בענין כהנים אצל קברי צדיקים

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

בענין כהנים אצל קברי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

אין דער אוצרות דעם חודש שטייט אזוי:

דעם רבינ'ס מיינונג איבער "כהנים אין מירון"


עס דערציילט הרה"ח ר' חיים [ראטה] שליט"א, אז אין לויף פון די יארן פלעגט דער תו"א רבי זצ"ל אריינגיין אין די מערה טראץ וואס ער איז געווען א כהן מיוחס, ווייל זייענדיג אן אייניקל פון הגה"ק מהר"ש העליר זצ"ל וועלכער האט מתיר געווען דאס אריינגיין אין מערה פאר כהנים האט ער אנגענומען דעם פסק פון זיידן זצ"ל.
אבער אין יאר תשט"ו ווען דער רבי איז געווען אויף זיין פערטן באזוך אין ארה"ק און אנקומענדיג אין מירון האט דער רבי ארויסגעזאגט זיין דעת תורה ברבים אז כהנים זאלן בשום אופן נישט אריינגיין אינעווייניג אין די מערה, און דאן האט הגה"צ רבי אשר זעליג מרגליות זצ"ל געפרעגט דעם רבי'ן פארוואס ער איז אזוי מחמיר עס זענען דאך געווען גדולים וצדיקים וועלכע האבן דאס מתיר געווען, האט אים דער רבי געענטפערט אז די אלע זאכן זענען בלויז געבויעט אויף עפיזאדן און סיפורים און מ'קען נישט צוליב דעם אפווענדן אן איסור דאורייתא פון טומאת כהנים.
אהיימקומענדיג האט דאס רבי אשר זעליג דערציילט פארן תו"א רבי'ן זצ"ל, און ער האט זיך דאן אונטערגענומען אז מפני כבודו פון זיין גרויסן רבי'ן רבינו הק' זי"ע וועט ער מער נישט אריינגיין אין די מערה, אבער אזוי ווי ער האט אויך נישט געוואלט פוגע זיין בכבודו פון זיין גרויסן זיידן הגה"ק מהר"ש העלער זצ"ל, האט ער באשלאסן נישט צו פארן בכלל קיין מירון.

א מעשה איז דאך א מעשה און איך ווייס נישט צו מ'קען זיך דערויף דינגען. אבער איבער דעם ענין שרייבט דער רבי גאנץ קלארע ווערטער אין ויואל משה מאמר ישוב א"י סימן צ"ט.
איך וועל ציטירן אפאר אויסצוגן פונעם צווייטן שטיקל דארט:
בדברי יחזקאל שם כתב לברר שהוא איסור דאורייתא לכהנים לטמאות עצמם אף בקברי צדיקים וכו' ובודאי דהלכה כמותו באיסור כהנים בקברי צדיקים, אבל לעומת זה מבואר בכמה מקומות שאין בקדושים האמיתיים שום טומאה. ובדברי יחזקאל נדחק לתרץ איזה מקומות, ועדיין אינו מיושב שפיר. גם מבואר כן בשאר מקומות שלא הובאו בדברי יחזקאל.

ברענגט דער רבי א ישמח משה וואס קומט צו:
דבאמת צדיקים אין להם טומאה והי' ראוי להיות שצדיקים לא יטמאו אך לא ניתנה לנו להתנהג בדין זה כי הכרעה זו אין דעתינו דעת האנושי מקפת אותו, כי אני ה' חוקר לב ובוחן כליות כתיב. ולכך אין לנו להתנהג בזה כלל אף אם נודע לנו שהוא צדיק, כדי שלא לחלק בין צדיק לצדיק דאין כח המבחין בידינו.

זעהט מען קלאר אז דער רבי האט געהאלטן אז עפ"י הלכה איז בעצם יא מותר.

אין פרי תמרים קובץ שני שבועות תשל"ח, שרייבט דער מוזשאי'ר רב קלארערע ווערטער:

ומדודי מרן הגה"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א בטו"ב שמעתי שאעפ"י שהלכה הוא שקברי צדיקים מותר לכהן להתפלל עליהם מ"מ בדור חלוש שכל אחד יאמר רבי שלי הוא הצדיק ויבאו לידי כך שכל קבר שלא יתטמא עליו כהן לא יהי' נחשב, לכן אסור בזמן הזה לכהן להתפלל על קברי צדיקים עכלה"ק (ועיין בספרו הקדוש ויואל משה אריכות דברים מזה).


ובכג"ד נאמר "חכמים הזהרו בדבריכם". ודי בזה.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

כהיום אז מען געפינען מערות און קברים ארום און ארום דעם בארג איז גארנישט אזוי פשוט דער היתר פון כהנים

מיינס א עלטער פעטער ז״ל א כהן איז געווען אין מירון מיטן רבין און איז אריין אין אוהל דער האט אים געזאגט מיט א שמייכל ׳דוכענען זאלסטו מיר נישט דא׳
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

יהיה כן האט געשריבן:כהיום אז מען געפינען מערות און קברים ארום און ארום דעם בארג איז גארנישט אזוי פשוט דער היתר פון כהנים

מיינס א עלטער פעטער ז״ל א כהן איז געווען אין מירון מיטן רבין און איז אריין אין אוהל דער האט אים געזאגט מיט א שמייכל ׳דוכענען זאלסטו מיר נישט דא׳


רבי, אן עלטער פעטער פון דיין זייט אדער פון דיין שווער?
the SCY is the limit
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

פון מיין זייט ר׳ שמחה! נישט פון מיין שווער (זענטיר נייגעריג העליך אייך מגלה זיין אין אישע)
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

אינטערסאנטע ווערטער אין אגרא דכלה פר' בהעלותך: "וכן נוהגין בארעא קדישא עד היום שהכהנים הולכים על קבר הקדושים".

אויך אין פני דוד להחיד"א פר' בשלח שטייט: "מנהג ישראל שהכהנים הולכין על קברות הצדיקים תורה היא".


ולעומת זה געפינט מען אויך פארקערט.

אין שו"ת מהרי"ל סי' ר"נ שטייט די לשון: "אסור ליכנס לכהנים לקברי צדיקים".

אין שו"ת טוב טעם ודעת להגרש"ק מ"ג ח"ב סי' רל"א שטייט גאר שארף בזה"ל: "כהן המטמא לקברי צדיקים אין לו דין כהן ואין צריך לנהוג בו קדושה". (ער איז מסביר אז דאס וואס קברי צדיקים אינם מטמאים איז דוקא בשעת קבורה ולא לאחר מכן).

אין שו"ת זית רענן ח"ב סי' כ"ו שטייט: "נ"ל דיש איסור דאורייתא לכהנים ללכת על קבורת רחל אמנו בלי שום צד היתר".
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

כהאב געזעהן אין'ם לעצטע קובץ עץ חיים - באבוב א גאנצע באשרייבונג פון דעת שינאווא והגר"ש העלליר ועוד בנידון, אבער כ'האב עס נישט אדורכגעטוהן, וחזקה עליהם שלא יצאו דבר שלא יהנה את העולם, וישמע חכם ויוסיף לקח.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

דאכט זיך אז די היתר פון כהנים אין מירון, איז נאר אלס פותח טפח, נישט אלס קברי צדיקים, והא ראי' ביי אנדערע קברים האט מען זיך נישט מטמא געווען.
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

יהיה כן האט געשריבן:מיינס א עלטער פעטער ז״ל א כהן איז געווען אין מירון מיטן רבין און איז אריין אין אוהל דער האט אים געזאגט מיט א שמייכל ׳דוכענען זאלסטו מיר נישט דא׳


איך וואלט זייער געוואלט הערן מער פרטים איבער די מעשה. ביטע זיך פארבינדן אין אישי.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

און פרי מגדים (או”ח סי' רס”ג און משבצות סק”ג) שרייבט ער א דבר חידוש: א כהן טאר נישט אריין שיקען א ישראל אלס שליח צום ביה”ח וועגען שליח של אדם כמותו, און עס ווערט גערעכנט כאילו דער כהן איז אריין און בית החיים, און לויט דעם קימט אויס אז א כהן קען נישט שיקען א קוויטל מיט א ישראל צו קברי צדיקים.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:און פרי מגדים (או”ח סי' רס”ג און משבצות סק”ג) שרייבט ער א דבר חידוש: א כהן טאר נישט אריין שיקען א ישראל אלס שליח צום ביה”ח וועגען שליח של אדם כמותו, און עס ווערט גערעכנט כאילו דער כהן איז אריין און בית החיים, און לויט דעם קימט אויס אז א כהן קען נישט שיקען א קוויטל מיט א ישראל צו קברי צדיקים.

ס'חידוש!
אבער לענ"ד אולי אין לך בו אלא חידושו, נאר ביי עפעס וואס עס פעלט זיך טאקע אויס שליחות, שיקן א קוויטל פעלט דאך נישט אויס קיין שליחות, והבן
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

כמודומה לי איז ער נאר דן, נישט ער פסקנט אויף למעשה, ועיי"ש
איך בין א יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2016 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך בין א יוד »

[image][/image]
אטעטשמענטס
כהנים.jpg
כהנים.jpg (255.01 KiB) געזען 2913 מאל
אוועטאר
ירושליימער ייד
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 28, 2011 8:48 pm
לאקאציע: ירושלים עיה"ק תובב"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירושליימער ייד »

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:און פרי מגדים (או”ח סי' רס”ג און משבצות סק”ג) שרייבט ער א דבר חידוש: א כהן טאר נישט אריין שיקען א ישראל אלס שליח צום ביה”ח וועגען שליח של אדם כמותו, און עס ווערט גערעכנט כאילו דער כהן איז אריין און בית החיים, און לויט דעם קימט אויס אז א כהן קען נישט שיקען א קוויטל מיט א ישראל צו קברי צדיקים.

די שאלה האט מען געפרעגט פאר דעם דעסבריצינער רב [שו"ת בצל החכמה ח"ב סי' פ"ג] וז"ל השאלה-
בקשר למה שכתבתי למע"כ שליט"א בתשו' הקודם [סי' פ"ב], כי להיותו כהן ראוי לו בעת בקורו בארה"ק להמנע בהחלט מלהשתטח על קברי צדיקים כולל גם קברי התנאים והאמוראים הקדושים זיעועכ"י, ושכן נתפשט המנהג, הוסיף מעכ"ת כעת בשניות מדברי סופרים לחקור, אם מותר לו לשלוח פתקא ע"י שליח ישראל שיניחנה על קברי קדושים הנ"ל, כי מצא בפרמ"ג (סי' רס"ג משבצות סק"ג), שנסתפק, אם מותר לכהן לומר לשלוחו ישראל שילך למקום טומאת מת להביא לו משם חפציו וכדומה, כיון דשלוחו של אדם כמותו, ומכש"כ למ"ד היכא דשליח לאו בר חיובא המשלח חייב.

און זיין תשובה איז [מסקנה]-
וכהן הרוצה להחמיר על עצמו יכול לומר לישראל כשתהי' על קבר פלוני שים פתקא זו על קברו, דבזה כיון שאינו שלוחו לילך לשם, גם אם באמת ילך לשם ביחוד בשביל לעשות רצון הכהן שמסר לו פתקא ההיא, אין כאן איסור גם לפי ספקו של הפרמ"ג, כיון שבאמת לא עשאו הכהן שליח.
העולה להלכה: א) מותר לכהן למסור חפץ ליד ישראל שיוליכנו למקום טומאת מת או לעשותו שליח להביא לו חפץ ממקום טומאת מת (אות ב' ג'). - ב) כהן הרוצה להחמיר על עצמו יאמר לישראל, כשתהי' על קבר פלוני תעשה שם בשבילי כך וכך, דזה מותר לכולי עלמא (אות ה').
רבון כל העולמים גלוי וידוע לפניך שרצוני לעשות רצונך אבל שאור שבעיסה מעכב.
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

ליגט מיר אין קאפ, אז איך האב אמאל געזעהן אין תפארת שלמה (וואס איז געווען א כהן), אז ווען א כהן גייט צו א בית החיים, און ער גייט נישט אריין מחמת קדושת כהן, קומט דער ציון ארויס נעבן אים אינדרויסן ווי ער שטייט

געדענק איך שוין נישט דעם פונקליכן מקור, און שוין יארן וואס איך זוך דאס

אפשר קען אחד מחברינו היקרים דפה ק"ק אייוועלט יצ"ו, מיר דאס אפיר זיכן

ייש"כ
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 8:35 pm

כהן בבית הקברות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוח נכאה »

וויפיל אוסרים, אזוי פיל מתירים, ביז הגה"ק משינאווא זי"ע, זענען כהנים געגאנגען אויף קברי צדיקים ובפרט בארץ ישראל, ווען די הייליגע שינאווא רב זי"ע איז געפארן קיין ארץ ישראל האט ער מרעיש עולמות געווען דערויף אין ער האט עוקר געווען דעם מנהג, אין ער האט געזאגט אז עס קען זיין אז נאר וועגן דעם איז ער געקימען אויף דעם עולם. הגה"ק מקאמארנא זי"ע אין משניות אהלות בויט אויס א היתר גמור לכהנים על קברי צדיקים, אין אלע ראשונים על התורה שטייט קברי צדיקים אין מטמאין, אין זוה"ק שטייט קלא אז עס איז מותר, אין מדרשים שטייט אויך אזוי, די פתחי תשובה ברענג פין שו"ת בתי כהונה אז עס איז אסור אין אזוי פסק'נט ער, אבער אין שו"ת בתי כהונה שטייט אז ער פארשטייט נישט די היתר על פי הלכה, וואס די מנהג פין די כהנים אז זיי כייען אויף קברי צדיקים, אבער דאס דער מנהג, אין מן הסתם האט עס א מקור עכ"ל. אין קובץ בית אהרן וישראל איז דא א תשובה פין תלמידו ובן דודו הרב ר' דוד הכהן וואס פרעגט איהם אפ, אוין בויעט אויס אז די היתר איז יא על פי הלכה. אין צענדליגע תשובות ספרים איז דא היתרים. הגאון הרש"ק זצוק"ל שרחחבט שארף אקעגן דעם מנהג וואס ביי די אהל פין די מאור עינים אין טשערנאביל גייען כהנים, אזוי אויך די שומר דער וואס צינט די נר תמיד איז א כהן. אין קובץ בית אהרן וישראל איז דא א ברייו פין איינע פין די רבי'ס וואס שטטיט דארט אז ביים ציון הבית אהרן זי"ע אין מאהלינאוו גייען כהנים, ההרה"ק ר' מצבי הירש הכהן מרימנוב זי"ע פלעגט גיין אויפ'ן ציון פין רבו הרה"ק הרמ"מ מרימנוב זי"ע, בנו הרה"ק ר' יוסף הכהן זי"ע (בן חורגו של הרה"ק מריזין זי"ע) פלעגט גיין אויף זיין טאטנ'ס ציון עד שגער בו הגה"ק משינאווא זי"ע, אויך אין זידיטשוב נהגו היתר, אין אנפאנג שדי חמד איז דא אן אריכות וועגן דעם אין ער איז אוסר, המקובל רבי חיים שאול דוויק הכהן זצוק"ל פלעגט דיין אויף קברי תנאים ואמוראים ואבות ואמהות.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”