אפשר קומט דערפאר אן עקסטער אשכול און אפשר איז שוין דא. אבער איך האב דא באגעגנט דעם תגובה פון שוועמעל און די וואונדער פון האריזאנטעל האב איז אפגעשריבן דעם מאמר און דא אריינגעשטעלט.
Horizontal האט געשריבן:שוועמל האט געשריבן:באמת האב איך שוין לאנג געוואלט עפענען אן אשכול איבער "ראסיזם והתורה" אויסצושמועסן די מלחמות וואס די אידן האבן געפירט עפ"י ציווי השם וואס האבן דירעקט געהייסן פארניכטן גאנצעטע פעלקער און פייניגן זייער שטאם. למשל די מצוה פון צרור את המדינים, די מצוה פון לא תחיה כל נשמה וכו', מלחמת שבעה עממין, מלחמת ל"א מלכים וכו', וויאזוי וואלט די וועלט היינט אנגעקוקט אזא רעליגיע? להבדיל אא"ה שרייט מען דען נישט אויף די קוראן פארן הייסן הרג'נען אנדערע פעלקער?
נאכן זען דעם אשכול טראכט איך ס'האט אפשר א שייכות די צוויי במהלך התגובות וועלן זיך מעגליך זאכן אויסקלארן.
אודאי איז די תורה הקדושה גערעכט בתכלית השלימות, תורת השם תמימה, מען ברויך אבער פארשטיין די גרונטפרינציפן אונטער די מצוות, און וואס איז דער לימוד דערפון.
מיר אייביג שווער געווען
טראכט אריין גוט!!
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הבריאים והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
ליין עס איבער נאכאמאל און טראכט יעדע ווארט.. יעצט, דער אני מאמין זאגט זיך זייער גרינג אבער ווען מען הייבט אן טראכטן טיפער, איר פאקטישע באדייט, טוט עס פשוט ציווארפן זייער אסאך קשיות און תמיהות. און איינס פון דעם איז די - אויבן אויף - אומפארשטענדליכע זאך וואס די הייליגע תורה פארציילט אז מען האט געדארפט אויס׳הרג׳נען גאנצעטע פעלקער אנשים נשים וטף, יא אויך קליינע בעיביס.
לאמיר עס צונעמען און האפענטליך וועט איר פארשטיין.
ווען עס איז געשעהן די גרויסע צונאמי און עס זענען געשטארבן אין אפאר מינוט, אפאר הינדערט טויזענט מענטשן, אנשים נשים וטף. האט איינער געטראכט אז עס איז אכזריות? מען האט איינעם געבלעמט? מען האט זיך געוואונדערט אויפן רבש״ע וויאזוי ער קען טוהן אזא זאך?
די ענטפער איז ניין. ווייל מען גלייבט אז אלעס האט א חשבון פון אויבן און אזוי האט דער אייבערשטער געוואלט, ער האט באשאפן די וועלט און פירט איר וויאזוי ער פארשטייט אז עס איז ריכטיג און גוט, און מיר קענען נישט אלעס משיג זיין פארוואס זאכן דארפן און טוהן געשעהן.
לאמיר גיין אפילו אביסל טיפער, און ביטע לויף נישט אוועק.. איך ווייס אז עס וועט זיך הערן פאני, אבער שטעל דיך טאקע אפ און טראכט אריין.
מיט וואספארא רעכט מעגן מיר נעמען א בהמה און איר שחט׳ן און אויפעסן איר פלייש? זי איז דאך א מאמע פון קינדער?.. ווייל אונז זענען שטערקער פון איר? און זי קען נישט רעדן און האט נעבעך נישט קיין שכל? סא זי איז אומבאהאלפן?
