מילך קעסטל, מעג מען זיך באנוצן דערמיט?

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

מילך קעסטל, מעג מען זיך באנוצן דערמיט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אלע קעלערן, ווערהאוזעס, געשעפטן און אפילו שולן זענען פול מיט די גרינע מילך קעסטלעך האלטנדיג אלערליי חפצים וואס מען פלאנט שוין נישט צו נוצן ביז נאך די הונדערט און צוואנציג.

אז איר וועט קוקן אויפן מילך קעסטל (לאמיר רעדן פון די היימישע פירמע גאלדען פלאו) שטייט דארט קלאר "אומאויטאריזירטע באנוצונג איז אויסגעשטעלט צו קנסים לויטן געזעץ".

מיר וואונדערט וואס איז די היתר מיט וואס אזויפול אידן באנוצן זיך מיט די קעסטלעך וואס איז אויסדרוקליך נכסי גאלדען פלאו, און דעזיגנירט צו ליפערן מילך??
דאס איז חוץ דעם וואס זיי זענען געצווינגן צו באשטעלן נאך קעסטלעך און דאדורך הייבן די פרייזן פון די מילך.


פאר עטליכע יאר איז געווען עפעס א מעשה א פאליציי מאן האט געגעבן א טיקעט פאר א היימלאזער פארן חטא פון זיצן אויף א מילך קעסטל, די מידיא האט דאן געקאכט צי די שופט וועט טאקע באשטראפן דעם פאלעצער.
ואנן מה נענה אבתריה...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט גוט וועט זיין גוט »

כהאב הנאה צו זעהן ווי די האסט הנאה פון דיין זונטאג וועקעישן....
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

שוועמעל,
יעצט אויפגעהאנגען דער טעלעפאן רעדענדיג צו מיין זוהן.
ער האט א סופרמארקעט און פלעטבוש און איך האב אוהם געפרעגט דיין שאלה.

ער זאגט מיר אזוי.
ער האט א געמישטע קאסטעמערס בעיס און ער פארקויפט גולדן פלוי מילך און אויכעט חלב סתם מילך פון א קאמפעני וואס הייסט Tuscan Dairy

די פירמע טאסקען דעירי, ווען זיי ליפערען אוהם מילך, לייגען זיי צו צום ביל א דאלער פאר א יעדע קעסטעל און ווען זיי ליפערען די נעקסטע דעליווערי און ער גובט צוריק די ליידיגע קעסטלעך קריגט ער א דאלער קרעדיט פאר א יעדע קעסטעל.

גולדען פלוי טשארדשט נישט קיין דעפאזיט פארען קעסטעל.
ווען ער קריגט א דעליווערי נעמען זיי צוריק די ליידעג וואס ער האט. אויב ער האט נישט קיין ליידיגע איז אויך גיט.
גולדן פלוי נעמט אהן אז א גוויסע פערצענט קעסטלעך וועלען זיי נישט צוריק קריגען האבען זיי שוין האט שוין אריין גערעכענט און זייער cost of doing business דאס וואס די קעסטעלעך קאסטען זיי און דאס ווערט passed on to the consumer.
לפי זה איז עס נישט קיין גלאטע גניבה אויב מענעמט די קעסטלעך פאר אנדערע צוועקען. ווייל עס איז אזוי וויא זיי האבען זיך שוין מייאש געווען.

ער זאגט מיר אן אינטערעסאנטע זאך.
די טאסקען פורמע זאגען אוהם אז זיי גובען אוהם צוריק א דאלער פאר ליידיגע מילך קעסטעלעך אפילו עס זענען נישט זייערע.
לפי זה וואלט ער גאר געקענט נאך מאכען געלט דורך קריגען דעלעווערי פון גולדן פלוי און געבען די ליידיגע קעסטלעך פאר טאסקען.
ער זאגט מיר אז ער וויל עס נישט טוהן ווייל גולדן פלוי איז א אידישע פירמע. ווען נישט וואלט ער געפרעגט א שאלה אויב ער מעג עס טוהן.

טראכט גוט וועט זיין גוט האט געשריבן:כהאב הנאה צו זעהן ווי די האסט הנאה פון דיין זונטאג וועקעישן....

