שאלות אין הלכה

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 5:38 pm

קינדער זענען אויך מענטשן און ס'נישט דא קיין שום היתר זיי משוגע צו מאכן, די ערליכע אידן וואס איך קען מאכן נישט משוגע זייערע קינדער מיט זייערע חומרות, אדרבה פרעג א רב.

ב שלום
שר האלף
תגובות: 1995
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm

תגובהדורך ב שלום » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 11:24 am

מעג מען הערן מוזיק צום גדליה?
האמנתי כי אדבר - און אויב נישט וועל איך עס זאגן נאכאמאל ביז איך וועל גלייבן!

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1661
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

תגובהדורך פרוביר אויך » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 11:28 am

ב שולם האט געשריבן:מעג מען הערן מוזיק צום גדליה?

און שו"ע שטייט אז עס איז אסור אגאנץ יאר,

אויסער א סעודת מצוה,

אויב מען דארף עס האבען פאר די עצבים,
איז לכאורה מותר
אז יענער קען קענסטו אויך

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5509
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 2:38 pm

ב שולם האט געשריבן:מעג מען הערן מוזיק צום גדליה?

און שו"ע הלכות תענית שטייט מ'זאל זיך נישט נאכגעבן קיין תענוגים ביום תענית ואידך פירושא זיל גמור

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 5:05 pm

דער וואס איז מחמיר ווי דעם שולחן ערוך נישט צו הערן מוזיק בכלל איז דאך גוט, דער וואס איז מקיל ווי די מאירי און טור שטייט נישט קיין חילוק צווישן צום גדליה און א צווייטן טאג.

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » פרייטאג אוקטובער 04, 2019 10:08 am

אין מיין פרידזשעדער איז דא די לייט וואס ווייזט די טעמפערטשור.

וואס טוט מען שבת?
עס האט ניט קיין סוויטש, די led לייטס האבן א סוויטש אבער עס לעשט ניט אויס די טעמפערטשור לייט.
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » פרייטאג אוקטובער 04, 2019 4:34 pm

אן LED לייט איז א דרבנן, אז דו עפנסט דעם טיר מיט א שינוי איז עס א תרי דרבנן וואס איז מותר בפסיק רישא דלא ניחא ליה, די עצה דערצו וואלט געווען צו צודעקן די לייט אז מ'זאל עס אינגאנצן נישט קענען זעהן, אזוי האט מען גארנישט דערפון וואס ס'צינדט זיך אן, ווערט עס א פסיק רישא דלא ניחא ליה בתרי דרבנן.

למעשה זאגן די רבנים אז מ'זאל זיך נישט פארלאזן לכתחילה אויף א פסיק רישא דלא ניחא ליה בתרי דרבנן, אבער אויף א צייטווייליגע לעזונג, למשל אויב מ'איז אין א האטעל אויף שבת אדער אויף ביז מ'טרעפט אן אנדערע עצה, דארף עס נישט צו זיין קיין פראבלעם.

אנדערע וואלטן אנגעשטעלט דעם פרידשידער אויף א זייגער, און מ'עפנט עס נאר ווען ס'איז אויסגעלאשן, אבער אנדערע זאגן אז דאס אנצינדן און אויסלעשן קען צוברעכן די פרידשידער.

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » מיטוואך אוקטובער 23, 2019 1:53 pm

חלב ישראל האט געשריבן:אנדערע וואלטן אנגעשטעלט דעם פרידשידער אויף א זייגער, און מ'עפנט עס נאר ווען ס'איז אויסגעלאשן, אבער אנדערע זאגן אז דאס אנצינדן און אויסלעשן קען צוברעכן די פרידשידער.

כן נהוג גבן, אפילו אנע לעקטער וואס ווייזט די טעמפעראטוער. וכבר היה דברים לעולמים אז עס האט זיך צעבראכן נאך א קורצע תקופה, האבנדיג א גארנטי האט מען איינגעגעבן א פארלאנג צו באקומען א נייע, ומחשש גזל עכו"ם האט מען קלאהר מודיע געווען אז מען נוצט א זייגערל, האבן זיי געזאגט זיי גלייבן נישט אז דאס מאכט עס אן, און זיי האבן רעפלעיס"ט. (די נייע האלט זיך שוין ב"ה פיהל א לענגערע תקופה ווי די פריערדיגע)

עציץ נקוב
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

תגובהדורך עציץ נקוב » מיטוואך אוקטובער 23, 2019 10:04 pm

רב טקסט האט געשריבן:כן נהוג גבן, אפילו אנע לעקטער וואס ווייזט די טעמפעראטוער. וכבר היה דברים לעולמים אז עס האט זיך צעבראכן נאך א קורצע תקופה, האבנדיג א גארנטי האט מען איינגעגעבן א פארלאנג צו באקומען א נייע, ומחשש גזל עכו"ם האט מען קלאהר מודיע געווען אז מען נוצט א זייגערל, האבן זיי געזאגט זיי גלייבן נישט אז דאס מאכט עס אן, און זיי האבן רעפלעיס"ט. (די נייע האלט זיך שוין ב"ה פיהל א לענגערע תקופה ווי די פריערדיגע)

