טערקישע טליתים

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8736
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

טערקישע טליתים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

אלס א הקדמה בין איך מעתיק וואס "בן בוזי" שרייבט אין א אנדערע אשכול:

בנוגע האבן א טערקישע טלית איז ידוע פון ערשטן בעלזער רב וועלכע האט געזאגט אז דער שר פון פשתן איז נישט שולט אין טערקיי, און דערפאר וואקסט נישט דארט קיין פלאקס, דעריבער האט מען נישט מורא געהאט אז די שאף וועלכע פאשען אין די פעלדער קלעבן זיך אהן מיט פשתן דערפאר האט מען מקפיד געווען צו גיין מיט א טלית פון טערקיי, ווי אויך האט מען זיך אזוי געפירט אין צאנז. (דער באטשאטשער רב האלט אז דערפאר שרייבט דער מחבר עטיפת ישמעלים ווייל ער מיינט דערמיט די טערקישע טליתים).
(די טליתים קומען אבער היינט בעצם פון טוניס וועלכע איז אמאל געווען אונטער די טערקישע הערשאפט, ווייסט מען דעריבער נישט צו דאס מיינט טערקישע טליתים.)
עס זענען געווען פארצייטנס אויך יערעסלובער מיט קאלאמייער טליתים וועלכע זענען געווען געמאכט פון צמר אבער האבן געהאט אן השגחה.
מן התורה דארף מען מאכן א טלית פון צמר אדער פשתים, לויטן בית יוסף איז נאר דאס מדאורייתא און שאר מינים זענען מדרבנן, מ'דארף אויך מאכן אויף א דרבנן א ברכה, דער רמ"א האלט אז שאר מינים איז אויך א דאורייתא, אבער דער פראבלעם איז אז צמר קען פטר'ן א טלית פון צמר אדער פשתים און פשתן קען פטר'ן א טלית פון פשתן און צמר אבער שאר מינים דארף מען לכאורה מאכן פון יענער מין, למעשה היינט ווען ס'נישטא קיין תכלת מאכט גייט מען נישט מיט קיין טלית של פשתן ווייל מ'האט מורא אז די חוטים פון צמר זאלן זיך נישט אויסמישן מיט די פשתן פון דעם טלית (און אפילו ווען ס'איז יא דא תכלת פטרט דאס נאר א בגד של יום משא"כ ביינאכט וואס ס'איז לאו זמן ציצית איז עס שעטנז) און דער משנה ברורה שרייבט קלאר אז א ירא שמים זאל גיין נאר מיט א טלית של צמר, דער שיטת הב"ח איז אז שאר מינים איז פטור מציצית און ס'איז א ברכה לבטלה (דער שערי תשובה ברענגט פונעם יעב"ץ אז קאטען איז אויך מחוייב בציצית).
למעשה האט מען מחמיר געווען צו גיין מיט א טלית פון צמר, חסידים הראשונים וואס זענען פארצייטנס איידער ס'איז געווען שעטנז לאבראטאריס נישט געגאנגען קיין צמר האבן דעריבער מחמיר געווען צו נעמען א טלית של צמר מיט אן השגחה דערפאר איז א טערקישע טלית געווען דא מערסטע אויסגעהאלטן, אין מנהגי בעלזא שטייט געשריבן אז ביים מיטעלער רב האט מען נישט צוגעלאזט צום עמוד איינער וואס האט נישט געדאוונט מיט א טערקישע טלית.
יעצט האט זיך ארויס געשטעלט עטליכע שאלות, איינס אז מ'האט געטראפן שעטנז, צווייטנס אז מ'האט געטראפן צמר גמלים ארנבת וכדו', און ווי אויך האט מען געפונען פאליעסטער.
און מען האט עס געפונען אויף עטליכע אופנים, איינס אז דער שתי לויפט למשל אויף צמר און דער ערב אויף פשתן אדער פארקערט, אדער האט מען געפונען אז די צמר ופשתים זענען צוזאמען געדרייט אין איין פאדעם, די זעלבע איז מיט די פאליעסטער, בנוגע שעטנז איז עס נישט קיין חילוק און ס'איז בכל אופן א פראבלעם, אבער בנוגע פאליעסטער איז עס א פראבלעם.
דער חילוק כאפט אז א בגד קען נאר זיין פון שתי וערב ממילא אויב איז דער שתי פון א מין וועלכע איז מחוייב בציצית און דער ערב איז פון א מין וואס איז פטור פון ציצית אפילו ס'איז נישט קיין רוב איז עס אויס בגד וואס איז מחוייב בציצית, משא"כ אויב דער חוט אליינס איז שזור פון א מין וואס איז פטור פון ציצית דעמאלטס ווענדעט זיך אויב עס איז רוב, ובהנוגע לענינינו האבן זיי דאס געפונען אין א רוב.
עס איז דא מחלוקת האחרונים בנוגע פאליעסטער צו ס'איז מחוייב בציצית, פאליעסטער איז דער פראבלעם וויבאלד דאס איז סינטעטיש קען מען מאכן איין שטיק דערפון און מ'מוז דאס נישט וועבן ממילא זענען דא וואס האלטן אז ס'איז אזוי ווי עור וועלכע איז פטור מציצית, ממילא לכאורה איז דאס זיכער פטור פון ציצית און אפילו מען טוט עס יא אהן איז זיכער דא א שאלה פון א ברכה און פון מקיים זיין די מצות ציצית.

