אייגענע חדושי תורה

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 903
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » מאנטאג יולי 11, 2011 11:30 am

זיס ווי צוקער, גאר א שיינע פשט
ס'איז טאקע מדוייק ווייל אהל, איז אן עראי נישט קיין קבע
וואס דער קאנטרי איז נאר ארעי

געטראכט דעים שבת א ווארט אויך ע"ד צחות,
אויף דעים וואס רש"י זאגט שלא ראה פתחיהן של זה מכוונים לזה, (עפעס אזוי)
היינט מיט דער לוקסוס דארפן די טירן מעטשען מיטן וואנט מיט די זעלבע דיזיין און קאלירן
וואס ערליכי יודען און מסתפקים במועט דארפן עס נישט און גייט עס נישט אן
אויפ דעים האט בלעם באוואונדערט, שלא ראה פתחיהן די טירן מעטשען נישט מיט די ווענט,
נישט אלעס דארפ פונקטליך קלאפן, ודו"ק והבן

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג יולי 11, 2011 11:50 am

זעהר שיין ראש הקהל, עס קלאפט...
אני הקטן האב אמאהל געטייטשט
אז פון דעם וואס אין פתחיהם מכוונים זה לזה
קומט ארויס נאך א מעלה פון כלל ישראל
נישט נאר די קדושה און צניעות פון כלל ישראל
נאר אז דאס אחדות און חסד פון הכנסת אורחים איז געווען אויף גאר א הויכע מדריגה
ווייל אויב די טירען זענען געווען פארמאכט דען וועמען וואלט געאהרט אז זיי זענען מכוון איינער געגען דעם צווייטען
אז ס'איז פארמאכט קען מען דאך גארנישט זעהן
אלא מאי יעדער האט געהאט אנ'אפענע שטוב
וועגען דעם האבען די פתחים נישט געמעגט זיין מכוונים זה לזה...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 903
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » מאנטאג יולי 11, 2011 12:26 pm

שכויח הרב מ. ש. פ. פאר די חיזוק, אויך דיין ווארט איז גאר גוט
פונקט נעכטן פארציילט מיר א יוד באותו ענין פון דיין ווארט,
אז זייענדיג און דער קאנטרי, האט ער א שכן וואס יעדע צווייטע מינוט
בארגט ער עפעס אנדערש, אדער קעטשאפ, מיינעס, ס'האט עים געקראכן
אויף די נערווען, ער האט זיך אן עצה געגעבן דורך קויפען די אלע מיני פראדוקטן
מיט א הכשר פונעם אוי יו, און יעדע מאל דער שכן איז געקומן בארגן, האט ער דעיס אהין געגעבן
און דער יונגעל איז צוריק געקומען זאגן מיר עסען נישט דעים השגחה, עכ"פ ווילאנג מ'האט געזעהן
אז פון זיי קעמען גארנישט בארגען, און יעצט לעבען זיי רואיגער,
שוין אן אלט ווארט אז יודען געבן זיך אן עצה

גולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 05, 2011 8:53 am

תגובהדורך גולם » מאנטאג יולי 11, 2011 2:07 pm

זיס שקויעך א שיין ווארט!!!..דערציילער פליז דערצייל נאך רמזים
בינעך א ליימענע גולם