זיי זאגן אז זיי גלייבן נישט ווייל זיי האבן עס נישט געטעסט און ווייל קיינער טוט עס כמעט נישט איז זיי נישט ווערט עס צו טעסטען און זיי ריפלעיסען עס און שוין אבער בעצם איז זייער מעגליך אז עס ציברעכט די פרידזש
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מיטוואך אוקטובער 23, 2019 10:13 pm

געדענק איך אז בשעת עס האט זיך געקאכט די שאלה האט מען געשמועס'ט, אז די קאמפאני טעסט די פריעדזשעדערס מיטן עס אויספלאגן און איינפלאגן כסדר.
תולה ארץ על בלימה, יטיב לכם כתיבה וחתימה!

עם הנבחר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 14, 2015 3:16 pm

תגובהדורך עם הנבחר » מיטוואך אוקטובער 23, 2019 11:46 pm

חלב ישראל האט געשריבן:אן LED לייט איז א דרבנן, אז דו עפנסט דעם טיר מיט א שינוי איז עס א תרי דרבנן וואס איז מותר בפסיק רישא דלא ניחא ליה, די עצה דערצו וואלט געווען צו צודעקן די לייט אז מ'זאל עס אינגאנצן נישט קענען זעהן, אזוי האט מען גארנישט דערפון וואס ס'צינדט זיך אן, ווערט עס א פסיק רישא דלא ניחא ליה בתרי דרבנן.

למעשה זאגן די רבנים אז מ'זאל זיך נישט פארלאזן לכתחילה אויף א פסיק רישא דלא ניחא ליה בתרי דרבנן, אבער אויף א צייטווייליגע לעזונג, למשל אויב מ'איז אין א האטעל אויף שבת אדער אויף ביז מ'טרעפט אן אנדערע עצה, דארף עס נישט צו זיין קיין פראבלעם.

אנדערע וואלטן אנגעשטעלט דעם פרידשידער אויף א זייגער, און מ'עפנט עס נאר ווען ס'איז אויסגעלאשן, אבער אנדערע זאגן אז דאס אנצינדן און אויסלעשן קען צוברעכן די פרידשידער.


פארוואס איז led נאר א דרבנן

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » דאנארשטאג אוקטובער 24, 2019 7:46 am

ס'איז אנגענומען ביי די רבנים אז עלעקטריק איז נישט א דאורייתא, אויסער ווען די מאשין אליינס איז פייער למשל אן incandescent bulb אדער א toaster וכו'.

אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1095
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » דאנארשטאג אוקטובער 24, 2019 12:12 pm

די רבנים לאזן אויסלעשן א לעד לייט?
אשרי מי שלא חטא ומי שחטא ישוב וימחול לו (קרעדיט: בעלי תשובה, חסידים ואנשי מעשה)

אוועטאר
אברהם דוד
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 14, 2017 11:53 pm

תגובהדורך אברהם דוד » זונטאג אוקטובער 27, 2019 6:01 pm

מיר האבן געקויפט א ברעיסלעט פון א אינדיאנע-אמעריקאנער פארקויפער ביי א ספעציעל דעזיגנירטער מארק פלאץ פאר היסטארישע און סימבאלישע Native American חפצים, די ברעיסלעט איז געמאכט פון א געוויסע סארט שטיין וואס זיי גלייבן (אדער פלעגן גלייבן..) אז אזא סארט ברעיסלעט טוט באשיצן פון שדים און רוחות, און פון שלעכטע חלומות. און זיי זאגן אז טראגן אזעלכע שטיינער איז מסוגל פאר רואיגקייט, קוראדזש און קלוגשאפט.

אויף די צעטל וואס איז מיטגעקומען מיט די ברעיסלעט איז געשטאנען:
1/3 Dino (navajo)[םיטבש יד ןופ ענייא] mothers placed bracelets of Tsidze (juniper berry seeds) on their children to protect them from evil spirits and bad dreams, adults would also place the berries in their mouths for protection. Wearing of Tsidze brings a re-connection with our inner strength and surroundings, acknowledging our lives and make our life journey with patience, courage and wisdom.

איז דא א פראבלעם צו גיין דערמיט?

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » פרייטאג דעצמבער 27, 2019 2:27 pm

אויב לייג איך א ספר אויף די מנורה טישל, מעג איך עס רוקן נאך וואס די לעכט איז אויסגעלאשן?

שאלה ב: אויב צינד איך ביים טיר, מעג איך רוקן די מנורה צום טיש אינמיטן די האלבע שעה?

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5498
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג דעצמבער 29, 2019 4:46 pm

עושר וכבוד האט געשריבן:אויב לייג איך א ספר אויף די מנורה טישל, מעג איך עס רוקן נאך וואס די לעכט איז אויסגעלאשן?

שאלה ב: אויב צינד איך ביים טיר, מעג איך רוקן די מנורה צום טיש אינמיטן די האלבע שעה?

א) ניין. ב) וואכן, מותר מעיקר הדין, וויבאלד הדלקה עושה מצוה, אך מהדרין שיקיים גם לפי השיטה של הנחה עושה מצוה, לכן רק אם יש צורך לטלטל הנרות נכון לטלטלו ממקום הדלקתו.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
Amazing
שר האלף
תגובות: 1171
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » זונטאג דעצמבער 29, 2019 4:50 pm

נא_שכל האט געשריבן:
עושר וכבוד האט געשריבן:אויב לייג איך א ספר אויף די מנורה טישל, מעג איך עס רוקן נאך וואס די לעכט איז אויסגעלאשן?

שאלה ב: אויב צינד איך ביים טיר, מעג איך רוקן די מנורה צום טיש אינמיטן די האלבע שעה?

א) ניין. ב) וואכן, מותר מעיקר הדין, וויבאלד הדלקה עושה מצוה, אך מהדרין שיקיים גם לפי השיטה של הנחה עושה מצוה, לכן רק אם יש צורך לטלטל הנרות נכון לטלטלו ממקום הדלקתו.

א) פארוואס ניין? בפשטות יא
א'מונה ב'טחון ג'עלט

אוועטאר
איינס
שר שבעת אלפים
תגובות: 7817
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » זונטאג דעצמבער 29, 2019 4:50 pm

נא_שכל האט געשריבן:
עושר וכבוד האט געשריבן:אויב לייג איך א ספר אויף די מנורה טישל, מעג איך עס רוקן נאך וואס די לעכט איז אויסגעלאשן?

שאלה ב: אויב צינד איך ביים טיר, מעג איך רוקן די מנורה צום טיש אינמיטן די האלבע שעה?

א) ניין. ב) וואכן, מותר מעיקר הדין, וויבאלד הדלקה עושה מצוה, אך מהדרין שיקיים גם לפי השיטה של הנחה עושה מצוה, לכן רק אם יש צורך לטלטל הנרות נכון לטלטלו ממקום הדלקתו.

א) ניין?

איך מיין דו מאכסט א טעות
פליז שרייב א מקור אדער הסבר
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » זונטאג דעצמבער 29, 2019 4:56 pm

נא שכל איז גערעכט. וויבאלד די טישל איז פאקטיש א מנורה טישל העלפט נישט קיין בסיס לדבר ההיתר. וכ"כ הפרי מגדים.

אוועטאר
Amazing
שר האלף
תגובות: 1171
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » זונטאג דעצמבער 29, 2019 5:03 pm

עושר וכבוד האט געשריבן:נא שכל איז גערעכט. וויבאלד די טישל איז פאקטיש א מנורה טישל העלפט נישט קיין בסיס לדבר ההיתר. וכ"כ הפרי מגדים.

אפילו באופן מען לייגט א חנוכה זמירות אדער חנוכה ספרים וואס עס איז די סדר צו לייגען אויף די טישל?

דוכט זיך אין די וועלט פירט זיך להיתר
א'מונה ב'טחון ג'עלט

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » זונטאג דעצמבער 29, 2019 5:46 pm

א. אויב רעדט מען פון שבת ווענדט זיך צו ס'איז געאייגנט אויסשליסליך פאר די מנורה צו מ'לייגט אויף דעם געווענליך אויך אנדערע זאכן.

ב. ע"פ הלכה איז דאך מניחה על שולחנו ודיו, די גאנצע ענין פון צינדען ביי א טיר אין שטוב איז סתם עפעס אן ענין ע"פ דרך דרוש, כ'ווייס נישט צו ס'איז שייך צו פרעגן אויף אזעלכע חסידישע ענינים צו "מ'מעג".

אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5094
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » זונטאג דעצמבער 29, 2019 7:19 pm

Amazing האט געשריבן:
עושר וכבוד האט געשריבן:נא שכל איז גערעכט. וויבאלד די טישל איז פאקטיש א מנורה טישל העלפט נישט קיין בסיס לדבר ההיתר. וכ"כ הפרי מגדים.

אפילו באופן מען לייגט א חנוכה זמירות אדער חנוכה ספרים וואס עס איז די סדר צו לייגען אויף די טישל?

דוכט זיך אין די וועלט פירט זיך להיתר

אויב דו עסט אויף דעם טישל קענסטו ארויפלייגן א שטיקל חלה און עס ריקן.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5341
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 12:37 pm

מתוך גליון הליכות החיים:

Annotation 2019-12-30 123450.jpg
Annotation 2019-12-30 123450.jpg (65.71 KiB) געזעהן 1611 מאל
אפוועזנד.

ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:47 am

תגובהדורך ביללער » מאנטאג פאברואר 03, 2020 5:27 pm


דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5509
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 9:17 am

וואספארא שטריק איז די בעסטע צו ניצן פאר אן עירוב, און ווי קויפט מען עס?


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט