בלאט 1 פון 2

צוזאגן צו געבן א נאמען - א סגולה אויף קינדער

געשריבן: זונטאג פאברואר 20, 2011 9:23 am
דורך זיידענע בעקיטשע
ווייסט איינער אפשר אויף א מקור פין צוזאגן צו געבן א נאמען נאכן אור החיים הק' אל'ס סגולה אויף געהאלפ'ן ווערן מיט קינדער?

אדער ווייסט איינער אויף אזא סגולה מיט א אנדערע נאמן צו צוזאגן אויסער שמעון נאך ר' שמעון בן יוחאי?

יישר כח

געשריבן: מאנטאג פאברואר 21, 2011 10:37 am
דורך ליסקא
א מקור אויף ר' שמעון בן יוחאי ווייס איך נישט, אבער איך מיין די בעסטע מקור איז אז מען קוקט זיך אים ביי אסאך מענטשן וואס האבן נישט געהאט קיין קינדער אין זענען געווען ביי ר' שמעון אין צוגעזאגט א נאמען אין זיי זענען געהאלפן גאווארן ב"ה.

איך ווייס א איד וואס האט נישט לאנג צוריק געמאכט א ברית אין האט אויך געהאט צוגעזאגט ביי ר' שמעון א נאמען, ביני לביני איז זיין פאטער נפטר געווארן ל"ע, איז ער געגאנגען פרעגן א רב/רבי אויב זאל ער א נאמען געבען נאך זיין טאטע'ן אדער נאך ר' שמעון ? אין די פסק איז געווען " מוצא שפתיך תשמור ועשית אין זאלסט א נאמען געבן נאך ר' שמעון "

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 24, 2011 3:28 pm
דורך אויפריכטיג
ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א גיבט דאס אפט אלס אן סגולה פאר חשוכי בנים.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 24, 2011 6:23 pm
דורך איש האמת
לגבי א מיידעל גייט מען צו רחל אמנו

געשריבן: דינסטאג פאברואר 21, 2012 2:41 am
דורך הרבטייטעלבוים
אונעם ספר מופת הדור דאכט זיך שטייט א מעשה איבער גיבען א נאמען נאך ר' ישעי'עלע'ס רעבצען-

געשריבן: דינסטאג פאברואר 21, 2012 11:18 am
דורך שויתי'ניק
שוין געהערט וועגן אור החיים הקדוש, אבער א מקור געדענק איך נישט

שמעון הצדיק משיירי כנסת הגדולה איז אויך א סגולה, מיין חבר האט געהאט פראבלעמען ביים האבן, זייענדיג דאן אין ירושלים האט ער זיך אריבער געכאפט צום ציון פון שמעון הצדיק און צוגעזאגט א נאמען, און אלעס איז געווארן מסודר.

נאכן ריבניצער רבי'ן רבי חיים זיינוויל ב"ר משה זצ"ל האב איך אויך געהערט, אידן וואס האבן זיך געפינען אין שפיטאל אין סאפערן, האבן זיך אריבער געכאפט צום ציון, צוגעזאגט א נאמען און אלעס האט זיך אויסגעלאזט צום גוטן ב"ה.
אגב, ריבניצער רבי אליינס האט געהייסן געבן נאך זיין טאטן, און געזאגט אז די קינדער וואס הייסן נאך זיין טאטן וועלן זיין עשירים.

נאך א חבר האב איך וואס האט נישט געהאט עטליכע יאר, איז ער געפארן צום רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע צוגעזאגט און געהאט א אלימלך'ל ביז א יאר.

היוצא לנו מכל זה אז עס איז א נייחא להצדיק ווען מען געט א נאמען נאך אים דעריבער פועלט מען פילע מאל אזוי.

רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א הייסט צוזאגן אז מען וועט געבן אבער זיך אויסנעמען אז מען קען צוגעבן נאך א נאמען, ווייל אויב מען זאגט צו סתם, דאן דארף מען געבן נאר דעם נאמען פונעם צדיק. בכלל זאגט ער, אז יואל איז צו א הויכע נאמען און מען דארף צוגעבן...