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג יולי 19, 2011 6:43 am

ברשות הציבור החשוב וואלט איך געוואלט דא אראפ ברענגען א ווארט וואס איך האב אמאהל מחדש געווען
לענ~ד איז עס קרוב להיות אמת
בני גד ובני ראובן זענען געקומען צו משה רבינו זאגען יותן את הארץ הזאת לאחוזה אל תעבירנו את הירדן
זאגט משה רבינו היתכן האחיכם יצאו למלחמה ואתם תשבו פה וגו' תרבות אנשים חטאים
זאגען זיי רבינו משה נישט דאס האבען מיר געמיינט נאר גדרות צאן נבנה למקננו פה וערים לטפנו ואנחנו נחלץ חושים לפני בני ישראל
זאגט משה רבינו אם תעשון את הדבר הזה אם תחלצו וגו' למלחמה וגו' והיתה הארץ הזאת לכם לאחוזה וגו' ואם לא תעשון כן הנה חטאתם להשם
זאגען בני גד ובני ראובן נאכאמאהל עבדיך יעשו כאשר אדוני מצוה טפנו נשינו מקננו וכל בהמתנו יהיו שם בערי הגלעד ועבדיך יעברו כל חלוץ צבא
זאגט משה רבינו מער געלאסען אם יעברו בני גד ובני ראובן אתכם וגו' ונתתם להם את ארץ הגלעד לאחוזה
ער דערמאנט שוין נישט מער קיין חטאים...
קען זיין פשט על פי א באקאנטע יסוד פון דער הייליגע בעל שם טוב אז מקום שמחשבתו של אדם שם הוא
עס איז אינטערעסאנט צו באטאהנען אז דאס ערשטע מאהל ווען זיי האבען גערעדט וועגען דער תנאי וואס זיי ווילען אויספיהרען
זאגען זיי מיר וועלען דא איבערלאזען אונזערע בהמות און קינדער
משא~כ דער צווייטע מאהל זאגען זיי מיר וועלען דארט לאזען אונזערע קינדער וכולי
זיי זענען דאך נאך געווען אין ארץ הגלעד
אלא אדרבה היא הנותנת
דארך זייערע רייד האט משה רבינו געקענט זעהן ווי אויפריכטיג זיי זענען געווען
ווילאנג זיי זאגען דא זענען זיי דאך מיט זייערע פלענער און מחשבות טאקע דא
נאר ווען זיי האבען געזאגט וועגען דער ארץ הגלעד אז עס איז דארט האט משה רבינו פארשטאנען אז זייערע מחשבות זענען מיט זייערע ברידער אויף דער אנדערע זייט פון ירדן
האט משה רבינו דעמאלס געזעהן אז זיי האלטען דערביי און האט שוין מער נישט דערמאנט קיין חטאים...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג יולי 19, 2011 8:12 am

קוקט אויס זייער אן אמת ווארט

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2895
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דינסטאג יולי 19, 2011 2:05 pm

זאגנדיג סליחות היינט האב איך מיר באגעגנט מיט א שטיקל סתירה,
קודם זאגט מען ןשבעה עשר בתמוז הפך לנו לששון ולשמחה, און דריי שורות דערנאך זאגט מען ושבעה עשר בתמוז הפך לנו לשמחה לששון,
נו, וואס איז קודם שמחה צו ששון? קודם זאגט ער שמחה און נאכער זאגט ער ששון?

די תי' איז בדרך צחות, ווער עס קען די סוד פון חרוזים זעהט פשוט דעם תירוץ, אויבן ווען דער חרוז גייט - רוחה, אנחה, שחה, ענדיגט ער מיט שמחה,
שפעטער ווען דער חרוז גייט - אסון, רפשון, ענדיגט זיך דער אויסלאז, ששון,

ס'איז קרוב לאמת...

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג יולי 19, 2011 2:17 pm

רב שלעזינגער וואלט נישט דורכגעלאזט אזא תירוץ... כידוע למקשיבי שיעוריו. :wink:

צו די זאך
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:12 pm

תגובהדורך צו די זאך » דינסטאג יולי 19, 2011 2:25 pm

הרב מלוביצקי הי"ו נעמט יא אן אזאנע תירוצים, וזה היה תוכן שיעורו בביאור הזמר ברוך קל עליון................
די נעשכיזער איז א גוטער איד, מייערן אין צימעס איז א גוט מאכל.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך יולי 20, 2011 4:15 am

למעשה האבען אסאך גדולים יא געזאגט תירוצים פארוואס ר' שלמה אלקבץ ז"ל זאגט
שמור וזכור בדיבור אחד
און זיי האבען זיך נישט באגענוגט מיט דעם אז שין שטימט מיט די אקראסטיקאן פון ש'למה...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

דערציילער
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2011 8:13 am
לאקאציע: Boro Park
פארבינד זיך:

תגובהדורך דערציילער » מאנטאג פאברואר 20, 2012 6:59 am

דערציילער האט געשריבן:במדבר כ' י"א

נעמט ארויס די מיטעלסטע אות פון ווערטער וואס האבן א מיטעלסטע אות

וירם משה את ידו ויך את הסלע וגו' (שם שדי)

