בלאט 1 פון 33

שאלות אין הלכות שבת

געשריבן: זונטאג יאנואר 30, 2011 1:02 am
דורך תרנגול
מעגליך אז די תשובות זענען פשוטע, איך וויל נאר זיכער מאכן וואס די ריכטיגע תשובות זענען. די דיינים דא זענען נאך אויף?


א. מעג מען צוזאמשטעלן א פאזל אום שבת? און אויב יא וואס טוט זיך אויב די פאזל האט ווערטער?

ב. נאך די סעודה פון צופרי, מעג מען צוריקשטעלן אלע זילבערווארג, די זאלץ מעסטל, נעפקין האלטער, מעסער, חלה ברעט וכו' וכו' על מקומם הנכון אינעם כינעזער שאנק? (הכנה וכו')

ג. מ'מעג הייסן פאר א קליין קינד אונטער דריי יאר אויפצורייסן א פארקניפטע זעקל? (נישטא קיין עסן אינעווייניג)

געשריבן: זונטאג יאנואר 30, 2011 1:16 am
דורך קרעמער
איך ווייס נישט די ענטפערס צו דיינע פראגעס, איך כאפ מיך נאר ארויף אויף דיין קעפל:

אויף די פרעש-ווייפס פון "SLEEK" שטייט ארויפגעשריבן אז כדי צו נוצן אום שבת דארף מען אראפנעמען די סטיקער מיט די ווערטער ביים עפענונג. ווייסט איינער פשט אין דעם הוראה? וואס ווערט בעסער מיטן אוועקנעמען דעם לעבל דארט?

געשריבן: זונטאג יאנואר 30, 2011 2:43 am
דורך ווינקל
א פאזל טאר מען שבת ניט מאכן.

אויב וויל מען אויסלייגן זאכן שיין אינם שענקל לכבוד שבת, זע איך נישט פארוואס מען טאר נישט.

וועגן עפענען זעקל, כאפ איך נישט די שאלה.

לקרעמער; די ענטפער ווייס איך נישט, איך כאפ מיך נאר ארויף אויף דיין פראגע.

איך האב געהערט פון א חשוב'ן דיין, אז די הכשר אויף די ווייפס צו ניצן שבת, איז מיוחד פאר צדוקים ובייסותים... (דעם איסור דרבנן איז גילטיג אויף די ווייפס אויך).

געשריבן: זונטאג יאנואר 30, 2011 3:25 am
דורך שוועמל
נוצן ווייפס איז דא א גרויסע שאלה פון סחיטה, דערויף זענען דא אוסרים ומתירים כדרכה של תורה.

דאס וואס שטייט אויפן זעקל, טוט נאר גרינגער מאכן איבער די איסור פון קורע אדער מוחק ביים עפענען דעם זעקל, אבער צום עצם נוצן די ווייפס איז כנ"ל דא א באזונדערע שאלה פון סחיטה.

געשריבן: זונטאג יאנואר 30, 2011 8:23 am
דורך אלף בית
קרעמער האט געשריבן:אויף די פרעש-ווייפס פון "SLEEK" שטייט ארויפגעשריבן אז כדי צו נוצן אום שבת דארף מען אראפנעמען די סטיקער מיט די ווערטער ביים עפענונג. ווייסט איינער פשט אין דעם הוראה? וואס ווערט בעסער מיטן אוועקנעמען דעם לעבל דארט?

ווייל אויפן לעבל שטייט ווערטער וואס ווערט צוטיילט ביים עפענען און ס'ווערט צוריק צוזאמענגעשטעלט ביים פארמאכן. און דאס איז א שאלה פון שרייבן.

געשריבן: זונטאג יאנואר 30, 2011 8:30 am
דורך אלף בית
לגבי דעם עצם נוצן די סליק ווייפס אום שבת, זיי שרייבן אז רבי יחזקאל ראטה איז מתיר. און זיי שרייבן אז די היתר איז ווייל סאיז נישט געמאכט פון קיין גידולי קרקע.
זיי לייגן אלעמאל צו זיין בריוו צום עדווערטייזמענט, אבער סאיז אלעמאל בלורי די ווערטער און מ'קען עס נישט אויסליינען.
איך האב געהערט פון א חשוב'ן מורה הוראה, אז לכאורה איז די היתר נאר בשעת הדחק גדול, און מדארף אכטונג געבן נישט צו קוועטשן די ווייפס, (בקיצור מער ווייניגער די זעלבע ווי די אנדערע ווייפס).