געשריבן: מיטוואך פאברואר 22, 2012 1:50 am
דורך jkup50
איך קען א יוד וואס האט געהאט 2 נישט געזונטע קונדער ל"ע און איז געפארן קיין ליזענסק זיך אונטער גענומען א נאמען געבען אלימלך און געהאט ב"ה א געזונט לעכטיג קינד

געשריבן: דינסטאג פאברואר 28, 2012 9:58 am
דורך איטשע
איש האמת האט געשריבן:לגבי א מיידעל גייט מען צו רחל אמנו


דהיינו: אויב איינער וויל דייקא א מיידל?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 28, 2012 10:34 am
דורך הרבטייטעלבוים
און ירושלים האב איך געהערט און ביהמ"ד, אז איינער וואס האט צוגעזאגט צו גיבען א נאמען נאך רחל אמינו, און ער האט ביים קידוש געגעבען דעם נאמען "רחל אמנו"

געשריבן: דינסטאג פאברואר 28, 2012 10:36 am
דורך הרבטייטעלבוים
וואס איז אזוי שווער, אויב איינער וויל דוקא א מיידעל, מען דארף דאך האבהען בן ובת,
איך וווייס גראדע פון אידען וואס האלטען אז זיי האבען געפועלט, זיהען ביים קבר רחל.
וגם הסיפור של האדמו"ר מראחמעסטריווקע א"י בקבר רחל ידוע, שפעלו אז ער זאל האבען קינדער

געשריבן: מאנטאג מאי 14, 2012 11:40 am
דורך ווינקל
שויתי'ניק האט געשריבן:רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א הייסט צוזאגן אז מען וועט געבן אבער זיך אויסנעמען אז מען קען צוגעבן נאך א נאמען, ווייל אויב מען זאגט צו סתם, דאן דארף מען געבן נאר דעם נאמען פונעם צדיק. בכלל זאגט ער, אז יואל איז צו א הויכע נאמען און מען דארף צוגעבן...

מיין שוואגער איז זייער נאנט מיט עם, און האט געוואלט צוגעבן א נאמען צו יואל, און הגרי"מ האט עם נישט געלאזט.

געשריבן: מאנטאג מאי 14, 2012 12:40 pm
דורך שויתי'ניק
ער איז דן יעדע נאמען לגופו של ענין, עס איז נישט קיין ראי' פון איין פאל אויפ'ן צווייטן.

געשריבן: מאנטאג מאי 14, 2012 3:48 pm
דורך שלומי אמוני ישראל
ווינקל האט געשריבן:
שויתי'ניק האט געשריבן:רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א הייסט צוזאגן אז מען וועט געבן אבער זיך אויסנעמען אז מען קען צוגעבן נאך א נאמען, ווייל אויב מען זאגט צו סתם, דאן דארף מען געבן נאר דעם נאמען פונעם צדיק. בכלל זאגט ער, אז יואל איז צו א הויכע נאמען און מען דארף צוגעבן...

מיין שוואגער איז זייער נאנט מיט עם, און האט געוואלט צוגעבן א נאמען צו יואל, און הגרי"מ האט עם נישט געלאזט.


איך האב געהערט פון צוויי חברים מיינע ביידע הייסן יואל
און ביידע האבן געהאט פראבלעמען וועגן קינדער און זיי זענען געגאנגען צו זייער רבין, איינעם האט ער געהייסן צולייגן א נאמען צונעם, און ביז א יאר איז ער ב"ה געהאלפן ווערן.

און דער אנדערער האט ער געהייסן טוהן אנדערע סגולות, און יענער איז אויך ב"ה געהאלפן ווערן.

איך זוך נישט דא צו פאמפן זייער רבין, נאר איך ברענג ארויס די חלק אז יואל הייסט א שווערע נאמען כלפי קינדער.

געשריבן: מאנטאג מאי 14, 2012 4:10 pm
דורך ווינקל
שלומי אמוני ישראל האט געשריבן:יואל הייסט א שווערע נאמען כלפי קינדער.

וואס?

געשריבן: מאנטאג מאי 14, 2012 8:56 pm
דורך שלומי אמוני ישראל
איך ווייס פון אסאך יואלס וואס האבן ב"ה קינדער געהאט שנעל און גרינג

עס איז מיר שווער די זעלבע קישא

ואס מיינט אז עס איז א שווערע נאמען

אבער איך האב דאס אויך געהערט בשם ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א

געשריבן: דאנארשטאג מאי 17, 2012 12:52 pm
דורך פרעגער
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:וגם הסיפור של האדמו"ר מראחמעסטריווקע א"י בקבר רחל ידוע, שפעלו אז ער זאל האבען קינדער


אני זכיתי לשמוע הסיפור מאת הירושלמי המפורסם יוס'ל גוטפרב - שנתיים אחר הסיפור הידוע - בביהמ"ד זכרון משה בירושלים עיה"ק, בנוחכותו של האדמו"ר מראחמסטריווקא שליט"א שאישר את הסיפור, ומיד התחילו לרקוד לשם ה'.

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 05, 2013 4:50 am
דורך הרבטייטעלבוים
און ירושלים האט מיר א אינגערמאן געזאגט אז ער האט געהערט א סגולה צו גיבען א נאמען נאך ר' יוחנן הסנדלר און ער האט צוגעזאגט און ער איז געהאלפען געווארען,

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 05, 2013 12:24 pm
דורך yield
פרעגער האט געשריבן:
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:וגם הסיפור של האדמו"ר מראחמעסטריווקע א"י בקבר רחל ידוע, שפעלו אז ער זאל האבען קינדער


אני זכיתי לשמוע הסיפור מאת הירושלמי המפורסם יוס'ל גוטפרב - שנתיים אחר הסיפור הידוע - בביהמ"ד זכרון משה בירושלים עיה"ק, בנוחכותו של האדמו"ר מראחמסטריווקא שליט"א שאישר את הסיפור, ומיד התחילו לרקוד לשם ה'.

וואס איז די מעשה

געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2019 2:45 pm
דורך עולם ומלואו
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:און ירושלים האט מיר א אינגערמאן געזאגט אז ער האט געהערט א סגולה צו גיבען א נאמען נאך ר' יוחנן הסנדלר און ער האט צוגעזאגט און ער איז געהאלפען געווארען,

כהאב אמאל געליינט א מעשה, דאכצעך אין די מעלות, פון א מלמד ערגעצוואו אין א"י וואס האט געהאט א תלמיד מיטן נאמען "יוחנן הסנדלר". זייענדיג נייגעריג וואס ס'איז פשט אין דעם נאמען האט ער אנגעפרעגט ביים טאטן וואס האט אים דערציילט אז ער האט א לאנגע צייט נישט געהאט קיין קינדער האט ער דעריבער מחליט געווען ארויפצוגיין צו ר' שמעון אום ל"ג בעומר. אנקומענדיג דארט האט ער באגעגנט א געפערליכע שטופעניש אזש ס'איז ממש געווען אוממעגליך אנצוקומען צום ציון. איז ער ארויפגעגאנגען דערנעבן צום ציון פון ר' יוחנן הסנדלר ווי ס'איז געווען ליידיג און געזאגט "רבי יוחנן, איך שטעל מיך פאר וויאזוי דו שפירסט ווען ממש נעבן דיין ציון טוט זיך א אנלויפעניש פון טויזנטער אידן אבער ביי דיר איז שטיל, איך שפיר אויך אזוי, פארלאזט עלנד אליין", ער האט דארט מתפלל געווען א לאנגע צייט און צוגזאגט א נאמען צו געבן נאך אים. לתקופת השנה איז אים געבוירן געווארן א קינד וואס ער האט טאקע א נאמען געגעבן יוחנן הסנדלר

געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2019 2:54 pm
דורך טעם וריח
כהאב צוויי קרובים וואס כווייס די דאקטער האט אפגעשראקן בעפאר אויף א נישט געזינט קינד. און זיי זענען געפארן קיין ליזענסק אין זיך אינטערגענומען צו געבן א נאמען, ביידע האבן ב"ה געהאט א געזונט קינד.

אויך קען איך א חבר וואס האט נישט געהאט קיין קינדער אסאך יארן און זיך אינטערגענומען א שמעון, ווען ער איז געהאלפן געווארן ב"ה האט ער אנגעפרעגט אפאר גוטע אידן אויב ער מעג צולייגן 'יואל' זיי האבן געזאגט "רבי שמעון כדאי לעצמו".

לאידך גיסא ווייסעך פון איינער וואס ער איז געהאלפן געווארן ביים ציון אין קרית יואל ל"ג בעומר און ער האט יא געגעבן ביידע נעמען 'יואל' און 'שמעון'.

געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2019 2:24 am
דורך הרבטייטעלבוים
עולם ומלואו האט געשריבן:
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:און ירושלים האט מיר א אינגערמאן געזאגט אז ער האט געהערט א סגולה צו גיבען א נאמען נאך ר' יוחנן הסנדלר און ער האט צוגעזאגט און ער איז געהאלפען געווארען,

כהאב אמאל געליינט א מעשה, דאכצעך אין די מעלות, פון א מלמד ערגעצוואו אין א"י וואס האט געהאט א תלמיד מיטן נאמען "יוחנן הסנדלר". זייענדיג נייגעריג וואס ס'איז פשט אין דעם נאמען האט ער אנגעפרעגט ביים טאטן וואס האט אים דערציילט אז ער האט א לאנגע צייט נישט געהאט קיין קינדער האט ער דעריבער מחליט געווען ארויפצוגיין צו ר' שמעון אום ל"ג בעומר. אנקומענדיג דארט האט ער באגעגנט א געפערליכע שטופעניש אזש ס'איז ממש געווען אוממעגליך אנצוקומען צום ציון. איז ער ארויפגעגאנגען דערנעבן צום ציון פון ר' יוחנן הסנדלר ווי ס'איז געווען ליידיג און געזאגט "רבי יוחנן, איך שטעל מיך פאר וויאזוי דו שפירסט ווען ממש נעבן דיין ציון טוט זיך א אנלויפעניש פון טויזנטער אידן אבער ביי דיר איז שטיל, איך שפיר אויך אזוי, פארלאזט עלנד אליין", ער האט דארט מתפלל געווען א לאנגע צייט און צוגזאגט א נאמען צו געבן נאך אים. לתקופת השנה איז אים געבוירן געווארן א קינד וואס ער האט טאקע א נאמען געגעבן יוחנן הסנדלר

דער איד פון וואס איך שרייב האט געטראפען דעם יוחנן הסנדלר פון די מעלות בהשגחה פרטיות און ער האט אזוי געטוען.

געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2019 11:55 pm
דורך חוח בין השושנים
טאקע א פיקחות צו געבן א נאמען "יוחנן הסנדלר"... האט ר' יוחנן הסנדלר "געהייסן" הסנדלר?...
שוין געהערט איינער זאל געבן א נאמען "שמעון בן יוחאי" פאר א קינד וואס זיין טאטע הייסט נישט יוחאי?

געשריבן: מיטוואך יוני 12, 2019 12:13 am
דורך שאינו יודע
איך ווייס פון א איד וואס האט געוואלט א מיידל און ער האט צו געזאגט אין קרית יואל ביים ציון פון רביה״ק זיע א ׳אלטא פיגא׳ און לתקופת השנה האט ער געהאט א מיידל

געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2019 11:50 pm
דורך רוח נכאה
אין גאלדערס גרין האט געוואוינט א איד מיט'ן נאמען עקיבא אייגער נישט קיין לעצטע נאמען, ער האט געדאוונט ביי הגאון הגדול גאב"ד ראדמישלא זצ"ל, די מנחת אלעזר האט איהם געגעבען דעם נאמען.

געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2019 11:53 pm
דורך חוח בין השושנים
רוח נכאה האט געשריבן:אין גאלדערס גרין האט געוואוינט א איד מיט'ן נאמען עקיבא אייגער נישט קיין לעצטע נאמען, ער האט געדאוונט ביי הגאון הגדול גאב"ד ראדמישלא זצ"ל, די מנחת אלעזר האט איהם געגעבען דעם נאמען.

ביים ברית? אדער האט ער געהייסן 'עקיבא' און דער מנח"א האט אים גערופן 'עקיבא אייגער' און דער 'נאמען' האט זיך צוגעקלעבט צו אים? (איך פרעג נאר)