וואס וואלט בי"ד געטוהן צו א רוצח אן עדים והתראה

קושיות והערות בלימוד הגמרא

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מר. קליען
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 15, 2010 1:41 pm
לאקאציע: אויפן באטעל

וואס וואלט בי"ד געטוהן צו א רוצח אן עדים והתראה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. קליען »

אין אן אנדערן אשכול שרייבט איינער :
אפילו כשידינו תקיפה וואלט מען בפשטות אים נישט געקענט דן זיין למיתה
היות עס זענען נישט געווען עדים והתראה
זיין עונש וועט ער באקומען פון הימעל

אויב איז נישט געווען צוויי עדות און התראה וואס האט בי"ד/ סנהדרין געטאהן?
מעג מען דאס לאזן ליידיג אדער מען מוז עפעס שרייבן איינער ווייסט?
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

מען האט געלאזט דעם דין לשמים אזויווי מיר טוען היינט.
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

סתם פאר אינטערסאנקייט אפשר רעדט שוין איינער דערפון צו מיט די היינטיגע אויסטרעף פון די.ען.עי. צו ס'האט עפעס אן אפעקט אויפ'ן הלכה'דיגן שטאנדפונקט?
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

לגבי דעם האט עס זיכער נישט קיין שייכות.

אפי' אויב בי"ד ווייסט 100% ווער עס איז דער רוצח, און עס איז דא 2 קראנטע עדות!, אויב האבן זיי עם נישט געווארנט פונטליך מיט וועלכע מיתה מ'וועט עם הרג'נען ביי בי"ד, באקומט ער נישט קיין מיתה.
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

ס'איז יעצט לעטצענס געוועהן אזא שאלה און מאנטשעסטער וועגן די קברים

ווערט א קעמרע, אויג, איי, אנגערופן עדים??
אוועטאר
סמארט
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 05, 2011 10:50 am
לאקאציע: נו.... גילוי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט »

אפילו ס'ווערט אנגערופן ווי עדים איז אבער נישטא קיין התראה
התראה דארף זיין קלאר זאגן וואס מ'גייט טוהן מיט איהם אויב ער הרג'ט און מיט וועלכע מיתה מ'גייט איהם הרג'נען

כ'ווינקל
It’s so simple to be SMART, Just think of something stupid to say and then don’t say it
אוועטאר
מר. קליען
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 15, 2010 1:41 pm
לאקאציע: אויפן באטעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. קליען »

ראש הקהל האט געשריבן:ס'איז יעצט לעטצענס געוועהן אזא שאלה און מאנטשעסטער וועגן די קברים

ווערט א קעמרע, אויג, איי, אנגערופן עדים??


לגבי הכשר למשל פאר חלב ישראל פארלאזט מען זיך נישט ביי אונזער קרייז
למשל מירתת פעהלט ביי א קעמרע
מעג מען דאס לאזן ליידיג אדער מען מוז עפעס שרייבן איינער ווייסט?
אוועטאר
מר. קליען
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 15, 2010 1:41 pm
לאקאציע: אויפן באטעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. קליען »

ווינקל האט געשריבן:מען האט געלאזט דעם דין לשמים אזויווי מיר טוען היינט.

און מען האט אים געלאזט פריי???????
מעג מען דאס לאזן ליידיג אדער מען מוז עפעס שרייבן איינער ווייסט?
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

עדים און התראה דארף מען אפילו עס איז דא הודאת בעל דין?
אוועטאר
סמארט
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 05, 2011 10:50 am
לאקאציע: נו.... גילוי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט »

למעלה משבעים האט געשריבן:עדים און התראה דארף מען אפילו עס איז דא הודאת בעל דין?

הודאת בעל דין איז טאקע כמאה עדים, אבער נאכאמאהל "התראה" איז נאך אלץ נישט געווען און דאס דארף זיין
ווען א איד קומט און זאגט פאר בי"ד אז ער האט במזיד מחלל שבת געווען האט מען איהם נישט געהארגעט, ס'פעלט די התראה
It’s so simple to be SMART, Just think of something stupid to say and then don’t say it
אוועטאר
מר. קליען
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 15, 2010 1:41 pm
לאקאציע: אויפן באטעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. קליען »

און אויב ער לייקענט ? גייט ער אהיים?
מעג מען דאס לאזן ליידיג אדער מען מוז עפעס שרייבן איינער ווייסט?
Elil
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 05, 2011 1:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Elil »

מר. קליען האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:מען האט געלאזט דעם דין לשמים אזויווי מיר טוען היינט.

און מען האט אים געלאזט פריי???????


ער וואלט לכאורה געדארפט יאגן קיין מקלט אריין!
קענטעלאופ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 4:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטעלאופ »

און מען האט אים געלאזט פריי???????

ניין, ער האט גלייך געכאפט א פגירה
פארן באשעפער נעמט נישט דן צו זיין אזוי לאנג ווי פאר דיינים
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

רבותי, אביסל מיטגעפיל ביטע, מ'האט געמעקט אים דעם אשכול 4 תגובות און פאראכטן איינס. האטס רחמנות, און מאכט נישט שווער פאר די מנהלים און אחראים,
טראכט פאר איר שרייבט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
zibala
שר האלף
תגובות: 1192
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2010 5:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zibala »

Elil האט געשריבן:
מר. קליען האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:מען האט געלאזט דעם דין לשמים אזויווי מיר טוען היינט.

און מען האט אים געלאזט פריי???????


ער וואלט לכאורה געדארפט יאגן קיין מקלט אריין!

חברה -

מיינט נישט אז סיז געווען הפקר וועלט בימים ההם, בליקט אריין אין מסכת סנהדרין דף פ"א, ס'איז געווען א כיפה וואס מען האט איינגעשפארט די שולדיגע וואס מען האט נישט געטארט אומברענגען, און מען האט זיי געלאזט צוביסלעך אויסגיין

http://www.yeshiva.org.il/wiki/index.php?title=כיפה_-_צינוק
שבעה מי יודע!?
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2795
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

איינער האט מיר אנגעוויזן א רמב"ם אמאל, וואס שרייבט אז אין אזא פאל וואס ער איז ארויסגעקומען מיט א בלוט'דיגע שווערד אין ס'איז נישט מעגליך אז איינער אנדערש האט געהאט דער יד דערין, דאן בי"ד מכניסין אותו לכיפה ומאכילין אותו שעורין עד שכריסו מתבקעת.

זיבעלע האקט.
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

ווינקל האט געשריבן:לגבי דעם האט עס זיכער נישט קיין שייכות.

אפי' אויב בי"ד ווייסט 100% ווער עס איז דער רוצח, און עס איז דא 2 קראנטע עדות!, אויב האבן זיי עם נישט געווארנט פונטליך מיט וועלכע מיתה מ'וועט עם הרג'נען ביי בי"ד, באקומט ער נישט קיין מיתה.


די התראה האט געדארפט זיין אויף וועליכע פסוק אין די תורה ער איז עובר. און תוס' זאגט אין מכות אז ס'איז אלץ דא א ספק צו אפשר האט ער געהארגעט א גברא קטילא, מילא קומט אים נישט קיין מיתה.
און ווען יד בי"ד איז געווען תקיפה איז נישט געווען אזא הסתר פנים ווי היינט ליידער, לאמרי בעטן צום רבוש"ע אז ער זאל טרייסטן די משפחה און אלע אידן.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
your friend
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 3:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך your friend »

Elil האט געשריבן:
מר. קליען האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:מען האט געלאזט דעם דין לשמים אזויווי מיר טוען היינט.

און מען האט אים געלאזט פריי???????


ער וואלט לכאורה געדארפט יאגן קיין מקלט אריין!


