א שבת'דיגע - וואכעדיגע שאלה

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד
פארבינד זיך:

א שבת'דיגע - וואכעדיגע שאלה

תגובהדורך Jewboy » זונטאג אוגוסט 22, 2010 5:26 pm

יעדע וואך ווען איך קום אהיים פון מעריב באגעגען איך א איד וואס וואוינט ממש נעבן מיר.

יעצט אזוי.

ווען איך קום אהיים פון מעריב מוצ"ש, גייט ער צו מעריב, און מיר גריסן זיך.
פאריגע וואך האב איך עם געפרעגט וואס איז די גריס וואס מיר דארפן זיך געבן, "א גוטע וואך" אדער "א גוט שבת"
ביי מיר איז שוין מוצ"ש, און ביינעם איז נאך שבת.

די וואך האט ער אויסגשריגן הויך מיט א שמייכל א גוט שבת, און כ'האב גענטפערט א גוטע וואך.

וואס האלט דער עולם, וואס דארף איך עם ענטפערן?

(ס'איז בערך אזוי ווי אין לאנדאן פאר די אידן וואס הייבן אן פרי דעם שבת אין זומער)
א גוטן.
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אוגוסט 22, 2010 5:27 pm

אין וויליאמסבורג וואלט אזא שאלה נישט פארגעקומען...

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3355
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » זונטאג אוגוסט 22, 2010 5:39 pm

דיין שכן איז זיך זיכער טועה! ווייל פון זמן מנחה גריסט מען שוין נישט "גוט שבת".
קרעמער האט געשריבן:אין וויליאמסבורג וואלט אזא שאלה נישט פארגעקומען...

האהאהא אין וויליאמסבורג גריסט מען נישט!..... גוט

אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

תגובהדורך זושאלע » זונטאג אוגוסט 22, 2010 5:56 pm

לויט געוויסע קען זיין א פראבלעם פאר איינעם וואס איז נאך ביי איהם שבת, צו באגריסן א צווייטן מיט א גוטע וואך.
ווייל זיי ווילן דאס צוגלייכן צו רבי עקיבא איגר, וואס זאגט אז מיטן זאגן 'גוט שבת', איז מען יוצא קידוש מן התורה. אזוי אויך איז מען יוצא הבדלה דורך זאגן 'גוטע וואך'.
אבער הג"ר ישראל דוד הארפענס שליט"א שרייבט אז מען איז זיכער נישט אזוי יוצא הבדלה.
היוצא לנו, אז לויט ר' ישראל דוד איז עס זיכער נישט קיין פראבלעם.
נו, מען קען מקיל זיין...
שכל קומט מיט די יארן...


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: AhrefsBot און 2 געסט