*****

איך ווייס אז דער ברך משה זי"ע פלעגט גיין מיט א טערקישן טלית, און ווען ער האט חתונה געמאכט זיין זון האדמו"ר מהר"א שליט"א קיין וויזניץ האט ער זיך אויסגענומען אז מען דארף קויפן א טערקישן טלית (ווייל אין וויזניץ איז מען נישט געגאנגען מיט קיין טערקישע)
ווי ס'שיינט איז אין סיגעט אזוי געווען דער מנהג.
אפשר קען איינער דא אביסל ערקלערן די היסטאריע דערפון, פארוואס מען האט אויפגעהערט צו גיין דערמיט.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13894
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

איך האף מען וועט נישט דארפן האבן מאשקע דא...
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8736
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

זיי מסביר וואס דו זאגסט
איך פרעג פלעין היסטאריע פארוואס און ווען מען האט אויפגעהערט צו גיין דערמיט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35415
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אן אלטער שמועס.
viewtopic.php?f=6&t=6889
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8736
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

farshlufen האט געשריבן:אן אלטער שמועס.
viewtopic.php?f=6&t=6889

די שמועס האב איך שוין געזען, און איך מיין אז דארט ווערט נישט פארענטפערט וואס איך פרעג
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

ערגעץ געזען באריכטעט אז מהר"א האט לעצטנס זיך צוריק אנגעטון דעם טערקישן טלית. חסידיו קענען קאנפירמען?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
אבני שיש
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 30, 2010 2:23 pm
לאקאציע: אין די כלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבני שיש »

מי חכם האט געשריבן:ערגעץ געזען באריכטעט אז מהר"א האט לעצטנס זיך צוריק אנגעטון דעם טערקישן טלית. חסידיו קענען קאנפירמען?

נכון, ראיתי זאת בשבוע שעברה.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

איך האב אמאהל געהערט א ווערטל פון מיין טאטען זז"ג
א ברעסלאווער איז געגאנגען אויף התבודדות
האט ער געזאגט נחמן נחמן א טלית א טלית
אפילו א טערקישע...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליקו »

איינער פון די בעלז מחנובקא חצר האט ארויסגעגבן א הערליכע קובץ, ארומנעמנדיג די נושא פון אלע צדדים, אלעס פון די הלכהדיגע חלק, ביז די לעצטע מעשה'לע. תכלית הדברים קומט דארט אויס אז סדא א העכערע ענין מקובל אין די נושא צו נעמן פון טערקיי וואס דארטן איז שר ישמעאל און א ענין פון להוציא יקר מזולל, וואס דאס איז די לעצטע פאזע אין גלות
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

אויב אזוי איז די נקודה נישט דוקא טערקיי נאר סיי וועלכע לאנד אונטער די בני ישמעאל, ריכטיג?
מצד השני, אין ענינים נסתרים איז נישט שייך אריינצורעדן, ממילא קענען מיר נישט צאמשטעלן אליינס כאטש ס'זעהט אויס די זעלבע זאך.
און וואס איז מיט טוניס, היינט ווען זיי זענען זעלבסטשטענדיג?
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

msp האט געשריבן:איך האב אמאהל געהערט א ווערטל פון מיין טאטען זז"ג
א ברעסלאווער איז געגאנגען אויף התבודדות
האט ער געזאגט נחמן נחמן א טלית א טלית
אפילו א טערקישע...


דאס ווארט גייט אזוי
רבי שמעון רבי שמעון א שידוך א שידוך
ניט קיין נפקא מינה
מעג זיין א פראנקינע
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

הרב יהי' כן שליט"א
אלו ואלו ...
איך האב געהערט ביידע נוסחאות....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

עטס הערטס וואס נתן דוב בעט ?

ביטע העלפן...
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

זכורני אז אין קובץ עץ חיים (באבוב) איז געווען א לאנגע באשרייבונג בנוגע טערקישע טליתים עפ"י דעת גדולי גאליציע, און פארוואס סאיז כמעט בטל געווארן, אויך איז געווען נאך א מאמר א השלמה צו דעם, עי"ש באריכות.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

שווארצע שטרייפען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

עס ליגט מיר אין קאפ אז אריגינעל פלעגט מען מאכען די שטרייפען בלוי
אבער נאכדעם וואס די ציונים האבען פון בלוי-ווייס געמאכט א גאנצע טראסק
האט מען עס געטוישט אויף שווארץ
די שטרייפען בכלל איז נאר אלץ א פעטטער"ן שיין צו מאכען דער בגד אין די בחינה פון זה קלי ואנוהו
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

די שטרייפן זענען אלס זכר צו די תכלת און וועגן דעם פלעגט עס זיין בלוי, ס'דאכט זיך מיר אז אין תולדות אהרן פלעגט מען שטארק מקפיד זיין דערויף ס'זאל זיין בלוי. ווען עס האט זיך אויפגעהערט ווייס איך נישט, אבער כ'מיין ס'איז נישט מסתבר אז דאס האט א שייכות מיט די ציונים (ס'איז דא גענוג קהילות וואס האבן נישט קיין פראבלעם דערמיט און גייען מיט שווארצע שטרייפן).
אמשטרדם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2010 11:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמשטרדם »

כפי ידיעתי איז דער ענין פון טערקישע טליתים ווייל אין טערקיי וואקסט נישט קיין פלאקס, ממילא איז נישטא קיין חשש פון שעטנז, ממילא היינט צוטאג'ס לכאורה האט שוין נישט קיין זין צו גיין מיט די טלית דייקא, ווייל היינט אימפארטירט מען דאך פון איבעראל.

איך האב אויך געזעהן די מאכניבקא קובץ, ער פלאגט זיך שטארק ארום מיט דעם, אז היינט לכאורה איז דאס שוין נישט קיין ענין, אבער לויט ווי איך געדענק וויפיל איך האב דאן געזעהן, ווערט דאס נישט געהעריג פארענטפערט, ער ברענגט שטארק ארויס די נקודה, אז מ'טאר נישט משנה זיין פון דרך אבותינו ורבותינו, און אויב זיי האבן זיך אזוי געפירט מוז מען אנהאלטן עקשנות'דיג דער מנהג. לויט ווי איך געדענק פון דעמאלט, האב איך אים אבסאלוט נישט גערעכט געגעבן, ווארום יעדער פארשטייט אז א מנהג וואס איז תלוי בטעם האט נישט קיין זין אנצוהאלטן, (איך רעד נישט פון א תקנה וואס חז''ל, אדער גדולי ישראל האבן מתקן געווען, איך רעד פון א חומרא וואס איינער האט זיך געפירט צוליב א סיבה).

איינמאל האב איך אנגעפרעגט הגה''צ רבי שלמה לייב וויינבערגער שליט''א אבד''ק פאיע וחבר הבד''ץ דקיט''ל, איבער דער ענין פון נישט קויפן חמצ'דיגע עסן ביז שבועות, כאטש דאס איז געווען פארקויפט פסח ביי א גוי. האט מיר הגרש''ל געעענטפערט, אז כהיום איז דאס דער זעלבער ענין ווי א טערקישער טלית, דהיינו, א טערקישער טלית האט שוין נישט דער מעלה פון אמאל, און דאס זעלבער דער ענין. ווייל דער ענין פון נישט קויפן ביז שבועות, איז צוליב וואס ביז דעמאלט איז שוין אלעס נייע פראדוקטן, אבער כהיום ווען די פעקטעריס פראדוצירן זייערע סחורה פעם בשנה, האט עס שוין נישט קיין זין. וכן אני נוהג, פון ווען איך האב דאס געהערט, אריינצוגיין אין געשעפט מוצאי פסח און קויפן חמץ גמור, וואס איז געווען פארקויפט כהלכתה.

אדרבה, אויב איינער ווייסט פון א פארקערטן פסק, ובכלל איבער דעם ענין, זאל ביטע קאמאנטירן
וישתדל ברוב אוהבים, שאין לך אוהב שאין לו מקום, ובמשלי הערב אמרו, אל ימעט בעיניך שונא אחד, ואל ירבו בעיניך אלף אוהבים (מאירי, סנהדרין מ''ה)
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

במחילת כבוד תורתכם, נישט אמת
נישט עסן פארקויפטע חמץ ביז שבועות ברענגט דער ניזנובע'ר רב א שיינע טעם (הג"ר יחיאל מיכל היבנער מח"ס ספרים רבים) ווייל דאס זענען העכערע טעג און האבן א קדושה, און פונקט ווי עס שטייט אין שו"ע אויף עשרת ימי תשבה מען זאל נישט עסן קיין פת פלטר מחמת קדושת הימים ה"ה לימי הספירה
אויך האב איך געזעהן מהאי טעמא פון דעם מראה יחזקאל אז דאס איז דער ענין פון זיך נישט שערן בימי הספירה ווייל מען האט דעמאלטס א העכערע קדושה אזוי ווי א נזיר וואס האט זיך נישט געשוירן כי קדוש הוא לאלקיו, דאס זעלבע איז די ימי הספירה,
עכ"פ דאס איז נוהג אלס אפילו כהיום ווען מען פראדצירט די סחורה פעם אחת בשנה
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8736
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

יהיה כן האט געשריבן:במחילת כבוד תורתכם, נישט אמת
נישט עסן פארקויפטע חמץ ביז שבועות ברענגט דער ניזנובע'ר רב א שיינע טעם (הג"ר יחיאל מיכל היבנער מח"ס ספרים רבים) ווייל דאס זענען העכערע טעג און האבן א קדושה, און פונקט ווי עס שטייט אין שו"ע אויף עשרת ימי תשבה מען זאל נישט עסן קיין פת פלטר מחמת קדושת הימים ה"ה לימי הספירה
אויך האב איך געזעהן מהאי טעמא פון דעם מראה יחזקאל אז דאס איז דער ענין פון זיך נישט שערן בימי הספירה ווייל מען האט דעמאלטס א העכערע קדושה אזוי ווי א נזיר וואס האט זיך נישט געשוירן כי קדוש הוא לאלקיו, דאס זעלבע איז די ימי הספירה,
עכ"פ דאס איז נוהג אלס אפילו כהיום ווען מען פראדצירט די סחורה פעם אחת בשנה

לדבריך טאר מען עשי"ת נישט עסן קיין חמץ ווייל ס'איז שטארק מעגליך חמץ שעבר עליו הפסח!
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אולי
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

אמשטרדם האט געשריבן:אדרבה, אויב איינער ווייסט פון א פארקערטן פסק, ובכלל איבער דעם ענין, זאל ביטע קאמאנטירן

איר מיינט מן הסתם אין א אנדערע אשכול, פארוואס פארדרייען א אשכול אומזיסט?
אמשטרדם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2010 11:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמשטרדם »

יהיה כן האט געשריבן:במחילת כבוד תורתכם, נישט אמת
נישט עסן פארקויפטע חמץ ביז שבועות ברענגט דער ניזנובע'ר רב א שיינע טעם (הג"ר יחיאל מיכל היבנער מח"ס ספרים רבים) ווייל דאס זענען העכערע טעג און האבן א קדושה, און פונקט ווי עס שטייט אין שו"ע אויף עשרת ימי תשבה מען זאל נישט עסן קיין פת פלטר מחמת קדושת הימים ה"ה לימי הספירה
אויך האב איך געזעהן מהאי טעמא פון דעם מראה יחזקאל אז דאס איז דער ענין פון זיך נישט שערן בימי הספירה ווייל מען האט דעמאלטס א העכערע קדושה אזוי ווי א נזיר וואס האט זיך נישט געשוירן כי קדוש הוא לאלקיו, דאס זעלבע איז די ימי הספירה,
עכ"פ דאס איז נוהג אלס אפילו כהיום ווען מען פראדצירט די סחורה פעם אחת בשנה


קודם כל, דער פסק איז נישט מיינס, והשנית, דיין טעם איז טאקע א שיינער, אבער מסתם איז דאס נישט דער פשטות, לכאורה איז דער פשטות כמ''ש.
וישתדל ברוב אוהבים, שאין לך אוהב שאין לו מקום, ובמשלי הערב אמרו, אל ימעט בעיניך שונא אחד, ואל ירבו בעיניך אלף אוהבים (מאירי, סנהדרין מ''ה)
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9617
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: טערקישע טליתים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

טוניסער בריוו איבער דיי טליתים

1932 גלויה יודאיקה בכתב רש"י שנשלחה מג'רבה בטוניסיה מאת הרב דוד- לפולין עבור שמשון הלר, Samson Heller i Synowie" Mechaniczna Kołomyi. קולומיאה אוקראינה של ימינו.
משהו בנוגע לתפירה של טליתות, מהמפעל הפולין לבית הכנסת בג'רבה.
אטעטשמענטס
talis tunis.jpg
talis tunis.jpg (199.1 KiB) געזען 1124 מאל
tunis t.jpg
tunis t.jpg (312.29 KiB) געזען 1124 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”