?????
the SCY is the limit
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

scy4851 האט געשריבן:ער האט א געמישטע קאסטעמערס בעיס און ער פארקויפט גולדן פלוי מילך און אויכעט חלב סתם מילך פון א קאמפעני וואס הייסט Tuscan Dairy

סאיז סתם חלב עכו"ם... :wink: (רבי שמחה, נעמט דאס נישט פערזענליך חלילה)

---
צום ענין.
scy4851 האט געשריבן:גולדען פלוי טשארדשט נישט קיין דעפאזיט פארען קעסטעל.
ווען ער קריגט א דעליווערי נעמען זיי צוריק די ליידעג וואס ער האט. אויב ער האט נישט קיין ליידיגע איז אויך גיט.

הייסט דאס אז גאלדן פלאו איז דאס מפקיר, און זיי זענען קונה מן ההפקר ווען זיי פיקן אויף פרישע.
scy4851 האט געשריבן:גולדן פלוי נעמט אהן אז א גוויסע פערצענט קעסטלעך וועלען זיי נישט צוריק קריגען האבען זיי שוין האט שוין אריין גערעכענט און זייער cost of doing business דאס וואס די קעסטעלעך קאסטען זיי און דאס ווערט passed on to the consumer.

קומט אויס אז ניין, נאר לויט וויפיל קעסטלעך די קינדער האבן גענומען פאר ת"ב בענקלעך דאס יאר (למשל), כך וכך שאדן האבן זיי געהאט און דאן וועל איך דאס דארפן באצאלן...

איז עס לכאורה נישט אויסגעהאלטן. ויש לעיין בזה עוד.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ווינקל האט געשריבן:
scy4851 האט געשריבן:ער האט א געמישטע קאסטעמערס בעיס און ער פארקויפט גולדן פלוי מילך און אויכעט חלב סתם מילך פון א קאמפעני וואס הייסט Tuscan Dairy

סאיז סתם חלב עכו"ם... :wink: (רבי שמחה, נעמט דאס נישט פערזענליך חלילה)

דאס איז דאך שוין אן אלטע אויסגעדראשענע סוגיא אויב דא און אמעריקא איז פארהאן חלב עכו"ם אדער אלעס איז חלב סתם. :wink:
---
ווינקל האט געשריבן:הייסט דאס אז גאלדן פלאו איז דאס מפקיר, און זיי זענען קונה מן ההפקר ווען זיי פיקן אויף פרישע.

נאט רילי.
זיי קומען צוריק נעקסטען טאג דעליווערען פרישע מילך.
זיי פיקען אויף די ליידיגע קעסטלעך.
מעדארף עס אפשר אהנקוקען נישט אז זיי זענען מפקיר און נעמען צוריק די ליידיגע מן ההפקר, נאר פארקעקט.
דאס וואס בלייבט איבער און זיי נעמען נישט צוריק, נאר דאס זענען זיי מפקיר. און די צוריק גענומענע זענען קיינמאל נישט געווען הפקר.

scy4851 האט געשריבן:גולדן פלוי נעמט אהן אז א גוויסע פערצענט קעסטלעך וועלען זיי נישט צוריק קריגען האבען זיי שוין האט שוין אריין גערעכענט און זייער cost of doing business דאס וואס די קעסטעלעך קאסטען זיי און דאס ווערט passed on to the consumer.

ווינקל האט געשריבן:קומט אויס ...., נאר לויט וויפיל קעסטלעך די קינדער האבן גענומען פאר ת"ב בענקלעך דאס יאר (למשל), כך וכך שאדן האבן זיי געהאט און דאן וועל איך דאס דארפן באצאלן...
איז עס לכאורה נישט אויסגעהאלטן. ויש לעיין בזה עוד.

איך האב פארשטאנען פון מיין זוהן'ס ווערטער אז פון זייער עקספיריענס ווייסען זיי שוין פון יאהרען וויפיל פערצענט קעסטעלעך וועט גיין פאר ת"ב בענקלעך(למשל)
און דאס ווערט שוין אריינגערעכענט און זייער עקספענס פון טוהן ביזנעס

ווינקל האט געשריבן:ויש לעיין בזה עוד.