ערי מקלט איז אויסדריקלעך נאר פאר א שוגג.
איינער
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינער »

דאס וואס איז האב געשריבן און אנדערן אשכול ווען דא איז געווען פארמאכט

גיוו מי עי ברעיק!

כשידינו תקיפה וואלט נאך היינט דער טאטע פון דעם קינד געהארגט דעם רוצח,

וואס איז געווען די ערי מקלט? איינער וואס איז נישט געווען א שוגג האט דער גואל דם געהארגט

לויט דיר וואלט ארץ ישראל געווען פיל מיט מערדער!!!!

דער רמב"ם אין הלכות מלכים שרייבט קלאר אז מלכות (ישראל) געהארגט מערדער וואס בי"ד האט נישט געקענט הארגענן.


דאס האט "אשר" געענטפערט

איינער האט געשריבן:
דער רמב"ם אין הלכות מלכים שרייבט קלאר אז מלכות (ישראל) געהארגט מערדער וואס בי"ד האט נישט געקענט הארגענן.

צים פינטעל האט געשריבן:

אינטרערעסאנט, ווי אין רמב"ם שטייט דאס?


רמב"ם הל' רוצח ושמירת הנפש פ"ב ה"ד: וכל אלו הרצחנים וכיוצא בהן שאינן מחוייבים מיתת בית דין, אם רצה מלך ישראל להרגם בדין המלכות ותקנת העולם הרשות בידו, וכן אם ראו בית דין להרוג אותן בהוראת שעה אם היתה השעה צריכה לכך הרי יש להם רשות כפי מה שיראו.

פ"ב ה"ה: הרי שלא הרגם המלך ולא היתה השעה צריכה לחזק הדבר, הרי בית דין חייבין מכל מקום להכותם מכה רבה הקרובה למיתה, ולאסור אותן במצור ובמצוק שנים רבות, ולצערן בכל מיני צער, כדי להפחיד ולאיים על שאר הרשעים, שלא יהיה להם הדבר לפוקה ולמכשול לבב ויאמר הריני מסבב להרוג אויבי כדרך שעשה פלוני ואפטר.

פ"ד ה"ח: ההורג נפשות ולא היו שני העדים רואין אותו כאחת אלא ראהו האחד אחר האחד, או שהרג בפני שני עדים בלא התראה, או שהוכחשו העדים בבדיקות ולא הוכחשו בחקירות, כל אלו הרצחנין כונסין אותן לכיפה ומאכילין אותן לחם צר ומים לחץ עד שיצרו מיעיהן, ואחר כך מאכילים אותן שעורים עד שכריסם נבקעת מכובד החולי.

פ"ד ה"ט: ואין עושין דבר זה לשאר מחוייבי מיתת בית דין, אלא אם נתחייב מיתה ממיתין אותו ואם אינו חייב מיתה פוטרין אותו, שאע"פ שיש עונות חמורין משפיכות דמים, אין בהן השחתת ישובו של עולם כשפיכות דמים, אפילו ע"ז ואין צריך לומר עריות או חילול שבת אינן כשפיכות דמים, שאלו העונות הן מעבירות שבין אדם להקב"ה, אבל שפיכות דמים מעבירות שבינו לבין חבירו, וכל מי שיש בידו עון זה הרי הוא רשע גמור ואין כל המצות שעשה כל ימיו שקולין כנגד עון זה, ולא יצילו אותו מן הדין, שנאמר אדם עשוק בדם נפש וגו'.
איינער
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינער »

פאר די אלע וואס זאגן אז ווען יד ישראל תקופה וואלט מען דעם רוצח גארנישט געטון, דא האט איר דעם רמב"ם הלכות מלכים.