יעצט קען מער פארשטיין וואס עס שטייט אין ספר פליאה "משה גימטריא אל שדי, שבו נשתמש"

יעצט קען מען אויך פארשטיין פארוואס זענען משה און אהרן געשטראפט געווארן מיט נישט אריין גיין קיין ארץ ישראל דוקא, ווייל די הבטחה וואס די אויבערשטער האט געגעבן פאר די אבות אז זיי וועלן באקומען ארץ ישראל איז געווען מיט "אל שדי" (עיין רש"י שמות ו' פסוק ד' ד"ה לתת להם) , משה רבינו האט דא גענוצט "אל שדי" ווען ער האט עס נישט געדארפט נוצן לכן לא תביאו את הקהל אל הארץ אשר נתתי להם (במדבר כ' י"ג) רש"י לכן לא תביאו זאגט רש"י בשבועה, מען קען זאגן "לכן לא תביאו את הקהל אל הארץ אשר נתתי להם "בשבועה אל שדי"


מען קען אפשר צולייגען צו דעם
שמות ב' י'
"ותקרא שמו משה ותאמר כי מן המים משיתהו"
"כי מן המים" וועגן די מעשה פון די "מים" וואס משה האט געשלאגן די שטיין אנשטאטץ רעדן, "משיתהו" האב איך ארויסגענומען זיין נאמען

דערציילער
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2011 8:13 am
לאקאציע: Boro Park
פארבינד זיך:

תגובהדורך דערציילער » מאנטאג פאברואר 20, 2012 7:16 am

בני ישראל

נר ה' נשמת אדם

דערציילער
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2011 8:13 am
לאקאציע: Boro Park
פארבינד זיך:

תגובהדורך דערציילער » דינסטאג מארטש 06, 2012 6:50 am

מגילת אסתר פרק א' פסוק ב'
הבירה (פסוק ג') בשנת שלוש למלכו עשה משתה לכל שריו ועבדיו חיל פרס ומדי הפרתמים ושרי המדינות לפניו
אותיות "לשיכרת יין"

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג מארטש 06, 2012 8:09 am

זעהר שיין....
היינט איינגעפאלען א הסבר אין א זאך וואס האט מיר שוין לאנג שווער געוועהן
ביום ההוא יהיה ה' אחד - פארשטיי איך אלע וועלען דיהנען איהם
אבער וואסי פשט ושמו אחד? זענען דאך עטליכע שמות
נאר קען זיין וויבאלד כי יד על כס י-ה
איז דאך דער שם הויה איינגעטיילט אויף צוויי
ממילא לעתיד לבא וועט דער שם זיין איינס
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלפיים
תגובות: 2503
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » דינסטאג מארטש 06, 2012 9:17 am

אמת אמת, כן מבואר, ביתר ביאור בספרים הק'.
כתיבה וחתימה טובה. הכ"ד המצפה לישועה קרובה.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות
בעמ"ח אשכולות התמרים

שוטה
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » זונטאג אפריל 29, 2012 11:35 pm

היינט ביי מעריב האביך מיר געקלערט אזוי:

אהבת עולם עמך בית ישראל אהבת, תורה ומצות חוקים ומשפטים אותנו למדת.

'אהבת' איז דאך א לשון עבר, רעדט מען דאך פון די שעת הבחירה – ווען דער אייבערשטער האט בוחר געווען אין אידן און נישט פון א פעולה נמשכת, איז ווי קען מען זאגן אהבת 'עולם'? מיט וואס איז די דעמאלטס'דיגע אהבה געווען א אהבה נצחית?

[בפשטות קען מען זאגן אז אן אהבת עולם איז אנדערש אויך באיכות, ממילא איז דאס פון די ערשטע רגע געווען 'עולם'].

האביך געטראכט אזוי, ווען דער אייבערשטער איז ווען בוחר אין אידן אבער ער גיט זיי נישט תורה ומצות וואלט ער איין טאג געקענט מחליט זיין זיי צו ווארפן אחרי גווי', ביז היינט האב איך ענק ליב געהאט ומהיום והלאה קען איך ענק מער נישט – בין לילה הי' ובין לילה אבד, אבער מיט דעם וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן תו"מ וואס יעדע דיבור תורה און יעדע מעשה מצוה איז א נצחי [ווי ס'שטייט אין תניא פכ"ה 'ויחוד זה למעלה הוא נצחי לעולם ועד כי הוא ית' ורצונו למעלה מהזמן וכן גילוי רצונו שבדבורו שהיא התורה הוא נצחי'] האט ער זיך משעבד געווען צו אידן לעולם, ווייל די תו"מ וואס אידן האבן געהאט ביז דעמאלטס זענען דאך נצחיים.