ווען איך האב געפרעגט מיין זוהן די שאלה האט ער אהנגעפאנגען זיין ענטפער בזה הלשון
יא און ניין
דערנאך האט ער מיר ערקלערט פארוואס ער זאגט דאס.
the SCY is the limit
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

א גרויסן דאנק ר' שמחה פארן זיך מטריח זיין בעבורי.

אינטערעסאנט צו הערן די פאקטישע מציאות הדברים וואס קען צומאל טוישן די הלכה.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

scy4851 האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:הייסט דאס אז גאלדן פלאו איז דאס מפקיר, און זיי זענען קונה מן ההפקר ווען זיי פיקן אויף פרישע.

נאט רילי.
זיי קומען צוריק נעקסטען טאג דעליווערען פרישע מילך.
זיי פיקען אויף די ליידיגע קעסטלעך.
מעדארף עס אפשר אהנקוקען נישט אז זיי זענען מפקיר און נעמען צוריק די ליידיגע מן ההפקר, נאר פארקעקט.
דאס וואס בלייבט איבער און זיי נעמען נישט צוריק, נאר דאס זענען זיי מפקיר. און די צוריק גענומענע זענען קיינמאל נישט געווען הפקר.

scy4851 האט געשריבן:גולדן פלוי נעמט אהן אז א גוויסע פערצענט קעסטלעך וועלען זיי נישט צוריק קריגען האבען זיי שוין האט שוין אריין גערעכענט און זייער cost of doing business דאס וואס די קעסטעלעך קאסטען זיי און דאס ווערט passed on to the consumer.

ווינקל האט געשריבן:קומט אויס ...., נאר לויט וויפיל קעסטלעך די קינדער האבן גענומען פאר ת"ב בענקלעך דאס יאר (למשל), כך וכך שאדן האבן זיי געהאט און דאן וועל איך דאס דארפן באצאלן...
איז עס לכאורה נישט אויסגעהאלטן. ויש לעיין בזה עוד.

איך האב פארשטאנען פון מיין זוהן'ס ווערטער אז פון זייער עקספיריענס ווייסען זיי שוין פון יאהרען וויפיל פערצענט קעסטעלעך וועט גיין פאר ת"ב בענקלעך(למשל)
און דאס ווערט שוין אריינגערעכענט און זייער עקספענס פון טוהן ביזנעס



לפי זה, איז עס דאך ריכטיג יאוש שלא מדעת.
ווייל איה"נ ער רעכנט פון פאראויס אז א חלק וועט פארפאלן גיין דורך אינשי דלא מעלי, אדער קטנים, אבער ער ווייסט נישט גענוי וויפיל, קומט אויס אז בשעת מען נעמט דאס, איז נאך נישט דא קיין יאוש אויף דעם סכום.
.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

לויט ווי איך געדענק האט גאלדען פלאו אמאל אריין געלייגט א עד און די צייטונגען אז עס איז נישט הפקר און ווער עס נעמט עס פאר פריוואטע באנץ זאל עס ביטע ציריק ברענגן, און אויך האבען זיי געשריבען א טעלעפאון נאמבער ווי מען קען קאלען אויב מען ווי בייצאלען פאר געשעדיגטע קעסטלעך (למשל אויב מען האט צישניטן די קעסטל)

און ווער עס געדענקט אז און סאטמערע קעמפס פלעגן זיי טיילען דרינקס סוף זימער פאר יעדע 3 קעסטלעך וואס מען האט ציריק געברענגט
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
באזעסענער
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 24, 2009 10:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באזעסענער »

פונקט לעצטענס האט מיר דער שמש געזאגט אז גאלדן פלאו בעט 2 אדער 3 דאלאר פאר יעדן קעסטל וואס ער שיקט נישט צוריק!
איך באמערק אז אנדערע קאמפאניס ווי דבש א.ד.ג. נוצען שוין פאפירענע באקסעס אויך פאר מילך דעליוועריס, וואס איז דען א חילוק צו זשוס צו מילך, די פאפירענע באקסעס זענען גענוג פעסט דאס צו האלטן.
דרך אגב זאגט איינער אז בקרוב קומט ארויס האניג פון די חלב קאמפאני, אזוי ווי חלב איז לעצטענס געווארן דבש.
טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט גוט וועט זיין גוט »