סא טאמער - לאז מיר זאגן - עס וועט זיין א מענטש וואס קען נישט רעדן און האט נישט קיין שכל וואלט מען זיך אויך געמעגט דערקוויקן מיט זיין פלייש??.. (איך רעד נישט יעצט בנוגע כשרות, איך רעד בנוגע רחמנות געפילן) וואס איז דאס אז מענטשן באלעקן זיך מיט בהמה פלייש? איז דאס פאקט אז מען קען נישט רעדן און מען האט נישט קיין שכל גורם אז מען זאל זיין חייב מיתה? אפשר וועגן זיי גייען אויף די פיר פיס זענען זיי מחיוב מיתה? ממש אזוי?
איר קענט זיך פארשטעלן וויפיל האלאקאוסט ביכער די בהמות קענען שוין ארויסגעבן...? האט איר שוין אמאל אין דעם אריינגעקלערט?
נאר וואס דען? די תירוץ איז איין ווארט ״
סטאנדארט״ אדער איר קענט עס אנרופן ״
נארמאל״
דאס הייסט אזוי: דער הייליגער באשעפער האט טאקע געדארפט געבן רשות פאר נח אז ער מעג עסן די בהמות, ווען נישט וואלט ער נישט געהאט קיין רעכט דאס צו טוהן און קען גאר זיין אז עס וואלט נאך היינט ווען געווען געהעריג רציחה! נאר אזוי ווי דער אייבערשטער - וואס האט באשאפן סיי נח און סיי דעם בהמה און ער קען זיי הרג׳נן אויף סיי ועלעכע אויפן ער וויל, ווען ער וויל. בקיצור ער איז פולשטענדיג בעל הבית דא - האט אים דאס מתיר געווען, איז דאס געווארן
דעם
״סטאנדארט״ ״נארמאל״ סא עס שוידערט קיינעם נישט אויף די געפילן אויף די מאסן רציחה וואס קומט פאר טאג טעגליך אויף טויזענטער משפחות... און מען עסט זיי גאר אויף...
דער בורא ומנהיג לכל הבריאים וואלט פונקט אזוי געקענט מאכן אז די בהמות האבן א רעכט איבער די מענטשן און די מעשה וואלט געווען פארקערט. אדער וואלט ער געקענט דעזיגנירן א געוויסע סארט מענטש אדער עידש וואס א מענטש מעג עסן אן אנדערע מענטש און דאס וואלט געווען ״
נארמאל״ און קיינער וואלט דאס נישט אנגעקוקט אלץ אן אכזריות.
דאס אביסל ממחיש צו זיין קען מען זעהן ווי די חיות און פיש עסען זיך אויף איינער דעם צווייטן לעבעדיגערהייט און דער מענטש זאגט נישט אז דער פיש אדער לייב איז אן אכזר, ווייל יעדער פארשטייט אז אזוי פירט זיך די גאנצע בריאה, דאס איז ״
נארמאל״ דאס איז זייער עסן.
די זעלבע וואלט געווען מיט מענטשן ווען דער בורא כל עולמים וואלט ווען אזוי אויסגעשטעלט די וועלט. יעצט מיין איך קען איך שוין צו גיין צו דעם הסבר פון די הריגת שבעת עממים, עס איז זייער פשוט. די אידן דעמאלטס האבן באמת געגלייבט אינעם אייבערשטן אז ער איז דער וואס האט אלעס באשאפן און ער איז דער וואס שטעלט אראפ דעם
״סטאנדארט״ דעם ״נארמאל״ און אויב ער געזאגט הרג׳נען אנשים נשים וטף פון די פעלקער, דאן זענען זיי גארנישט אנדערש ווי א גרופע מוריטשקעס וואס קיינער אויף די וועלט האט נישט קיין פראבלעם זיי צו געבן אזא שפריץ אן מיט א סם און פארניכטן דאס גאנצע פאלק זייערע אין איין סעקונדע... אנשים נשים וטף... און ווי אויך זענען די ״אידן״ וואס הרג׳נען זיי, גארנישט אנדערש ווי דעם ״צונאמי״! וואס דער רבש״ע האט פונקט אזוי געשיקט! בקיצור