געשריבן: זונטאג יאנואר 30, 2011 9:56 am
דורך צים פינטעל
ווינקל האט געשריבן:
איך האב געהערט פון א חשוב'ן דיין, אז די הכשר אויף די ווייפס צו ניצן שבת, איז מיוחד פאר צדוקים ובייסותים... (דעם איסור דרבנן איז גילטיג אויף די ווייפס אויך).


במחילת כבוד הרמה פון דעם חשובן דיין, דאכט זיך מיר אז ס'איז א שטיקל (מער פון א שטיקל) חוצפה אזוי צו זאגן ווען איינער פון די גדולי הוראה האט עס מתיר געווען

איך בין פרוצאפל געווען דארט אין קארלסבורג'ע ביהמ"ד בשעת דער בע"ב פון SLEEK איז געקומען מציע זיין די שאלה, קארלסבורגע בית דין האט עס נישט געוואלט מתיר זיין אבער די קארלסבורגער רב האט עס יא מתיר געווען, ער האט עס אויסגעבויט מיט זיין כח אין הוראה, ווער ס'וויל קען זיך מחולק זיין מיט די פסק, אפילו זיינע אייגענע דיינים האבן נישט מסכים געווען, דער קארלסבורגע רב האט געהערט זייערע טענות און ווייטער געהאלטן אז עס איז מותר אויף די אופן וואס ער שרייבט דארט.

געשריבן: זונטאג יאנואר 30, 2011 10:50 am
דורך צים פינטעל
בנוגע מאכן א פאזל
איך דענק נישט אויסענווייניג אבער מונח בזכרוני אז סאיז נישט קלאר קיין איסור גמור לויט אלע שיטות
נאר די פתחי תשובה ברענגט אראפ פון איינעם אז ער איז חושש לחטאת

געשריבן: זונטאג יאנואר 30, 2011 11:31 am
דורך קרעמער
אלף בית האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:אויף די פרעש-ווייפס פון "SLEEK" שטייט ארויפגעשריבן אז כדי צו נוצן אום שבת דארף מען אראפנעמען די סטיקער מיט די ווערטער ביים עפענונג. ווייסט איינער פשט אין דעם הוראה? וואס ווערט בעסער מיטן אוועקנעמען דעם לעבל דארט?

ווייל אויפן לעבל שטייט ווערטער וואס ווערט צוטיילט ביים עפענען און ס'ווערט צוריק צוזאמענגעשטעלט ביים פארמאכן. און דאס איז א שאלה פון שרייבן.

יישר כח

אבער זיי וואלטן דאן געקענט שפארן די גאנצע זאך מיטן נישט שרייבן דארט קיין ווערטער און פטור אן עסק

געשריבן: זונטאג יאנואר 30, 2011 11:32 am
דורך קרעמער
קרעמער האט געשריבן:
אלף בית האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:אויף די פרעש-ווייפס פון "SLEEK" שטייט ארויפגעשריבן אז כדי צו נוצן אום שבת דארף מען אראפנעמען די סטיקער מיט די ווערטער ביים עפענונג. ווייסט איינער פשט אין דעם הוראה? וואס ווערט בעסער מיטן אוועקנעמען דעם לעבל דארט?

ווייל אויפן לעבל שטייט ווערטער וואס ווערט צוטיילט ביים עפענען און ס'ווערט צוריק צוזאמענגעשטעלט ביים פארמאכן. און דאס איז א שאלה פון שרייבן.

יישר כח

אבער זיי וואלטן דאן געקענט שפארן די גאנצע זאך מיטן נישט שרייבן דארט קיין ווערטער און פטור אן עסק

אויך, רעד איך פון אזעלכע פעקלעך וואס האקן נישט איבער קיין ווערטער, און אויף די שטיקעלע אינדערמיט פונעם עפענונג שטייט מען זאל קוקן אויף די אנדערע זייט פונעם פעקל צו זעהן וועגן עפענען שבת

געשריבן: זונטאג יאנואר 30, 2011 11:46 am
דורך אלף בית
בכלל עפענען די ערשטע מאל שבת איז אויך א שאלה.

און צו הרב צום פינטל.
פארוואס ווען סליק לייגט דעם עדווערטייזמענט, לייגן זיי דעם בריוו פונעם קארלסבורגער נישט קלאר?

געשריבן: זונטאג יאנואר 30, 2011 12:13 pm
דורך לאז געמאכט
מיר איז אויך שווער געווען פארוואס מ'מוז עפענן די דעקל. כ'האמיך אויפגעטראכט אז די סיבה איז עס זאל נישט זיין אזוי נאס ס'זאל נישט זיין קיין פסיק רישא.