כל ההורג נפשות שלא בראיה ברורה. או בלא התראה. אפילו בעד אחד. או שונא שהרג בשגגה. יש למלך רשות להרגו ולתקן העולם כפי מה שהשעה צריכה. והורג רבים ביום אחד ותולה ומניחן תלויים ימים רבים להטיל אימה ולשבר יד רשעי העולם:

http://www.hebrewbooks.org/rambam.aspx?rid=14926
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליקו »

איינער האט געשריבן:פאר די אלע וואס זאגן אז ווען יד ישראל תקופה וואלט מען דעם רוצח גארנישט געטון, דא האט איר דעם רמב"ם הלכות מלכים.

כל ההורג נפשות שלא בראיה ברורה. או בלא התראה. אפילו בעד אחד. או שונא שהרג בשגגה. יש למלך רשות להרגו ולתקן העולם כפי מה שהשעה צריכה. והורג רבים ביום אחד ותולה ומניחן תלויים ימים רבים להטיל אימה ולשבר יד רשעי העולם:

http://www.hebrewbooks.org/rambam.aspx?rid=14926


לכאורה פארדעם איז די סנהדרין אוועק פון לשכת הגזית 40 יאר פאר'ן חורבן ווייל די רשעי ישראל האבן ליידער מוסיף געווען צופיהל זינד, און לכאורה טאקע ווייל ס'נישט געווען קיין מלך הגון בישראל וואס זאל פארסירן די אויבערדערמאנטע.
אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעדער »

קענטעלאופ האט געשריבן:און מען האט אים געלאזט פריי???????

ניין, ער האט גלייך געכאפט א פגירה
פארן באשעפער נעמט נישט דן צו זיין אזוי לאנג ווי פאר דיינים

יאג נישט אזוי הרב קענטאפעלותא. ס'כאפט זיך נאך נישט פגירות אזוי שנעל . ווען מענטשן זאלן זיך נעמען אויסציען אין די גאסן , אזוי נישט מיר און דיר וואלט געווען א וועלט ריין פון פושעים ?! נע... דער יצר האט אייביג געהאט קונדן
יא ! ס'איז קלאר אזוי . א בי"ד וואס הרג'עט מער ווי איינמאל אין 70 יאר , איז א חובלנית .
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
איינער
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינער »

קליקו האט געשריבן:
איינער האט געשריבן:פאר די אלע וואס זאגן אז ווען יד ישראל תקופה וואלט מען דעם רוצח גארנישט געטון, דא האט איר דעם רמב"ם הלכות מלכים.

כל ההורג נפשות שלא בראיה ברורה. או בלא התראה. אפילו בעד אחד. או שונא שהרג בשגגה. יש למלך רשות להרגו ולתקן העולם כפי מה שהשעה צריכה. והורג רבים ביום אחד ותולה ומניחן תלויים ימים רבים להטיל אימה ולשבר יד רשעי העולם:

http://www.hebrewbooks.org/rambam.aspx?rid=14926


לכאורה פארדעם איז די סנהדרין אוועק פון לשכת הגזית 40 יאר פאר'ן חורבן ווייל די רשעי ישראל האבן ליידער מוסיף געווען צופיהל זינד, און לכאורה טאקע ווייל ס'נישט געווען קיין מלך הגון בישראל וואס זאל פארסירן די אויבערדערמאנטע.


א מלכות איז אייביג געווען, אויב נישט וואלט מען נישט געקענט לעבן, אלמלא מוראה של מלכות איש את רעהו חיים בלעו, לאו און ארדער, אפילו ביי אידן, קיינער איז נישט אימיונעט ווי מען זעט ליידער היינט.
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

די הלכה אז א מלך מעג הרג'נען איז כמדומה שנוי במחלוקת. די רמב"ם האלט טאקע אז ער קען הרג'נען אויף יעדע חטא, אבער אנדערע ראשונים האלטן אז ער קען נאר הרג'נען א מורד במלכות וכדומה איינער וואס מאכט שאדן פאר די מלוכה, נישט קיין פריוואטע רוצח.
(לפי הזכרון)
אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעדער »

וואס איז מיט אבנר איז ער געווען א מורד?
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
שרייב תגובה

צוריק צו “סוגיות הש"ס”