דארפסמאן האט געשריבן:לויט ווי איך געדענק האט גאלדען פלאו אמאל אריין געלייגט א עד און די צייטונגען אז עס איז נישט הפקר און ווער עס נעמט עס פאר פריוואטע באנץ זאל עס ביטע ציריק ברענגן, און אויך האבען זיי געשריבען א טעלעפאון נאמבער ווי מען קען קאלען אויב מען ווי בייצאלען פאר געשעדיגטע קעסטלעך (למשל אויב מען האט צישניטן די קעסטל)

און ווער עס געדענקט אז און סאטמערע קעמפס פלעגן זיי טיילען דרינקס סוף זימער פאר יעדע 3 קעסטלעך וואס מען האט ציריק געברענגט


האסט מיך געברענגט שפייעכטס און מויל דערמאנענדיג זיך די געשמאק אלס יונגל פון די ארענדזשע jj דרינק....
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

דארפסמאן: האסט מיר אויפגעברענט קאשמארישע זכרונות ווען מ'האט מיר צוגענומען אלע מיינע קעסטליך וואס זענען געווען באהאלטן אונטער מיין באנק....

---

היינט איז שוין דא אין אסאך שוהלן די פלאסטישע זעקליך מילך וואס ווערט דעליווערט אין א פשוטער ברוינע שאכטל.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3809
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

כ'דערמאן זיך ווי דער מנהל וואס האט ווארשיינליך געהאט שלו' בית וכו' האט מיר אנגעפראסקעט ברבים, ווייל יענקי האט געזעהן ווי כדריי מיך לעבן איציס באהאלטעניש קאמער (איי ווער האט געזאגט אז כהאב בכלל געוויסט אז דאס איז א באהעלטעניש ארט?) און א טאג דערויף האט טאקע געפעלט דריי קעסטלעך פון איציס אוצר, אבער נאך מער טוט מיר וויי ווען כדערמאן זיך ווי דער שלעגער (מנהל) האט מיר איבערגעבעטן א טאג דערויף, ווען דער ריכטיגער גנב איז אפיר געקומען, און ער האט מיר פארגיטיגט מיט א... 'jj דרינק'... אבער כ'האב אים נישט געוואלט פרעגן פארוואס ער בעט מיר נישט איבער אין פראנט פון אלע וואס האבן געזעהן ווי ער שלאגט מיר.

נ.ב. די סיבה אז כהאב אים נישט געוואלט פרעגן איז פשוט מאוד ווייל כהאב נישט געוואלט כאפן נאך און ווי אויך האבעך נישט געוואלט פארלירן מיין דרינק
געשטימט פאר ראשעק הול
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

שמעלקא טויב האט געשריבן:
היינט איז שוין דא אין אסאך שוהלן די פלאסטישע זעקליך מילך וואס ווערט דעליווערט אין א פשוטער ברוינע שאכטל.

די פלאסטישע זעקלעך אין די ברוינע באקסעס קומען אויך אין קעסטלעך.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איך מיין אז עס קומט אין אזא הארטע באקס אנשטאט א קעסטל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3092
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

באזעסענער האט געשריבן:פונקט לעצטענס האט מיר דער שמש געזאגט אז גאלדן פלאו בעט 2 אדער 3 דאלאר פאר יעדן קעסטל וואס ער שיקט נישט צוריק!
איך באמערק אז אנדערע קאמפאניס ווי דבש א.ד.ג. נוצען שוין פאפירענע באקסעס אויך פאר מילך דעליוועריס, וואס איז דען א חילוק צו זשוס צו מילך, די פאפירענע באקסעס זענען גענוג פעסט דאס צו האלטן.
דרך אגב זאגט איינער אז בקרוב קומט ארויס האניג פון די חלב קאמפאני, אזוי ווי חלב איז לעצטענס געווארן דבש.


איך האב געהערט אז אין אפסטעיט טשארזדט גאלדען פלוי דריי דאלער פאר יעדן קעסטל, און דאס איז אויפן ביל אויך, און ווען זיי נעמען צוריק גיבט מען קרעדיט.