געשריבן: זונטאג יאנואר 30, 2011 12:15 pm
דורך לאז געמאכט
צים פינטעל האט געשריבן:במחילת כבוד הרמה פון דעם חשובן דיין, דאכט זיך מיר אז ס'איז א שטיקל (מער פון א שטיקל) חוצפה אזוי צו זאגן ווען איינער פון די גדולי הוראה האט עס מתיר געווען

..... ווער ס'וויל קען זיך מחולק זיין מיט די פסק....

דאס האט דער חשובער דיין געטאן, מחולק געווען מיט א שארפקייט אויף די פסק!

געשריבן: זונטאג יאנואר 30, 2011 12:16 pm
דורך יארצייטן
קען איינער ארויסהעלפן, בעיקר די גרויסע אוסרים אויף סליק וכולי, וויאזוי ברויך מען זיך רייניגן אום שבת קודש?

איז דא א וועג בלי חשש חיוב חטאת? אדער מען ברויך זיך מכין זיין מלפני השבת, און אויסווארטן אויף מוצאי?

געשריבן: זונטאג יאנואר 30, 2011 12:24 pm
דורך לאז געמאכט
מיט וואסער.

געשריבן: זונטאג יאנואר 30, 2011 12:55 pm
דורך צים פינטעל
אלף בית האט געשריבן:בכלל עפענען די ערשטע מאל שבת איז אויך א שאלה.

און צו הרב צום פינטל.
פארוואס ווען סליק לייגט דעם עדווערטייזמענט, לייגן זיי דעם בריוו פונעם קארלסבורגער נישט קלאר?

איך ווייס טאקע נישט

געשריבן: זונטאג יאנואר 30, 2011 1:04 pm
דורך אויפריכטיג
איך האב געהערט פון א דיין אז אויב שפריצט מען ארויף א ביסל וואסער אויפ'ן גוף איידער מען באניצט זיך מיט די ווייפס, דעמאלט קען מען מקיל זיין, ווייל ס'איז אזוי ווי פסיק רישא דלא ניחא לי'.

געשריבן: זונטאג יאנואר 30, 2011 1:45 pm
דורך ווינקל
יארצייטן האט געשריבן:קען איינער ארויסהעלפן, בעיקר די גרויסע אוסרים אויף סליק וכולי, וויאזוי ברויך מען זיך רייניגן אום שבת קודש?

איז דא א וועג בלי חשש חיוב חטאת? אדער מען ברויך זיך מכין זיין מלפני השבת, און אויסווארטן אויף מוצאי?

אזוי ווי מען האט דאס געטון בעפאר סליק איז ארויסגעקומען.

געשריבן: זונטאג יאנואר 30, 2011 1:48 pm
דורך ווינקל
צים פינטעל האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:
איך האב געהערט פון א חשוב'ן דיין, אז די הכשר אויף די ווייפס צו ניצן שבת, איז מיוחד פאר צדוקים ובייסותים... (דעם איסור דרבנן איז גילטיג אויף די ווייפס אויך).


במחילת כבוד הרמה פון דעם חשובן דיין, דאכט זיך מיר אז ס'איז א שטיקל (מער פון א שטיקל) חוצפה אזוי צו זאגן ווען איינער פון די גדולי הוראה האט עס מתיר געווען

איך בין פרוצאפל געווען דארט אין קארלסבורג'ע ביהמ"ד בשעת דער בע"ב פון SLEEK איז געקומען מציע זיין די שאלה, קארלסבורגע בית דין האט עס נישט געוואלט מתיר זיין אבער די קארלסבורגער רב האט עס יא מתיר געווען, ער האט עס אויסגעבויט מיט זיין כח אין הוראה, ווער ס'וויל קען זיך מחולק זיין מיט די פסק, אפילו זיינע אייגענע דיינים האבן נישט מסכים געווען, דער קארלסבורגע רב האט געהערט זייערע טענות און ווייטער געהאלטן אז עס איז מותר אויף די אופן וואס ער שרייבט דארט.

דער חשובער דיין איז ב"ה אין ליין פון גדולי הוראה...

ער האט זיך מתווכח געווען מיטן קארלסבורגער רב פה אל פה, און איז געקומען לידי מסקנא הנ"ל.

געשריבן: זונטאג יאנואר 30, 2011 2:31 pm
דורך דארפסמאן
ווינקל האט געשריבן:1) אויב וויל מען אויסלייגן זאכן שיין אינם שענקל לכבוד שבת, זע איך נישט פארוואס מען טאר נישט.

2) וועגן עפענען זעקל, כאפ איך נישט די שאלה..



1) ער זאגט דאך וועגן הכנה לחול
2) לכורה מעג מען נאר לצורך אכילה (וועגן דעם פרעגט ער "ווען עס איז נישט דא קיין עסן", דורך א קינד)

געשריבן: זונטאג יאנואר 30, 2011 2:44 pm
דורך ווינקל
נו פארוואזשע הכנה, ווען מ'קען דערפון הנאה האבן שבת? אוועקרוימען פאר מוצאי? טאר מען גארנישט! נישט נאר לייגן זילבער אין שרענקל.

געשריבן: זונטאג יאנואר 30, 2011 2:52 pm
דורך דארפסמאן
נא דאס פרעגט ער, איך האב שוין געזען אמאך אזא שאלה און א קובץ (איך געדענק שוין נישט ווי אזוי עס איז געבליבען, נאר איין זאך געדענק איך ווי די שרייבער האט אויפגעבויט א לאנג'ס און א ברייס'ס)

שאלה אין הלכות שבת

געשריבן: זונטאג יאנואר 30, 2011 2:54 pm
דורך אייער_קיכל
עס האט זיך מיר געמאכט א שאלה די פארגאנגענע שבת, כ'האב נישט געוואסט וויאזוי די דין איז

אין מיין וואכענדיגע הויזן ליגט מיין בערזל אינעם טאש, פאר שבת לייג איך דעם הויזן אינעם וועש לעדל, יעצט וואס איז דער דין ווען איך וויל צוקומען צו עפעס וואס ליגט אונטער דעם וואכענדיגע הויזן? די הויזן איז געווארן א בסיס צוליב דעם בערזל וואס זי האלט אינעם טאש? און וואס טוט זיך מיט מן הצד אויב קען איך ארויסשלעפן עפעס פון אונטער דעם אן מטלטל זיין די וואכענדיגע הויזן אליינס?

געשריבן: זונטאג יאנואר 30, 2011 2:57 pm
דורך תרנגול
בקיצור ווינקל מ'מעג יא צו נישט?

דו מיינסט צו זאגן אז ס'ווענדט זיך וואס מ'טראכט בשעת מ'לייגט עס אוועק? דהיינו אויב מ'טראכט אז ס'זאל זיין אוועקגעלייגט פאר קומענדיגע שבת טאר מען נישט, און אויב מ'טראכט אז ס'זאל פשוט ליגן אויסגעלייגט שיין אין שאנק מעג מען יא?

געשריבן: זונטאג יאנואר 30, 2011 3:09 pm
דורך אלף בית
אייער_קיכל האט געשריבן:עס האט זיך מיר געמאכט א שאלה די פארגאנגענע שבת, כ'האב נישט געוואסט וויאזוי די דין איז

אין מיין וואכענדיגע הויזן ליגט מיין בערזל אינעם טאש, פאר שבת לייג איך דעם הויזן אינעם וועש לעדל, יעצט וואס איז דער דין ווען איך וויל צוקומען צו עפעס וואס ליגט אונטער דעם וואכענדיגע הויזן? די הויזן איז געווארן א בסיס צוליב דעם בערזל וואס זי האלט אינעם טאש? און וואס טוט זיך מיט מן הצד אויב קען איך ארויסשלעפן עפעס פון אונטער דעם אן מטלטל זיין די וואכענדיגע הויזן אליינס?

דו שאלה אויב דו האסט בכוונה ארויפגעלייגט די הויזן אויפן חפץ וואס דו ווילסט ארויסנעמען.
דאס איז זיכער אז די האסט אריינגעלייגט די הויזן בכוונה אין די לעדל, יעצט דארף מען זעהן אויב די לעדל ווערט נישט קיין בסיס. אויב איז דא נאך זאכן אינעם לעדל וואס זענען אזוי ווערט ווי די בערזעל (כ'האף אז נישט) ווערט די לעדל א בסיס לאיסור ולהיתר און דו מעגסט עפענען די לעדל לצורך דבר ההיתר.
יעצט לגבי דעם עצם חפץ וואס דו ווילסט יעצט ארויסנעמען, אויב האסטו ארויפגעלייגט די הויזן בכוונה ווערט עס א בסיס, אויב האסטו ארויפגלייגט די הויזן און האסט נישט געוואוסט אז די חפץ ליגט דארט ווערט עס נישט קיין בסיס, און דו מעגס עס ארויסנשלעפן אבער נישט דירעקט אוועקרוקן.