמיכות הפסוקים ולמדתם אותם את בניכם וגו' לוכתבם על מזוזות ביתך ובשעריך, ודו"ק.



דיין נאמען קלאפט גוט מיט דעם דרוש
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

כ'בין היפש שפעט אנגעקומען אהער, אבער נאכען אדורך ליינען דעם אשכול, נעם איך ארויס אז הלכה למעשה ווייסען מיר נאר פונם קדושת יום טוב וואס האט פעטש געגעבען פאר'ן עצי חיים כנראה בתגובה של ראש קהלתינו. איז מיין שאלה ווייסען מיר פין נאך אזעלעכע אדם גדול בענקים וואס האבען געהאט אזא מהלך?
אוועטאר
אוהב חכמה
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 03, 2011 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב חכמה »

בת שבע (סנהדרין ע:) און רבן גמליאל (ערכין טז:) זענען גענוג?
ובכלל, אויף דעם אז ס'איז דא אמאל ווען מ'דארף שלאגן האט מען דאך שוין געברענגט מקורות, און ס'איז גע'פסק'נט להלכה אויך. דער חידוש וואלט געווען גדולי ישראל וואס האבן נישט געשלאגן ווען ס'האט אויסגעפעלט (דאס טרעפט מען גראדע אויך אין נ"ך, ולא עצבו אביו מימיו (ריש מלכים פסוק ו'), און די תוצאות זענען טאקע נישט געווען זייער געשמאקע).
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמה אינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)
gamyuchad
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 01, 2011 9:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך gamyuchad »

והוא פלאי האט געשריבן:כמדומה שיש שיחות הר"ן, שלהמנע מלנשק הילדים הוא סגולה לאריכת ימיהם


ער שרייבט אזוי. [באות נט].
מסוגל יותר לבנים, להיות רחוק מהם, לבלי להיות דבוק בהם לשעשע בהם בכל פעם, רק לבלי להסתכל עליהם כלל


אין ליקוטי עצות [ערך בנים] שרייבט ער אביסל אנדערש.
מסוגל יותר לבנים שיתקימו אצלו להיות רחוק מהם, דהינו לבלי להיות דבוק בהם הרבה ולשעשע אתם בכל פעם. רק לבלי להסתכל עליהם, רק מה שצריכים לחנכם בעבודת ה' כשמתחילין להתגדל, אבל לא להשתעשע בהם הרבה
gamyuchad
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 01, 2011 9:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך gamyuchad »

אוהב חכמה האט געשריבן:בת שבע (סנהדרין ע:) און רבן גמליאל (ערכין טז:) זענען גענוג?


אפילו ברוריה האט אזוי פארשטאנען (עירובין נד.)
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

אוהב חכמה האט געשריבן:בת שבע (סנהדרין ע:) און רבן גמליאל (ערכין טז:) זענען גענוג?
ובכלל, אויף דעם אז ס'איז דא אמאל ווען מ'דארף שלאגן האט מען דאך שוין געברענגט מקורות, און ס'איז גע'פסק'נט להלכה אויך. דער חידוש וואלט געווען גדולי ישראל וואס האבן נישט געשלאגן ווען ס'האט אויסגעפעלט (דאס טרעפט מען גראדע אויך אין נ"ך, ולא עצבו אביו מימיו (ריש מלכים פסוק ו'), און די תוצאות זענען טאקע נישט געווען זייער געשמאקע).


דער אינטרעסאנטקייט פין דער סיפור מיט קדושת יום טוב (ליינט איבער וואס 'ראש הקהל' האט געשריבען פאר איהר זענט מגיב) איז אז דאס איז פארצייכענט געווארען דורך איינער וואס האט דאס אליינס בייגעוואוינט ווי א גרויסע רבי אין מנהיג נעמנט אראפ זיין פאסיג וכו', וויל איך וויסען צו ווייסט מען פין נאך אזעלעכע עובדות ביי אנדערע רביס, פשוט פאר די אינטרעסאנטקייט.
אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

רבי חיים קניעבסקי שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושאלע »

שאלה
צי דארף מען היינטיגע צייטן זיך פארמיידן פון שלאגן קינדער און תלמידים? און אויב מאכט זיך אויסערגעווענליכע פעלער וואס דעמאלט קען מען יא און אפשר דארף מען גאר שלאגן מיט א שטעקן?
תשובה
צומאל דארף מען שלאגן 'חושך שבטו שונא בנו' ווען דער קינד טוט א גרויסע עולה איז זיכער אז מען דארף אים שלאגן, נאר דער טאטע דארף זיך פירן מיט פארשטאנד און מיט שכל צו שלאגן אין לענגערע צייט אפשניטן, ווייל אויב מען שלאגט יעדן טאג פארלירט עס דער ווערט.
מיר טרעפן אין מדרש רבה אנהייב פ' שמות ווערטער וואס ווען ס'שטייט נישט קען מען עס נישט זאגן, אבער חז"ל זאגן עס, 'מה ת"ל חושך שבטו שונא בנו ללמדך שכל המונע בנו מן המרדות סוף בא לתרבות רעה ושונאהו, שכן מצינו בישמעאל שהיו לו געגועים על אברהם אבינו ולא רידהו ויצא לתרבות רעה ושנאהו והוציאו מביתו ריקם, וכל המייסר את בנו מוסיף הבן אהבה על אביו והוא מכבדו, ומוסיף עליו אהבה, אתה מוציא שאברהם ייסר את יצחק בנו ולמדו תורה והדריכו בדרכיו, כיוצא בו היה יצחק משחר מוסר ליעקב, ואף יעקב אבינו ייסר את בניו ורידה אותם ולמדם דרכיו'. מ'זעט פארוואס ס'איז אויסגעוואקסן א ישמעאל און א יצחק וואס ווען חז"ל זאגן עס נישט קען מען עס ווען נישט זאגן.
דער מדרש זאגט דארט נאך, 'כיוצא בו עשה דוד באדוניה שלא רידהו ביסורים ולא גער בו ולפיכך יצא לתרבות רעה, דכתיב ולא עצבו אביו מימיו לאמר מדוע ככה עשית' ס'קען זיין אז דאס וואס דוד האט אים נישט גע'מוסר'ט ווייל ער האט זיך אויפגעפירט ווי עס פאסט און ס'איז נישט געווען וואס צו מוסר'ן, אבער די גמרא זאגן אין מס' מכות דף ח. 'אע"ג דגמיר מצוה למימחייה שנאמר יסר בנך וגו'. דאס מיינט אפשר ולא עצבו אז ער וואלט ווען יא געדארפט מעציב זיין כאטש ער פירט זיך אויף כשורה וואלט ער געדארפט עפעס טרעפן אויף וואס אים צו מוסר'ן און זאגן פארוואס האסטו דאס געטון איינצוגעוואוינען מיט מוסר.

שאלה
איז שייך צו שלאגן א ישיבה בחור
תשובה
ס'איז שייך, אויב פעלט עס אויס לפי הענין, דער גאון דער בית מאיר שרייבט אין הקדמה צו זיין ספר אז זיין רבי'ס ברכה איז אים בייגעשטאנען, ס'איז דא אין דעם צוויי נוסחאות, איין נוסח איז ער איז געווען א תלמיד פון נודע ביהודה, און אמאל האט ער אריינגעפרעגט ביים שיעור עטליכע מאל ביז דער נו"ב האט אים געגעבן א פאטש, דערנאך האט אים דער נו"ב איבערגעבעטן און געגעבן א ברכה אז אין דעם זכות זאל זיין ספר נתקבל ווערן.
אמאל האב איך געכאפט א פאטש פונעם חזון איש, און דער חזון איש האט געזאגט פאר מיין מאמע אז דאס איז די איינציגסטע מאל וואס ער גיבט א פאטש, מיין מאמע איז געפארן מיטן חזון איש קיין צפת, איך בין מיטגעפארן מסתמא האב איך געבורדעט און ער האט מיר געגעבן א פאטש, איך בין געווען בערך צען יאר, נאכדעם האב איך מיך געזעצט אויף זיין שויס, האט דער חזון איש געזאגט פאר מיין מאמע זעסטו וואסערע צדיקים די קינדער זענען, קודם כאפט ער פון מיר א פאטש און יעצט זיצט ער אויף מיין שויס.
ס'איז געווען אפאר מאל וואס מיין טאטע האט מיר געשלאגן, איינמאל האט ער מיר חושד געווען אין עפעס, דערנאך האט זיך ארויסגעשטעלט אז ס'איז נישט געווען ריכטיג, האט ער מיר געבעטן איך זאל אים מוחל זיין פארן פאטש, און איינמאל האב איך נישט געהאט וואו צו זאגן תחנון האב איך מיך געזעצט אויף דער ערד און געזאגט תחנון, האט מיר דערמאלט דער טאטע געגעבן א פאטש זאגנדיג אז מ'טוט נישט מאדנע זאכן, ס'איז געווען מאלן וואס איך האב געווארט אויף א פאטש, ס'איז דא וואס דאס קינד ווארט די טאטע זאל אים שלאגן.
אמאל האט דער טאטע געזען א קינד, נישט זיינס, וואס פירט זיך נישט בכבוד מיט א סידור האט ער אים געגעבן א פאטש אין פנים, האב איך געזאגט פאר דעם קינד אז דאס איז א זכי' פאר אים אז ער האט באקומען א פאטש פון טאטן, היינט איז יענער א טייערער תלמיד חכם.

שאלה
ס'איז דא אמאל וואס איז זייער שווער בטבע צו שלאגן קינדער.
תשובה
נישטא קיין ברירה, מ'דארף געבן פעטש.

שאלה
איך האב געהערט אז הרב שך האט געזאגט פאר עמיצער אז אמאל האט מען געקענט שלאגן א קינד, היינט אויב שלאגסטו אים איז ער מארגן ביים ברעג ים..
תשובה
אוודאי, מ'דארף וויסן צו טון אלעס לפי הענין והצורך.
[בספר תולדות יעקב בשם בעל קה"י שאמר, שיש להכות לבן שמסרב לברך ברכה, וכן כשמכה חבירו באכזריות, גם על אמירת שקר יש להכות].

שאלה
ווען א טאטע זעט איין אז ער האט אומזיסט געשלאגן אדער געשריגן אויפן קינד דארף דער טאטע איבערבעטן דאס קינד? איז א חילוק אויב ער בעט איבער בלשון כללי, 'אויב האב איך אמאל פוגם געווען בכבודך' אדער מ'דארף איבערבעטן ביי דעם פאל באזונדער? און וואס טוט מען מיט קטנים דלאו בני מחילה נינהו?
תשובה
דער טאטע האט מיר צומאל מפייס געווען און געבעטן מחילה ווען ס'האט זיך ארויסגעשטעלט די התרעמות אלס אומריכטיג.
ווי אויך א מלמד וואס האט באשטראפט א קינד און דערנאך האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער האט געמאכט א טעות, ער האט טאקע געמעגט טון וואס ער האט געטון, ער דארף דאך מחנך זיין דעם תלמיד, אבער וויבאלד ס'שטעלט זיך ארויס אלס טעות דארף ער אים איבערבעטן.
א קינד דארף זיך געוואוינען אז ווען ס'איז נישט געווען ריכטיג בעט מען איבער, נישט מ'שטראפט.

גענומען פון דא
שכל קומט מיט די יארן...
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

מיינט שלאגן טאקע פשוטו כמשמעו? אדער מיינט דאס דברי מוסר ?
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
הלכות לשון הרע
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 12:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלכות לשון הרע »

.
אטעטשמענטס
1.png
2.png
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

אין די קאירא גניזה
(התרגום לא בדיוק)
בוקר טוב וברוך.
אני חייב להודיע ​​לך, אדוני, שלא הצלחתי לחנך הילד, אבו מנצור. אולי אתה יכול לעזור לי. בכל פעם שאני סטירה בתחתו, אני עושה זאת באופן מופרז; אבל ברגע שאני מתחיל, הגברת ממהרת - ולאחר שחבטתי אותו ארבעה או חמישה פעמים - משחרר אותו. לולא מחלתו, הייתי הורג אותו עם המכות, אמנם כגרוע לבוש ילד חדש, הוא זכאי לחלק הִתחַשְׁבוּת. הוא אטום לוויכוח, ולא שקט כלל. מיד כשהוא נכנס, הוא מתחיל לריב באחותו ומקללת אותה בלי הרף, במיוחד אם אני לא נוכח. אוּלַי אתה יכול לאיים עליו בקצת סטירה בתחת ולהגיד לו להיות ילד טוב, מתנהג ושקט...

אין אידיש:
איך מוז דיר מודיע זיין, מיין הער, אז איך האב נישט מצליח געווען צו מחנך זיין דעם קינד, אבו מנצור. אפשר וועסטו קענען מיר העלפן. יעדעס מאל וואס איך געב אים שמיץ, טו איך עס אויף א ברייטן אופן..... און נאכדעם וואס איך האב אים געגעבן 4 אדער 5 שמיץ, האב איך אים באפרייט. ווען נישט וואס ער איז קראנק, וואלט איך אים גע'הרג'ט מיט די מכות. ...... דער קינד איז פארשטאפט צו א ויכוח, און איז אינגאנצן נישט רוהיג, וואו נאר ער קומט אריין אין שטוב, פאנגט ער אן זיך צו שלאגן מיט זיין שוועסטער און שעלט איר צוזאם, ספעציעל טוט ער דאס אויב איך בין נישט דארט. אפשר קענסטו אים אנשרעקטן מיט א פארציע שמיץ, און אים אנזאגן צו זיין א וואויל קינד, וואס פירט זיך רוהיג...
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

gamyuchad האט געשריבן:
והוא פלאי האט געשריבן:כמדומה שיש שיחות הר"ן, שלהמנע מלנשק הילדים הוא סגולה לאריכת ימיהם


ער שרייבט אזוי. [באות נט].
מסוגל יותר לבנים, להיות רחוק מהם, לבלי להיות דבוק בהם לשעשע בהם בכל פעם, רק לבלי להסתכל עליהם כלל


אין ליקוטי עצות [ערך בנים] שרייבט ער אביסל אנדערש.
מסוגל יותר לבנים שיתקימו אצלו להיות רחוק מהם, דהינו לבלי להיות דבוק בהם הרבה ולשעשע אתם בכל פעם. רק לבלי להסתכל עליהם, רק מה שצריכים לחנכם בעבודת ה' כשמתחילין להתגדל, אבל לא להשתעשע בהם הרבה

כ'האב אמאל געהערט א ביאור אויף דעם, ווי עס לויטעט די פאלק'ס ווארט, 'שלאג נישט און קיש נישט' ד. ה. ביידע קומען פון געפיל, דעריבער זאגט ער זיי נישט מחנך מיט געפיל נאר מיט 'מח'.
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

אין יסוד ושורש העבודה זאגט ער אויך אז מען זאל נישט קושן די קינדער, דער יסוד ושורש העבודה איז א שטרענגע מוסר ספר, עס איז מיר אינטערעסאנטער צו זען די זעלבע פון הרה''ק מברעסלאוו
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

ולעצם הענין פארשטיי איך נישט וואס די זאך דארף זיין קאמפליצירט, כעס איז אסור, שלאגן דא און דארט שאדט נישט גארנישט אויב איז די ימין אין אלגעמיין גובר. איך פארשטיי נאךנישט פארוואס די נושא דארף זיין האקל און קאמפליצירט.

קיין איין בחור איז נאך נישט אפגעפארן ווייל זיין טאטע האט אים געגעבן א פעטשעל אמאל אמאל, און גאר א סאך קינדער באקומען ליידער נישט קיין פעטש און נישט קיין ווארימקייט אינדערהיים. פעטשעלעך דא און דארט דארף בכלל נישט זיין קיין ערענסטע נושא.
זקן מלא רחמים.
ווער איז דאס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 11, 2018 9:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז דאס »

שלמה המלך האט נישט געמיינט א פעטשעל אדער א פאקענאל. סטראפ. נאר מיט א קאנטשיק אז סזאל גיין אין ציל אריין אזוי אז איינמאל איאר איז גענוג
סאיז א געוויסע דערהער וואס מיט געזונטע זייער רואיגיע פעטש וועקט זיך דאס קינד אויף צידערהערען וואס מוויל פין אים אבער סאיז זייער זייער א שווערע זאך סזאל זיין אויסגעהאלטען ריכטיג אז נישט איז יצא הפסדו בהפסדו
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”