אלעס אלעס באלאנגט צום באשעפער און ער באשטימט וואס איז רחמנות און וואס נישט! אונז זענען באמת גארנישט ווערט מער ווי דער מוריטשקע קעגן דעם גרויסן באשעפער, א מוריטשקע וואס קען גראדע רעדן... אבער דאס איז עס. קענסט זיך פארשטעלן די שמועס צווישען די מוריטשקעס ווען די הייבסט אן שפריצן אויף זיי דעם ספרעי... דאס זענען מיר ווען דער רבש״ע דיסייד צו שפריצן אויף אונז א צונאמי אדער א קראנא וויירוס אדער נאצי דייטשלאנד ימח שמם וזכרם. איי וועסטו פרעגן פארוואס איך זאג אויף די נאציס ימח שמם? מען האט דאך יעצט געשמועסט אז אלעס טוט דער אייבירשטער אליין? וואס זענען זיי אנדערש ווי די אידן מיט די זיבן פעלקער? דא קומט אריין די פשוט׳ע אמונה אין תורת משה אז דער אייבערשטער האט דאס געזאגט פאר א מצוה אז אזוי דארף מען טוהן!! משא״כ די נאציס! יא!
די חילוק צווישן רציחה און א מצוה, איז אמונת ה׳ און אמונה אין די הייליגע תורה. אויב נישט קען מען דאך אויך אנקוקן אברהם אבינו ווי א ״איך וויל נישט זאגן וואס״ ער גייט שחט׳ן זיין זוהן? וואס איז דאס? נאר דא קומט אריין ד פשוטע אמונה און דאס ווערט אטאמאטיש פון די גרעסטע עובדות וואס מען פארציילט אויף אונזערע זיידעס און מען הערט דאס נישט אויף צו דערמאנען לזכות!! איי ער האט דאך געוואלט טוהן א מעשה רציחה. הרג׳נען זיין זוהן!! ניין ניין און נאכאמאל ניין דאס איז קיין רציחה נישט!! דאס איז געווען א מעשה פון די העכסטע מדריגה אין מסירת נפש! פארוואס? ווייל אונז גלייב מיר אז דער רבש״ע, - וואס איז בעל הבית אויף זיי ביידע - האט אים אזוי באפוילן. און אין די רגע וואס דער אייבירשטער זאגט אים נישט צו טוהן און ער טוט ווען יא, איז עס טאקע א מעשה רציחה!!
דאס מיינט גאנץ פשוט, אז דער רבוש״ע און טאקע נאר דער רבוש״ע איז מחליט און שטעלט אראפ דעם ״
סטאנדארט״ וואס איז ״
נארמאל״ און מען דארף נישט רחמנות האבן נאר זיך טאקע דערקוויקן דערמיט, און וואס עס הייסט
״רציחה״ ״אכזריות״ וואס דארף אויפשוידרען די געפילן. מיר קענען דאס נישט אליין אפמאכן.
מיר לעבן פשוט היינט אין אונזער וועלט׳ל אין אונזערע אוועקגעשטעלטע כללים און סטאנדארטן פון לאנגע לאנגע יארן איינגעגעסן. און עס איז זייער שווער צוריק צוטראכטן און זיך אריינלייגן אין יענע מצב ווען מען האט געהערט פון אייבירשטן אליין זיינע באפעלן דורך זיינע נביאים. מיר קוקן אן זאכן מיט אונזער 2020 ברילן און ווילן פארשטיין יענע געשעהנישן לויט דעם. ניין עס גייט נישט אזוי. מען דארף אלעס אנקוקן מיט א טיפן בליק מיט די אמונה גלעזער...
נאך אסאך זאכן אין די הייליגע תורה ווערן מיט דעם זייער קלאר און פארשטענדליך.
איך האף אז איך בין גענוג קלאר, און איך רעד מיך איין אז דאס איז א דבר פשוט.