מיט דעם פארשטייעך פארוואס די קעמפס לייגן א דגוש די קינדער זאלן עס צוריקברענגען.


BTW דאס אז זיי ווייסען אז מען וועט עס גנב'ענען, גיבט נאך נישט קיין היתר צו נעמען!
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

כ'האב געזען א סוכה געבויט מיט די רויטע קוקע קאלע שאכטלעך, הייסט דאס לשיטתך א סוכה גזולה? אדער כ'דארף בלויז צאלען דמי עצים?
לעצט פארראכטן דורך ישלהוסיף אום דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 3:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מלאכי
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 11, 2011 11:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלאכי »

איך דערמאן זיך יארן צוריק ווען איך האב געלערנט אין כולל, האב איך געוואלט נוצן דעם גאלדן פלוי קעסטל ווי א שטענדער, אין איך האב געהערט פין מיינע חבירים אז אפשר טאר מען נישט. האב איך (אדער מיין חבר) אנגערופן גאלדן פלוי, אין געפרעגט צו איך מעג עס נוצן, האבן זיי געענטפערט בלא מיט א א', האט מען געפרעגט צו מען מעג עס אפקויפן דורך געבן די געלט וואס קאסט פארן דעליווערי בוי (אונז וואלט געלוינט צו האבן א שטענדער פאר אזא ביליגע פרייז) האבן זיי געענטפערט ניין! מיר זענען נישט אין די ביזנעס פון פארקויפן מילך קעסטלעך!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ישלהוסיף האט געשריבן:כ'האב געזען א סוכה געבויט מיט די רויטע קוקע קאלע שאכטלעך, הייסט דאס לשיטתך א סוגה גזולה? אדער כ'דארף בלויז צאלען דמי עצים?

דוכט זיך ס'יז א חילוק אין די דפנות און סכך.
ביי סכך זאגט מען זיכער תקנת מריש.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

Attention all #GoldenFlow customers!!

Due to תשעה באב, we will be delivering the milk to your retail store for the next 2 weeks in shopping bags, until we collect all of our milk crates from all Shuls.

Have a easy fast.
IMG_20160811_002903.jpg
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

וויפיל פון די קעסטלעך אויפן בילד באלאנגען פאר גאלדענפלאו...?
over night kugel
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 3:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך over night kugel »

פארוואס טאקע דעליווערט מען מילך אין אזאלכע קעסטלעך? וועסטו מיר ענטפערן אז מילך איז שווער וועל איך דיר זאגן אז גרעפ דזוס באטלעך איז אויך שווער און דאך ברענגט מען עס מיט באקסעס
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

ווייל מילך איז שווער אין עס ליגט אין פרידשעדער סיי אין ווערהאוז סיי די טראק אין פעפערנע באקסעס איז די נאסקייט פין די פרידשעדער צוזאמען מיט די שווערקייט וואלט די באקס זיך צוריסן
חוץ דעם איז עס מער פראקטיש ווייל עס זעצט זיך אריין אין אין די אנדערע
צום פוינט
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום פוינט »

אמאל געהערט בשם מורה הוראה מפורסם אז זיי זענען זיך מייאש
green sunday
שר האלף
תגובות: 1199
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green sunday »

יוראפ האט געשריבן:וויפיל פון די קעסטלעך אויפן בילד באלאנגען פאר גאלדענפלאו...?

איך מיין נאר די צוויי גרינע
פאר צענטראלע נייעס אינערהאלב קהל יטב לב ד'סאטמאר שיקט אן אימעל צי בחצרות סאטמאר
פאר לאקאלע נייעס קליקט דא מודעות קהלינו סאטמאר קרית יואל קול הקהל סאטמאר וויליאסמבורג
קרית יואל וועכענטנליכע נייעס באריכט היימשטאט
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

צום פוינט האט געשריבן:אמאל געהערט בשם מורה הוראה מפורסם אז זיי זענען זיך מייאש

איך מיין אז די גראסערי איז אחריות דערויף
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
שרייב תגובה

צוריק צו “בין אדם לחבירו”