אהבת 'עולם' עמך בית ישראל 'אהבת', דורך דעם וואס תורה ומצות חוקים ומשפטים אותנו לימדת.

ובזה יובן וואס דער אייבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו אין פרשת שמות: וזה לך האות כי אנכי שלחתיך בהוציאך את העם ממצרים תעבדון את האלקים על ההר הזה, אלע מפרשי הפשט מוטשענען זיך ווי קען דער קבלת התורה פון שפעטער זיין א אות אויף יציאת מצרים וואס איז פריער.

ולדברינו י"ל אז אויף יציאת מצרים האט מען נישט געדארפט קיין אות [ממנ"פ אדער יא אדער נישט], נאר די אידן האבן נישט געוואלט אז ס'זאל זיין א דבר זמני היינט איז ער בוחר אין מיר און מארגן אין א צווייטן, אויף דעם האט דער אייבערשטער געזאגט וזה לך האות כי 'אנכי' שלחתיך [ומבואר בספרים דאנכי מי שאנכי, דהיינו עצמותו ית' שלמעלה מזמן] בהוציאך וגו' אז איך וועל זיך משעבד זיין צו זיי מיט די תורה.

און דאס האט משה רבינו געפרעגט ואמרו לי מה שמו מה אומר אליהם, ווייל די אידן האבן דערווייל נאר געקענט דעם אייבערשטען מיט'ן שם ש-די [כמבואר ריש וארא] וואס דאס איז ווי אזוי דער אייבערשטער געפינט זיך 'אין' די בריאה [שאמר לעולמו די], ממילא זענען די אידן געווען באזארגט אז די יעצטיגע בחירה מיינט נישט א בחירה עולמית, האט דער אייבערשטער איהם גענטפערט אהי' אשר אהי', איך וועל זיין מיט זיי לעולם.

ועוד יובן בזה די סדר הפסוקים אנפאנג וארא, לכן אמור לבני ישראל אני הוי' והוצאתי אתכם מתחת סבלות מצרים וגו' ולקחתי אתכם לי לעם והייתי לכם לאלקים וידעתם כי אני הוי' אלקיכם המוציא אתכם מתחת סבלות מצרים והבאתי אתכם אל הארץ וגו', דלכאורה איז דער 'וידעתם כי אני הוי' וגו' מתחת סבלות מצרים' אריינגעהאקט אינדערמיט, אדער וואלט עס געדארפט שטיין גלייך נאך והוצאתי אדער וואלט ער געדארפט ווארטן ביז'ן סוף נאך והבאתי?

ולהנ"ל מבואר, אז דייקא מיט'ן ולקחתי אתכם לי לעם וועט מען וויסן למפרע אז דער שם הוי' [הי' הוה ויהי'] האט אונז ארויס גענומען מתחת סבלות מצרים.

עוד רגע אדבר, דאס האט משה רבינו גע'טענה'עט ביי די מעשה העגל 'ואם אין מחני נא מספרך אשר כתבת', כאדם האומר לחברו פראביר לאמיר זעהן צו מ'קען עפעס אויסמעקן פון די תורה, ממילא קען מען פון כלל ישראל אויך נישט פטור ווערן.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג אפריל 30, 2012 12:11 am

והוא ענין נפלא!

שוטה
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » מאנטאג אפריל 30, 2012 10:36 am

יש"כ.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג מאי 01, 2012 3:51 am

טאקע א דערהויבען ווארט
אשריך מה טוב חלקך
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10551
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דינסטאג מאי 01, 2012 11:04 am

א הערליך ווארט!
ייש"כ
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

דערציילער
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2011 8:13 am
לאקאציע: Boro Park
פארבינד זיך:

תגובהדורך דערציילער » זונטאג נובעמבער 18, 2012 4:24 am

די בני יששכר שרייבט אז אין חנוכה איז דא 192 שעות כמספר "יהודה" ו"בנימין" לרמז על הנס שנעשה בבהמ"ק מקום שהוא משותף בחלקו של יהודה ובנימין.

