האט יעקב געלערנט תורה פון שם? - וואו האט שם געוואוינט?

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
zibala
שר האלף
תגובות: 1192
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2010 5:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zibala »

זיס האט געשריבן:א שטיקל סתירה די וואך סדרה:

ויגדלו הנערים, ועשיו איש ציד איש שדה, ויעקב איש תם יושב אהלים: רש"י איז מפרש אז תיכף ווען זיי זענען געווארן בר מצוה, איז עשיו אנטלאפן אין פעלד און יעקב צו ישיבת שם ועבר. פון דא קומט אויס אז ישיבת שם ועבר איז געווען אויפן פלאץ וואו יצחק האט געוואוינט. איך בין אבער נישט קלאר וואו יצחק האט געוואוינט, לכאורה לאזט זיך זאגן אז ער האט געוואוינט אין חברון, ווייל ער האט זיך אריינגעצויגן צו זיין מאמע'ס געצעלט און זיין מאמע האט געואווינט אין חברון. ווידער קען זיין אז ער האט געוואוינט אין באר שבע, דארט וואו אברהם האט זיך באזעצט נאכן עקידה און דער רבינו בחיי ברענגט אז יצחק האט דארט געוויילט אליין דריי יארן נאכן עקידה, ביז זיין חתונה, און עס קען זיין אז ער האט דארט ווייטער געוואוינט מיט רבקה, און דאס וועט שטימען מיט דער מהרש"א אז ישיבת שם ועבר איז געווען אין באר שבע.

אזוי צי אזוי, איז ישיבת שם ועבר געווען אין דער זעלבער פלאץ וואו יצחק האט געוואוינט, און דארט האט יעקב געלערנט תורה ביי די דרייצן יאר.

קומענדיגע וואך סדרה געפינען מיר, אז יעקב איז אנטלאפן פון עשיו און געגאנגען קיין חרן, רש"י ברענגט אז ער איז נישט תיכף געגאנגען קיין חרן, נאר קודם זיך אויסבאהאלטן אין ישיבת שם ועבר וואו ער איז נישט געשלאפן. אלזא דערפון איז משמע אז ישיבת שם ועבר איז נישט געווען אין די זעלבע שטאט פון יצחק, ווייל יעקב איז דאך פון דארט אנטלאפן. אויסער אויב מען וועט זאגן אז יעקב האט זיך אויסבאהאלטן אין די זעלבע שטאט פון עשיו.

אלזא זענען די זאכן נישט קלאר.

נא עמיצער פון די היינטיקע קענען דאס מיישב זיין?
שבעה מי יודע!?
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

יצחק האט געוואונט אין חברון אזוי שטייט ארויס אין די תורה.
נאך אזאך ביי די ברכות האט שוין שם נישט געלעבט,

אבער עס איז נישט קיין סתירה, פארוואס קען נישט זיין אז עבר האט געומופט אינמיטן?
נאך דערצו ווען עס איז נישט געווען קיין בית המדרות וואו היינטיגע צייטן.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1473
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינפאכער איד »

גמרא מס' מגילה דף יז. [מקור לדברי רש"י סוף פ' תולדות ד"ה אחות נביות]:
למה נמנו שנותיו של ישמעאל כדי ליחס בהן שנותיו של יעקב וכו' דכתיב וירא עשו כי ברך וגו' וילך עשו אל ישמעאל ויקח את מחלת בת ישמעאל אחות נביות ממשמע שנאמר בת ישמעאל איני יודע שהיא אחות נביות וכו' דתניא היה יעקב בבית עבר מוטמן ארבע עשרה שנה

ובמהרש"א שם כתב וז"ל:
הוה יעקב מוטמן בבית עבר י"ד שנים כו' ויש לדקדק דא"כ מבית עבר אחר שהיה שם י"ד שנים הלך לארם נהרים וקרא כתיב ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה ואמרינן במסכת חולין בפ' גיד הנשה כי מטא לחרן כו' וחזר למקום שהתפללו אבותיו וכו' וסולם היה עומד בבאר שבע כו' מכל זה מוכח דמבאר שבע הלך לחרן ולא מבאר שבע לבית עבר ואחר י"ד שנים הלך לחרן, ויש ליישב דבית עבר נמי בבאר שבע ולא הלך כלל מבאר שבע לבית עבר אלא שהיה מוטמן בבאר שבע בבית עבר מפני יראת אחיו עד אחר י"ד שנים הלך משם לחרן ותו לא מידי. ויש רמז במלות באר שבע שיש בו אותיות עבר וארבע עשרה ועוד נראה דאביו יצחק נמי היה לו בית המדרש כדאמרינן ביומא יצחק זקן ויושב בישיבה היה כו' וכל שלשה מדרשות של שם ושל עבר ושל יצחק בבאר שבע היו ורמז מבאר שבע אותיות ש"ם עב"ר א"ב.
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”