איך האב צוגעלייגט צו דעם אזוי
"מנורה" אין א"ת ב"ש איז אותיות "יטפגצ" וואס עס איז בגמטריא 192 פונקט וויפל שעות חנוכה איז
די נס איז געשען מיט די מנורה וואס האט געברענט 192 שעות

דערציילער
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2011 8:13 am
לאקאציע: Boro Park
פארבינד זיך:

תגובהדורך דערציילער » זונטאג נובעמבער 18, 2012 4:54 am

במדבר כ' פסוק כ"ב
ויסעו מקדש ויבאו בני ישראל כל העדה הר ההר
רש"י ד"ה הר ההר, ואע"פ שהענן הולך לפניהם ומשוה את ההרים, שלשה נשארו בהן,
הר סיני לתורה
והר נבו לקבורת משה
והר ההר לקבורת אהרן.

מען קען זאגן א רמז
שמות ג' פסוק ב' והסנה איננו אכל
סנה איז ר"ת
סיני
נבו
ההר,
איננו אכל עס וועט בלייבן אויף אייביג

די דריי בערג זענען געבליבן פאר
אהרן
משה
תורה
ר"ת אמת חותם השם, שחי וקיים לעד

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14610
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג נובעמבער 18, 2012 10:07 am

איך האב געמאכט א שטיקל חיפוש אין אוצר החכמה, און איך זעה אז די רמז פון סנה שטייט שוין.

ספר מבשר צדק
מבשר צדק.JPG

ספר מזמרת הארץ
מזמרת הארץ.JPG

ספר זאת מנוחתי
זאת מנוחתי.JPG

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג נובעמבער 19, 2012 5:19 am

ווי זאגט דער וועלט
אז מען גייט אויף א גראדע וועג טרעפט מען מענטשען....

פארגאנגענע וואך איז מיר איינגעפאלען א ווארט
יצחק זאגט צו עשו ברענג מיר ציד בעבור תברכך נפשי
און רבקה זאגט צו יעקב אז יצחק האט אהנגעזאגט עשו ברענג מיר ציד ואברככה לפני ה' לפני מותי
שטעלט זיך די הערה פארוואס האט רבקה צוגעלייגט א ה"א אין ואברככה?
נאר קען זיין אז רבקה האט מסביר געווען אז דער וואס באקומט די ברכות האט זיי און עס בלייבט גארנישט איבער פאר א צווייטען
אין דאס שטימט ווי אין מדרש שמות עה~פ לכה ואשלחך
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =14385&st=%u05DC%u05DB%u05D4%20%u05D5%u05D0%u05E9%u05DC%u05D7%u05DA
פעידזש 263
אז עס שטייט א ה"א אין לכה צו זאגען אם אין אתה גואלם אין אחר גואלם
און דא איז דאסזעלבע, נאר איינער קען באקומען די ברכות
ואברככה ולא לאחר
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

דערציילער
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2011 8:13 am
לאקאציע: Boro Park
פארבינד זיך:

תגובהדורך דערציילער » מאנטאג נובעמבער 19, 2012 5:50 am

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:איך האב געמאכט א שטיקל חיפוש אין אוצר החכמה, און איך זעה אז די רמז פון סנה שטייט שוין.


WOW האב איך דאך יא גוט געזאגט :grin:

רוב פון מיינע חידושים האב איך געמאכט אלץ בחור, איך האב נאך אבער איך האב נאר געשריבן א ביסל.

איר קענט מיר מאכן א חיפוש אויף מיינע אלול רמזים?

1) הבו לה' בני אלים הבו לה' כבוד ועוז (תהלים כ"ט א') ר"ת פון יעדע צווייטע ווארט

2) ויתן לך משאלות לבך (תהלים ל"ז ד') בדילוג 4 אותיות

3) ברוך ידוד אלקי ישראל מהעולם ועד העולם בדילוג 7 אותיות

4) לב טהור ברא לי אלקים בדילוג 4 אותוית


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט